בית פורומים כל העולם כולו

ויהי ממחרת!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2010 22:32 לינק ישיר 
ויהי ממחרת!!!

די הילכיגער פוי געשרייען, פון די ציושטע סעפטיקער, און די אנשי סאסמאן, האט שוין תלי''ת, גענימען אן ענדע, וואו אויך די אנגעהעצטע קווינס סטודענטן, זענן שוין ציריק און בניני ''יאקאבאוויטש'' שטילקייט און ארדענונג האט ציריק באהערשט די גאסען פון קרית יואל און וויליאמסבורג, צו די גרויס פרייד פון די פרידערליכע איינוואוינער,

עס איז קאמיש צו באמערקן, אז די אנשי סאסמאן, שעמען זיך ביטערליך, מיט דאס וואס זיי האבן געטאן, זייער נעימות המידות פאן, איז פארשמיערט געווארן וואו קיין מאל בעפאר,

זיי פראבירן מיט אלע כוחות זיך צו פארענפערן אז עס האט גארנישט מיט זיי, זיי שרייען אפי' אז און זייער הויפט קוואטיר, און בית סאסמאן, האט מען אראפ געפליקט, אלע העצערישע פלאקאטען, וואס דער מסור און משומד יוזל בן מרים, האט זיך באמיהט אויף צו הענגען, אויף דעם קענען מיר נאר זאגן וואויל איז ווער עס גלייבט!

מיט דעם איז פארשטענדליך די ווילדע און אנגעווייטאגטע תגיבות אונעם שכינותדיגע בעבי פורם, אויף קאלעגע ''ארגינעלער'' וואס ער האט ארויף געלייגט די בילדער אויפן פארק למען יעמדו לימים רבים, וואס מען זעט אממערסטנס, קווינס בויעס, אדער פארווייטאגטטע זאלי היץ קעפ,

עכ''פ די אנשי סאסמאן מיט די פארטריבענע קרעשמע זיצער, האבן אונאיינעם, ארויס געשיקט זייערע אנהעגער נאך צו שרייען, וואו ווילדע בארבארן, וואס וואוינען און די טיפע זשאנגלען, א רבן של ישראל, א מנהיג פון צענליגע טויזענטער חסידים, א קדוש ה', א גאון אדיר,  וע''כ א תלמיד מבהק פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע,

פאר מיר סאטמארע חסידים, וואס האבן געהאט די זכיה, זיך מסתופוף צו זיין בצל הקודש, פון רבינו הקוה''ט זי''ע איז נישט קיין חידוש אזא סארט התנהגות, מיר געדענקן נאך אלע פון די 3 ריש בריוני מאיר דייטש, יענקל תרך, מיט דעם ברית מחוצף זלמן לייב וואלדמאן האבן געהרגעט און געבריקעט יונג און אלט אן קיין טראפ רחמניות, פארשעמהט און טעראזירט צענדליגע רבנים, געגאנבעט און געלקח'ענט יעדע זאך וואס איז נישט געווען צו גענאגעלט, פון ביתו נאוה קודש פון רבינו הקוה''ט זי''ע,

ביז דער הייליגער רבי דער ברך משה זי''ע מיט זיי כח הקדושה האט די דאזיגע שקצים, באזייטיקט און פארשיקט און זייער פונסטערע לעכער, וואו זיי זענען אפגעזיצען, באמאכט און אנגעזעצט, ביז לעצטענס,  

איין זאך וואס האט נאך וויי געטאן פאר יעדן ערליכע יוד, וואס האט נאר געהאט דאס מינדעסטע געפול, פאר רבינו הקוה''ט זי''ע, איז געווען דאס הויז וואס קהל יטב לב האט אויפגעבויעט און זייט פון בית מדרש, פאר רבינו הקוה''ט זי''ע,

 און די רבי זי''ע האט און דעם דאזיגען הויז געדינט דעם אייבישטען בקדושה ובטהרה,  און נאכן הסתלקות פון רבינו הקוה''ט זי''ע, איז ליידער מקיים געווארן דעם וואס ירמי' הנביא זאגט, בֹּשְׁנוּ כִּי-שָׁמַעְנוּ חֶרְפָּה, כִּסְּתָה כְלִמָּה פָּנֵינוּ:  כִּי בָּאוּ זָרִים, עַל-מִקְדְּשֵׁי ה'

