בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס וואשען מוחות פין אייגענע מענטשן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2010 20:28 לינק ישיר 
זאלי'ס וואשען מוחות פין אייגענע מענטשן

די לעצטע שטיק צייט האבען די זאלי'ס אין בני זאלי'ס אנגעהויבן א נייע מהלך ''מיט זייער אייגענע מענטשן''
נעמליך, זיי שרעקן אפ זייער אייגענע מענטשן כדי צו ארבעטן אויף זייערע מוחות אין טאשען

די גאנצע פארטיי וועלכע איז געבויט אין שטייט אויף א שטיק שקר אין בלאף האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי טריטן זייער אייגענע מענטשן, וועלכע קלעבן צו די גאנצע פארטיי אויף בלויז נעגעטיווע שנאה אין קנאה.

די ערשטע פאל, ווי מ'האט עס שטארק געקענט זעהן איז
ביי זייער חברה קדישא פין פאללאקס בית החיים, ווען זיי האבען געזעהן אז דער עולם צאלט נישט די ארץ החיים 'התחייבות' טראץ די 5 שטערינדיגער האטעל גורל ביי גרויסע בילדער אין ליילעכער קאמפיין'ס פין א' סליחות, ז' ניסן, כ' סיון, כו'
ווייל זייער אייגענע פני יודען זאגען קלאר אז זיי ווילן ענדערש ליגען אינאיינעם מיט רביה''ק ז''ל - ווייל לאחר מוא''ש שפילט מען נישט קיין פאליטיק - אין ווילן נישט ליגען ווי די מוסרים אינדערהיים מאחורי הגדר
האבען זיי אנגעהויבן שיקען בריווען מיט קהל'ס לעטערהעד צו זייערע מענטשן מיט סטראשע בריווען בשם ר' שלמה וועצב''ג -משמש אז זיי האבען פארלוירן זייערע רעכטען אין זכות קבירה ציליב הויכע אימבאצאלטע מעמבערשיפ ביללס,  אין פראבירן אזוי איבערצורעדן זייערע מענשטן זאלען זיך מייאש זיין פין ליגען לאחר מוא''ש מיט זייערע עלטערן אינעם ביה''ח אשר שם חלקת מחוקק ספון
פארשטייט זיך אז ס'ענדיגט זיך נישט דארט, נאר נאכדעם הענגען זיי ארום צעטליך קעגן ר' שלמה פאר'ן שרייבען 'אזא' בריוו פאר 'עלטערע יודן' וכו' (זעהט דא
 http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2795996&forum_id=16386 ר' שלמה זאגט קלאר אז קהל האט אזא בריוו קיינמאל נישט געשיקט אין אוודאי נישט בשמו, עס באלאנגט נישט אזא בריוו פאר א משמש)
קהל האט די לעצטע פאר וואכען באקומען צענדליגע רופן פין פארשידענע זאלי'ס אדער קינדער פין זאלי'ס וועלכע האבען געהאט טענות אויף שארפע בריווען אין צימאל אויף שווערע הויכע ביללס פין קהל'ס אדרעס, אין קהל האט אייביג געצייגט די ריכטיגער באלאנס וואס קהל האט אין דער בריוו איז געשיקט דורך בלעק מעילינג אין קהל'ס נאמען

(במאמר המוסגר: דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' שלמה איז געווען א משלם טובה תחת רעה, אין נישט גענוג אז ער האט נישט פארלאנגט זיין פארדינטע אפטרוט געלט אד''ג נאכדעם וואס זיי האבען ארויסווארפען א געטרייע ארבייטער פין צענדליגער יארען, האט ער ציריקגעשיקט יעדן רעסיט ביכעל, אין הייבט נאך היינט אויף טעלפאן'ס פין זייער שמש פעלדמאן, בנוגע סיי וואס פאר א פראגע)

עס האלט אויף אזוי ווייט אז זיי רופן אן משפחת וואס האבען א קרוב וואס איז נישט געזינט ''אדער ווי בשעת שמתו מוטל לפניהם'' (לדוגמא משפחת בני ר' שלמה זלמן סאנדער ע''ה בשעת זייער מאמע ע''ה איז אוועק) אין סטראשען אין שרעקן אן בשם קהל אין די חברה קדישא אז אויב זיי צאעלן נישט  10 -15 טויזענט דאללער אין צימאל נאך מער, קענען זיי פארגעסן פין ליגן אין בית החיים, האפענדיג אז יענעם וועט פארגיין די אפעטיט אין מסכים זיין צו לייגען ביי זייער לאט (לדוגמא משפחת רז''ב).
די עקל פין אזא התנהגות צו אייגענע מענטשן איז אין לשער

