פאר די נייגעריגע: די פאקטן ארום די רביצין'ס שול
פאר ווער עס וויל פשוט וויסן די פאקטן האב איך פרובירט אביסל נאכצוזוכן עד מקום שידי מגעת.
וזה החלי:
בשנת תשמ"א האבן די אנשי שלומה פון די רביצין געזען אז דא קען איין טאג קומען צו א גרויסע מחלוקה, אדער סיי וואס די סיבה זאל זיין, זיי האבן מחליט געווען אז מען ברויך איבערשרייבן דאס הויז פאר די רביצין זי זאל זיך פשוט נישט טרעפן איין טאג אן א דאך איבערן קאפ.
אומר ועושה, ביי א קהל'ס מיטינג האבן משה מאנרויער און שלמה מיכל ראזנער איבער געשריבן דאס הויז פאר די רביצין.
בנוגע די חתימה פון ר' לייביש לעפקאוויטש, ווייס איך נישט פארוואס זי האט אויסגעפעלט פונקטליך, צי ווייל קהל איז נאך געווען איין קארפארעישאן מיט די צענטראלע קהילה, אדער איז ר' לייביש עקסטער געווען (פון) די פרעזידענט(ן) פון די ק"י קהלה, ווער עס ווייסט זאל עס שרייבן.
אצינד צי ר' לייבוש האט באמת אינטערגעשריבן, אדער האט מען געפעלשט זיין חתימה ווי די אהרונים טענה'ן, באמת ווייס איך נישט צי עס איז א גרויסע נפקא מינה, און על פי דין תורה ווייס איך נישט וואס עס מאכט אויס אינעם הלכה חלק.
אינעם פאקט, ליגט מיר אין קאפ אז בית יואל האט אין זייער קונטרס בית צדיקים יעמוד געקוואוט דעם ריכטער פון די קעיס אז ער האט נישט געוואלט אן נעמען די אפידעיוויט פון ר' לייבוש אז ער האט נישט איבערגעשריבן דאס הויז. פרטים ווער עס ווייסט זאל ביטע פאוסטן.
למעשה איז דא ידיים מוכיחות אז דאס הויז איז דוקא איבערגעשריבן געווארן אין געהיים, ווי עס איז צו זען פונעם פאקט אז דער בר"מ האט פאר א שלום געאפערט דאס הויז פאר די רעביצין צו וואוינען דארטן ווילאנג זי לעבט, בו בזמן וואס עס איז שוין לאנג געווען איר'ס...
מהאי טעמא, זענען קיין לאויערס נישט אנוועזנד געווען בשעת דעם דיעד טראנספער, און מען האט טאקע אנדערש ווי געווענליך נישט ארויס געשריבן קלאר קיין גבולים ביז וואו דער שטח פונעם הויז איז. ווייל עס זענען נישט דארט געווען קיין פראפעסיאנלן.
לויט דעם, וואלט אויסגעקומען אז באמת איז נישטא קיין שום שטח ארום וואס איז קלאר איבערגעשריבן געווארן צו די רביצין. נאר דאס הויז.
אזוי האט געדויערט אפאר יאר, לכאורה ביז דער ארכי -... דוד עקשטיין איז אריין געקומען אין אמט, און האבנדיג באקומען אסאך טובות פון די רביצין האט ער געזוכט גוטע שטיינער איר צוריק צו צאלן...
ער האט גאנץ שנעל אויסגעפיגורט אז דאס הויז באלאנגט נישט צו אים מער, און ער האט זיך געזעצט טראכטן וואס ער קען טון. די צייט איז אים דעמאלטס געווען פאסיג נאכדעם וואס די מחלוקת צווישן די "שונאים" און די "נשנאים" איז אין יענע יארן (נ"ג - נ"ה) געווען אויפן העכסטן גראד וואס שייך און היות די רביצין איז געווען א אפיציעלע שונא, איז עס געווען נאר נארמאל אז יעצט זאל מען איר צונעמען איר דאך איבערן קאפ, בפרט פאר די מהלך פון יענע יארן.
אצינד, לויט דוד עקשטיין איז די תביעה אפיציעל געווען פון די וומסב"ג קהילה - פון דעם זעט אויס אז מען קען פושט זיין אונזער שאלה פון אויבן פארוואס עס האט אויסגעפעלט ר'לייבוש'נס חתימה - ווייל צו יענער צייט האט דער ביהמ"ד עכ"פ באלאנגט פאר קיט"ל וומסב"ג. במילא זענען זיי אויך געווען די תובעים.
דוד האט געשיקט א בריוו פאר זלמן לייב וואלדמאן, אז היות קיין איין בי"ד וויל אים נישט געבן אן הזמנה גייט ער זיי רופן אין ערכאות.