דער אפפאל פון סאטמאר האט ליידער דארט קונה שביתה געווען, און פון דארט מיט אלע כוחות, פראבירט אונטער צוברענגן, און צו ברעכן דאס וואס רבינו הקדוש זי''ע האט אויפגעבויט מיט מס''נ ממש, זיי האבן זיך ניטאמאל געשעהמט זיך צו ריפן קינדער פון רבי'ן, ממש עקבתא דמשיחא,

די הסתרת פנים איז ליידער געווען זייער גרויס, דאס אלעס האט אנגעהאלטען בית הרבנית הצדיקות, איז ארויף בסערה השמימה, בליל שבת קודש, פרשת בהלותך תשס''א,

דאן האט די כח הקדישה גובר געווען די רעביצען ז''ל אונאיינעם מיט איר גרויסען הייליגען מאן, זענען ארויף פארן כסא הכבוד, און געוויינט פאר די הייליגע שכינה, אויף די געמיינע מעשים וואס מען טיט און זייער נאמען, און די הייסע תפילה פון די צדיקים האט עושה רוישם געווען, און דער קרעשמע איז פארהאקט געווארן מיט שלאס און ריגל, אין יוצא ואין בא, און אירע באזיצער זענען געגאנגען מיט בכיות נוראות און גלות אריין, חסדי ב' כי לא תמני, און סאטמאר האט ענדליך געקענט אפאטעמען מיט פארלייכטערונג אז די דער חילול מקום המקדש איז געקימען צו אן ענדע

 

עס איז קלאר אז ווען רבינו הקוה''ט זי''ע וועט אויף שטייען תחיית המתים, וועט ער אריין קיקן פאר די רשעים און די אויגן, און פרעגן פארוואס?

פארוואס האט איר געניצט מיין הייליג נאמען צו מאסערען יודישע קינדער?

פארוואס האט איר געניצט מיין הייליג נאמען צו רודפן און פייניגען מיין הייליגע ברידער'ס דעם עצי' חיים זי''ע'ס פארבלינע קינד?

פארוואס האט איר געניצט מיין הייליגען נאמען צו צברעכן דעם כח פונעם מרא דאתרא פונעם שטעטל וואס איך האב געבויעט מיט מס''נ?

 פארוואס האט איר געניצט מיין הייליג נאמען, מרבה צו זיין פסולע קדושין?

 פארוואס האט איר געניצט מיין הייליג נאמען נאך צו שרייען מיין הייליגע ברידער'ס אייניקל?

 פארוואס האט איר געניצט מיין הייליג נאמען נאך צו שרייעןמיין שענסטע תלמוד מבהק?

 

או או וועט רבינו הקדוש אריין פראקען און די דאזיגע רשעים,!!!

 

יראו ענינו וישמח לבינו, ותגל נפשינו

 

און פאר ר' דוד עקשטיין שליט''א וועט רבינו הקוה''טזי''ע ''גיבן א קוש און שטערן'', און זיך באדאנקען פאר אים פאר וואס ער האט געראטעוועט זיין כבוד

יראו ענינו וישמח ליבינו, ותגל נפשינו




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 00:06 לינק ישיר 

ראפאגאש כתב:

געגאנבעט און געלקח'ענט יעדע זאך וואס איז נישט געווען צו גענאגעלט


ס'דערמאנט מיך א מעשה פון א רומענער וואס זיין זוהן איז שוין געווען אין די יארען צו ארבעטען. אלזא, זיין פאטער האט אים געוואלט לערנען א אומנות קלה ונקייה. נו וואס קאן א רומענער פיין, גוט צוגעטראפען, לקח'נען.
דער פאטער זאגט אים, משה'לה, נעם דעם זאק און לאמיך דיך גיין לערנען וויאזוי א לעבן צו מאכען.
מען לאזט זיך ארויס און מען קומט אן אין א געשעפט, מען שפאצירט אריין און דער פאטער זאגט אים, משה'לה, הייב אן אריין צופאקען די סחורה.
דער זון הייבט אן צו זאגען דעם פאטער, אבער ס'שטייט און די תורה לא תגנוב. האט אים דער פאטער געאנטווארט, וואס ס'שטייט לאז, וואס ס'רירט זיך פאק אין זאק אריין.

לחיים לחיים




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ויהי ממחרת!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext