"דער איד" פאלט קרבן צו זאלי-דעפרעסיע?
די דעפרעסיע פון די זאליס פאלט געווענטליך אויף אונזער קאפ, א שטייגער ווי די צעיושעטע דעמאנסטראציעס די פארגאנגענע וואך, וועלכע וואלט אין קיין פאל נישט פאסירט ווען עס רעדט זיך ווען פון "טראכטן בעפארן טוהן", וואס דאן וואלטן זיי געזעהן דערין דעם אונטערגאנג פון די נועם המידות שפיל, און די מיאוס'ע פארשעמונג וואס דאס האט זיי געברענגט אלוועלטליך. אלע באצייכענען אז דאס איז ליבערשט געווען א אומ-איבערגעטראכטע שריט וועלכע איז אנשטאנען א דאנק די לאנג-פארצויגענע דעפרעסיע וואס שלאגט יענעם לאגער די לעצטע אייניגע יאר.
אבער, צו מיין שטוינונג זעה איך אז צומאל קען די דעפרעסיע אויסקלאפן 'בינם לבין עצמם', צווישן זייערע רייען זעלבסט. דאס הייסט אז זיי זאלן טרעפן דעם שולד אין זיך אליינס איינער אויפן צווייטן.
א שטייגער ווי די וואך, נאך וואס די פראטעסטן זענען פאריבער, און די חברה שפורן נישט מיט וואס מען גייט יעצט אטעמען ווייטער, די געשרייען זענען שוין שטיל, די קרעטשמע איז פארשלאסן, די בני יואלע זאל איז אויסגעשפילט, די הייליגע שבת גוי איז נעבעך פארשיקט געווארן מיט 5 טיקעטס, די פובליק סעיפטי האבן שוין א כח צו ארעסטירן צעווילדעוועטע, די בעדפארד שול ווערט דערווייל פארזיגלט אלס קארטאפל סטארעדש, וכו' וכו', האט זיך געמאכט א שטיקל באוועגונג אז "דער איד" איז שולדיג... ווארום ער האט נישט גענוג גוט געדעקט די נייעס...
אט ליינט פונעם קינדער-פארום:
 |
|
|