די אהרונים קלעימען אז ר' יח"מ האט געגעבן א היתר אויף דעם ספעציפישן קעיס, דער פאקט אויב עס איז אמת איז זייער א שטארקע נקודה, ווייל אויב זענען זיי אריין מיט א לפנים'דיגן היתר, ווייס איך נישט צי מ'קען אזוי גרינג טענה'ן אין נזקקין. ווער עס קען ארויסהעלפן מברר זיין צו בשעתו האבן זיי בכלל אזוי געזאגט, און אויב יא צי עס איז דא א היתר אויף דעם ספעסיפיק קעיס (אויסדריקליך נישט די פון נחמן בראך קעיס, וואס איז א פרשה פאר זיך) בכתב דייקא, זאל ביטע ארויסהעלפן.
למעשה האבן זיי פארלוירן.
די סיבה? איז תלוי אין די מחלוקת הנ"ל צי די ריכטער האט אנגענומען אז ר לייבוש'ס חתימה איז געווען אמת, און אויב אזוי האט ער לעגאל נישט געלאזט זוריקדרייען די מכירה, צי ווי דוד עקשטיין טענה'ט אז פשוט ס'איז שוין געווען נאך די "סטעטשו אוו לימיטעישאנס", ס'איז שוין געווען צו שפעט צי תובע זיין. די אמת איז אז די אלע פרטים קען מען גרינג געוואויר ווערן, כ'גלייב אז די פאפירן פון דעמאלטס קען מען היינט זייער גרינג באקומען.
בכל אופן איז דאס געווען א שטארקע זיג פאר די רביצין.
צוזאמען מיטן הויז איז פארשטענדליך אויך מיט געקומען די בעיסמענט (היינט סטאריזש נעבן די היכל ראזענבערג), און די "עיר-רייטס" דאס הייסט די דאך.
בשנת תשס"ד, האט לפי טענת דוד עקשטיין אנגעהויבן ארויף צו קומען דער סוער אין מקוה אין גרויסן שול, צוליב פראבלעמען אינעם סיסטעם, לויט דוד האט ער ממש געוויינט צו זיי און זיי מיט זייער "כאראקטעריסטישע הארטנעקיגקייט" האבן זיי זיך ניטאמאל וויסנדיג געמאכט פון זיינע געוויינען. לויט אים וואלט מען אפילו ביי א גזלן שוין געקענט פועל'ן, אבער נישט ביי זיי...
אצינד, ברויך מען זיך דא אפשטעלן א מינוט ווייל עס איז א וויכטיגע נקודה.
וואס וואלט איר געטון מיט אזא הארטנעקיגן שכן? ס'דא איין עצה. רוף אים צו דין תורה. פינטל. דו הערסט הרב דין תורה? ביי די פאזע האט דוד עקשטיין פשוט און פראסט געדארפט רופן צו דין תורה! חוץ אז מען וועט זאגן אז דער האבי צו דין תורה איז נאר דעוועלאפט געווארן לעצטנס...
זעלבסט פארשטענדליך אז אזא גבר אלים ווי דוד עקשטיין רופט נישט צו דין תורה. דאס איז צו נישטיג פאר אים, עס איז נישט גענוג דיקטאטארשאפט, ווייל רופן צו די"ת קען איך אויך, מען דארף כלל נישט זיין דוד עקשטיין פאר דעם.
בקיצור, דוד איז געגאנגען און אפגעשפארט דעם סוער!
אצינד, שטעלט אייך פאר ווען פון 1 טאג אויפן צווייטן שפארט מען פלוצלינג אפ דעם סוער. דער ביהמ"ד קען נישט ווייטער ראנען פאר 15 מינוט אפילו.
וואס טוט מען? איז געווען אפאר אפציעס אויפן טיש. לפמה"ד, וואלט מען אפשר געקענט גיין צו דין תורה. (איך שרייב לפמה"ד, ווייל למעשה ווען מען איז געגאנגען אין געריכט איז עס געווען לכתחילה שבלכתחילה). אבער, דא שטייט מען אין א מצב ווען עס איז אן עמערזשענסי, און מען קען זיך נישט ערלויבן צו וועיסטן צייט ווי מ'זאגט אויף ווי לאנג דיני תורות ציען זיך בכלל, און בפרט דוד עקשטיין וואס האט א היסטאריע פון מאכן פורים און ארומשלעפן מיט בתי דינים, אוודאי וואלט ער נישט געפאלגט קיין תיכף'דיגע עיקול פון א בי"ד.
בית יואל איז בלית ברירה אריין געגאנגען אין ערכאות אויפן פאלגענדן (אויסגעהאלטענעם) וועג:
זיי האבן געבעטן פונעם ריכטער אז היות מען האט צוגע'פסק'נט דאס הויז פאר זיי, און מיט דעם איז מיט געקומען דער בעיסמענט און די דאך, און היות קהל יטב לב נוצט ווייטער זייער פראפערטי שלא ביושר, פארלאנגען זיי אז דאס געריכט זאל אויספירן דעם פסק און ארויס ווארפן דוד עקשטיין פון דארט.