אלעס כדי אנצופולן ווי פריער זייער בית הקברות כאטשיג מיין איין רעספעקטפולער אלטער איד אדער אידענע
אין צו מאכען אפאר דאללער צו קענען באצאלען די אפגעטיילטע בית הקברות

המשך יבא



תוקן על ידי סעפטיק_זל ב- 14/06/2010 20:32:23




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 20:44 לינק ישיר 
שקרים איבער פאבליק סעיפטי

נאך א דוגמא פין א אטאקע קעגן זייער אייגענע מענטשן
איז ביי די שקרים וועגן די פאבליק סעיפטי פין קרית יואל
זינט 'פאריגע וואך זינטוג קרח' האבען זיי אנגעהויבן פין איין מיניט אויף די צווייטע א מערכה ביי זייער אייגענע מענטשן אפשרענקענדיג צום טויט, אז די פאבליק סעיפטי גייט קומענידגען JULY למספרם ווערן באשטעטיגט פאר א לאקאלער פאליציי
אפגערעדט אז דאס גייט זיי נישט אפעקטן, ווייל היינט צו טאגס איז שוין די פאבליק סעיפטי סיי ווי געלערנט פינקט ווי א געהעריגע פאליציאנט דורך א אימזינסטער גרענט פין די פעדעראל גאוורעמענט אין קענען לעגאל ארעסטירן ווער עס פאלגט נישט זייערע באפעלן אזווי מ'האט געזעהן זינטוג.
אין די סטעיט פאליציי שטייט זיי צו די האנט ווען אימער זיי פארלאנגען (לדוגמא פאריגע שב''ק) אין זיי וועלן נישט קיין סאך פארדינען פין גיין זעלבסשטענדיג
דאך האבען זיי אפגעמאכט צו ניצן זייער אלטע טאקטיק אין זיי וואשען די מוחות פין זייערע אייגענע מענטשן, אפשרעקענדיג מיט בילדער פין אידען מיט בערד מיט גאנס אין די האנט (איר געדענט נאך ביי די מעיאר וואלען די עקעדליגע פאטא שאפ בילדער פין זייער שמיציגער קאמפיין?)
אזוי ארום ארויסצושלעפן געלט אין היץ פין זייער אייגענע מענטשן, פאר'ן חרבן פונעם ''סעפטיק זל''
וויסענדיג אז די וועג ארבעט גיט אויף זייערע מענטשן
אין פארשטייט זיך זיי האבען נישט אינטערגעשאצט זייערע אייזעלן אין דאס האט זיי ארויסגערענגט פין גלייכוויכט אין ווי געמיינע שחורים זייענדיג אנגעהיצט פין זייער אל זשאירא - נייעס אגענטיר, אין זייער על שארפאטען - העצע מיניסטער, זיך א לאז געטוהן דורך יונג אין אלט אין די גאסען שרייענדיג ווי אנגהיצטע שחורים

וואס זיי זענען אלס אימשטאנד!

המשך יבא אי'ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 20:54 לינק ישיר 

מענין לענין:

איין'ס פין שקרים וואס זיי פארקויפן יעצט פאר זייער ''אייגענע מענטשן'' איז
די 'פינקטליכע פלענער' וואס קהל האט געהאט פאריגע זינטוג קרח אין קרית יואל

ווי דער איד באריכטעד די וואך מיט אנגסט, אז די פלאן איז געווען אנציהייבען 6 אזייגער גראבען אין ענדיגען אלעס ביז 8 אזייגער ביינאכט אין מיט אימפעט אראפווארפען די גאנצע הייזקע פין די רעביצין ע''ה
(כ'האב פינקט געהערט ווי איין זאלי'ס זאגט פאר'ן צווייעטן ווי משוגע די ארונים זענען, אז קודם גראבט מען ארויס די גראז אין די סעפטיק אין נאכדעם אין די הויז, יעדער דעמאלישער ציווארפט קודם די הויז...)

אין ווען נישט די ריכטער האט געלייגט א 'שטרענגע' סטעי וואלט די האז שוין געווען איינגעפאלען

אלעס כדי אפצושרעקן זייער אייגענע מענטשן, אז מ'דארף דא ארויסגיין מיט א פייערדיגע סוסייד אין זשי האד קעגן די ארונים אפי' ס'וועט קאסטען די חינוך

המשך יבא אי''ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס וואשען מוחות פין אייגענע מענטשן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext