|
|
| נשלח ב-14/6/2010 19:27 |
|
| |
מזל טוב: קהל קען ווייטער ארבעטן ארום קרעטשמע!
איצט קומט די גוטע נייעס אז די אפילאט געריכט האט אראפ גענומען די עמרזשענסי TRO וואס די ריכטער אין טאן אוו מאנרא האט געלייגט פאריגע וואך מאנטאג, אז קהל זאל דערווייל גארנישט טאן 30 פיס ארום די קרעטשמע, ביז די נעקסטע הירונג.
איצט האט די אפילאט געריכט אראפ גענומען די עמרזשענסי TRO, אין קהל קען ווייטער אויסגראדען, און מאכן די פארקינג, און פראנט פונעם קרעטשמע, ביז די פארטש, וואס די קארט האט נאכמאל באשטעטיגט אז עס באלאנגט פאר קהל יטב לב דסאטמאר.
בור כרה ויחפרהו, די קרעשטמע מוסרים זענען אריין אין קארט איצט האבן זיי זיך ווידער באגראבען.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 19:51 |
|
| |
איצט וועלן זיי מיזן שרייבן נאך א בריוו צו אבאמא.
געוואלד וואס וועט זיין מיט די הייליגע סעפטיק!
סעפטיק סעפטיק ווי ביסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 21:37 |
|
| |
דער "כי אתה החילות לנפול" שטעלט זיך נישט אפ ביים התחלה. עס שפאנט ווייטער מיט א אויסטערלישע "נפול תפול" געיעג! נאכדעם וואס בני יואל האט פארגאנגענעם זונטאג געקריגן א "סטעי" אויף די ארבעט פון קהל צו פארברייטערן דעם פארקינג לאט, אויפן לאט ווי עס איז "אמאל געווען" די טרעפ אריין צום רעבעצין'ס קרעטשמע-שול, א לאט וועלכע איז ביי די לעצטע געריכטן - וואו קאנג. בית יואל האט געקלאגט קיט"ל - געווארן נכתב ונחתם אלס קהל'ס לאט.
די בני יואל וועלכע אנערקענען נישט אין קיין דורכפאל האבן נישט געוואלט שלום מאכן מיטן מצב אז דער לאט איז א פארגאנגענהייט, זענען זיי אריין אין געריכט בעטן א סטעי, ווארום קהל גראבט אויף "זייער לאט"... אויך האבן זיי געטענהט אז זיי וועלן נישט קענען אריינגיין דורך יענעם טיר צום "דירה", אויף וואס קהל האט אויפגעוויזן אז לויט די פלענער פון פארקינג לאט וועט נישט אויספעלן קיין טרעפ צו יענעם טיר.
די דשאדשקע, זייענדיג א נייע אין די קעיס, האט זיי צוערשט נאכגעגעבן די סטעי אויף דערווייל.
קהל, וויסענדיג אז דאס קומט צוליב די אומוויסנדיגקייט פון די דשאדשקע, ווייל דער קעיס איז דאך שוין אייגענטליך א אויסגעדראשענע, און די בעלות פון קהל אויפן פאדערשטן לאט איז שוין כתוב וחתום נאך אלע אפעלאט'ס, האט קהל געבעטן א הירינג ביים "אפעלאט דעווישן" איבער די סטעי פון די דשאדשקע, און: דער אפעלאט האט תיכף ומיד ביים הירינג אראפגענומען דעם גאנצן סטעי, ומפטירין כדאתמול.
אצינד האט קהל ווייטער די פולע רעכטן אנצוגיין מיט די ארבעט, און די בני יואל'ע האבן ווייטער די רעכטן צו ארגאניזירן פראטעסטן...
(געוויסע באריכטן זאגן אז קהל וועט נישט אנהייבן די ארבעט ביז אפאר וואכן ווען די פובליק סעיפטי וועט שוין זיין באשטעטיגט אלס זעלבשטענדיגע פאליציי, אבער איך בין דאס נישט נאכגעגאנגען).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 22:33 |
|
| |
אמת אז קהל יטב לב'ס בעלות אויף יעדן אינטש וואס זי האט געגראבען יענעם זונטאג אינדערפרי איז היינט געווארען באשטעטיגט דורכן אפעלאט געריכט. אמת אז קהל האט זיך געבינדען אז חוץ די פארקינג לאט וואס זי גייט בויען אויף איר שטח ווי די וואלדמאן'ס האבן אמאל געפלאנצט גראז, געטרינקען קאווע און באהאלטן סעפטיק טאנקן גייט קהל נישט צורירען צום עצם "רעבעצין" בילדונג. און דאס איז די "געווינס" פאר די וואלדמאן'ס פונעם היינטיגען טאג...ס'הייסט די בני יואל האבן זיך באמת דערשראקן ווען מיילך שארפטאן האט געשוימט אין דער איד אז קהל וויל אראפווארפען דעם בילדונג, אזש מ'בעט פונען געריכט, גיב מיר שריטליך אז מיין אינטערוועש איז מיינס... ס'הייסט די בני יואל האבן זיך באמת דערשראקן ווען מיילך שארפטאן האט געשוימט אין דער איד אז קהל וויל אראפווארפען דעם בילדונג, אזש מ'בעט פונען געריכט, גיב מיר שריטליך אז מיין אינטערוועש איז מיינס...אבער זיי כאפן נישט קהל האט זיך נישט געבינדן אז זיי גייען נישט אראפווארפען ביהמ"ד חרידים אויף פארעסט ראוד. די שאנסען אז קהל וואלט אראפגעווארפען די רעבעצין'ס בילדונג אדער חרידים ביהמ"ד אדער די ווייסע הויז אין וואשינגטאן זענען געווען אייניג. סאו באמת הגם די רעבעצין'ס שול האט געווינען, האט אבער חרידים און אבאמא פארלוירן. זיי האבן "נישט" באקומען קיין שריפטליכע גאראנטי איו געריכט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 22:48 |
|
| |
ווי האט יענער געזאגט ווען ער איז ארויס פון משוגעים הויז, איך האב א צעטל פון א דאקטאר איז איך בין נארמאל
דו אויך? ניין? ווער זאגט ביסט נארמאל?
און דער גרעסטער רחמנות זענען נעבעך די קעלבלעך וואס זענען געקומען יענע וואך צאלן ביי די עצרת צו ראטעווען די הייליגע הויז, זיי ווייסן נישט אז דאס געלט גייט גראד אין טאש פאר די וואלדמאן טירנויער ענד קא., און א מטבע אין די זייט פאר דער איד פארן פיטערן דעם עולם אז מען האט געוואלט אראפווארפן דאס הויז
נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 02:29 |
|
| |
נאכ'ן טוישן די קעפל פון די אשכול פון דעם אויבערדערמאנטע לינק לכה"פ דריי מאל האט ער עס ענדליך אינגאנצען אפגעמעקט... און נאר געלאזט יאשקע'ס פרישער אשכול די ארגינעלער פון עכטער חסיד איז געווען אז דוד עקשטיין האט פארלוירן היינט אין קארט... ווי גוט פאסט דא יאשקע'ס אויספיר ומלאך רע בע"כ יענה אמן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 02:33 |
|
| |
"מאסן עצירות"
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז די זאליס/בנ"י האבן פאריפען א "מאסן עצירת" אויף מארגן אינדערפרי און זיי גייען נישט גיין הכנות ביז די נאציס פון קארט הייסט נישט צירוק לייגן די סעפטיק
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|