דא האבן זיי צוגעלייגט, אז לא די ער טוט דאס, האט ער נאך אפגעשפארט זייער סוער אויכעט - א טאקטיק וויאזוי צו גיין אין געריכט אן עפענען א נייע קעיס. דער טאקטיק איז געווען סיי לעגאל, ווייל עס איז סאך גרינגער ווי צו עפענען א נייע קעיס, און סיי תורה'דיג, ווייל באופן כזה האט ער אלס דער נתבע ביים פריערדיגן קעיס די רעכט צו גיין תובע זיין מען זאל אויספירן דעם פסק.
זעלבסט פארשטענדליך, אז בית יואל האט נישט געטון קיין זאך אן די רבנים, און בעיקר הר"ר יודל גרובער שליט"א וואס ער האט באגלייט דעם גאנצן קעיס און אלעס איז געטון געווארן בהוראתו ובהסכמתו.
למעשה האט דער ריכטער אנגענומען זייער עמערזשענסי פארלאנג, און געפסקנט גראד אז "עד תום ההליכים" זאל מען קודם תומ"י צוריק עפענען דעם סוער, וואס דאס איז דאך אן עמערזשענסי.
פון בית יואל אויס האט זיך דא דער געריכט געקענט ענדיגן. זייער ציל איז שוין עררייכט געווארן. און טאקע זיי האבן נישט אריינגעלייגט צופיל כוחות אין די קעיס, במשך די יארן האט דער עולם כמעט אפילו נישט געוויסט דערפון.
למעשה איז דער געריכט אן געגאנגען. אוענס, א געשוואוירענער אהרוני... האט גע'פסק'נט איין פסק ממש גענצליך פאר זיי.
ביים אפעלאט האבן די ריכטער געטענה'ט אז זיי זעען בכלל נישט קיין פסק דא, און זיי האבן עס צוריק געשיקט צו אוענס ער זאל איבערמאכן זיין פסק, פשוט, ווייל דער פסק האט ממש נישט קיין הענט און קיין פוס.
ביים צווייטן מאל האט ער שוין גע'פסק'נת אביסל מער שכל'דיג אבער נאך אלס היבש אהרוניש. ער האט למשל מחייב געווען בית יואל 700 טויזנט דאלער פאר פארקינג.
למעשה איז עס נאך אמאל צוריק צום אפעלאט, און זיי האבן אראפ גענומען אסאך נארישע חלקים. אויך די אויבנדערמאנטע געלט אויף וואס דוד האט נעבעך אזוי געווארט.
נאך אלע פסקים האט זיך ארויסגעשטעלט ווי פאלגענד:
דער בעיסמענט, באלאנגט טאקע טעעראטיש פאר בית יואל, אבעער זיי קענען פארגעסן דערפון נאך דעם וואס קהל האט שוין א "איזמענט" (חזקה) פון אזויפיל יארן עס נוצן.
די דאך: באלאנגט אויך פאר בית יואל, און זיי קענען ארויף בויען וויפיל זיי ווילן, זיי דארפן אבער לאזן קהל האלטן די עירקאנדישאנס דארטן, און אויב בויען זיי דארפן זיי באצאלן די קאסטן פון טראנספערירן די עירקאנדישאנס. דאס איז אלעס מכח די איזמענטס.
די זעלבע זאך פארקערט, האט בית יואל באקומען אויף א גאלדענעם טאץ, די בעקיארד און די פארטש, הגם מען האט דאס קיינמאל נישט איבערגעשריבן פאר זיי.
אצינד לגבי דער חלק שטח וואס זיי האבן יעצט געגראבן, טענה'ן די אהרונים אז ווען דער ריכטער האט געפרעגט זלמן לייב וואלדמאן צי בית יואל האט נאך עפעס א טענת חזקה, האט ער פשוט פארגעסן צו מענשאנען דעם שטיקל פון די שטיגן און די גראז. במילא איז עס לטענתם געבליבן זייער, טעקניקעל.
דער פאקט אבער אז זיי זענען געקומען אין די פינסטערניש פון די נאכט, ווייזט אז זיי אליין זענען נישט זיכער דערמיט, נאר זיי האבן געהאלטן אז יעצט איז דאך עס זיכער נישט זייער, נו אפשר מיט עפעס א גבר אלים דיגער שטיקל וועט עס געלונגען, דערווייל, וויבאלד די ריכטערן האט אים געגעבן א סטאפ ארדער אינמיטן, איז אים דער טאקטיק לכאורה נישט געלונגען, הגם וואס מעגליך ער וועט עס סתם אזוי געווינען לעגאל.
 |
|
|