| נשלח ב-15/6/2010 08:05 |
|
| |
ליצנות אין גלילות: ר' אהרן טיילט סידור קידושין רשות צעטליך!
ויהי ממחרת, דער סידור קידושין איז שוין אפיציעל ערקלערט געווארן אין א מצב פון סתימת הגולל. ר' אהרן האט זיך אויסגעלערנט אז עס האבן זיך געענדיגט די צייטן אז משפחות זאלן נישט אנטייל נעמען ביי די שמחות צוליב פאליטישע אורזאכן און א באפעל פאר די אקסן זיך נישט צו באטייליגן ביי שמחות פון קרובים גייט זיך אויסלאזן מיט א פולשטענדיגער דורכפאל.
(חוץ אויב דער זוהן איז עובר אויף די תורה בפומבי, א שטייגער ווי ר' אהרן זעלבסט, וועלכער איז געגאנגען אין קאורט. דעריבער איז זיין טאטע, דער רבי דער ברך משה ז"ל נישט געקומען צו זיינע שמחות.)
גלייך ווען דער פראבלעם האט זיך געשאפן, איז מען זיך צוזאמגעקומען מטכס עצה זיין וויאזוי מען זאל זיך דערמיט ספראווען, די חכמים זענען דאס מאל אויפגעקומען אויף א וואזשנער המצאה, מ'גייט מאכן א פנקס מיט א האטליין, דארט וועט פארשריבן ווערן לדורי דורות ווער ס'האט ל"ע חתונה געהאט מיטן אפוועזנהייט פון ר' אהרן. נישט נאר דאס פארפאלק וועט פארצייכענט ווערן, נאר וויבאלד מ'וועט זיך דערוויסן אז דער יעניגער האט געהאט א קינד וועט דאס אויך אריינגיין אינעם פנקס, מ'זאל זיך ח"ו נישט אויסמישן מיט די פסולי קידושין אין יארן ארום.
דער טאקטיק האט אויך נישט געארבעט, אידן האבן געשפירט פאר א זכי' צו פארצייכענט ווערן אינעם פנקס, וואס געפונט זיך על לב ר' אהרן תמיד. דער פנקס איז פארוואנדלט געווארן אין א פוסטער ליצנות, אלע בדחנים און גוט זאגער'ס האבן דאס גענוצט צו שפייזן דעם המון עם מיט וויצן. און ר' אהרן איז נאכאלץ נישט מכבוד געווארן מיט סידור קידושין אין דעם נייעם זאל.
האט מען נישט געהאט קיין ברירה, מען האט ארויסגענומען דעם לעצטן וואפן פון בוזעם טאש, נעמליך אז ר' אהרן וועט אויפנעמען ביי זיך אין שטוב איינמאל א וואך די אידן וואס ווילן חתונה מאכן אין דעם נייעם זאל, און טיילן רשות צעטליך אז זיי "מעגן" נעמען אנדערע מסדרי קידושין אויסער ר' אהרן וסיעתו.
איינמאל האט זיך דער סטארטעגיע האלבוועגס אויסגעארבעט, מ'האט געטראפן א פעטער פון די כלה, וואס איז א איינגעשטעלטער ביי זיי, און מ'האט טרומפירט אז ר' אהרן האט ב"ה געטראפן דעם ריכטיגן שליח. און אנשטאט אליין אראפגיין מסדר קידושין זיין, האט ער מכבד געווען דעם פעטער פון די כלה מיט סידור קידושין. דער ספין האט זיך גאנץ גוט אפגעקויפט, אבער נאר פאר איינמאל. נאך וואס די מחותנים וואס האבן מכלומרשט געהאט מכבד געווען ר' אהרן מיט סידור קידושין האבן געלייקענט אז זיי האבן אפילו געהאט אין פלאן צו רופן דעם סבלן אויף סידור קידושין, און עס איז יעדער געוואר געווארן אז דאס שיקן א שליח איז א בלויזער ספין פון די אהרונים.
אינדערצווישן איז פארגעקומען נאך א חתונה, הפעם האט מען ר' אהרן ביטער מסדר געווען, און אנשטאט ער זאל דינען אלס דער מסדר קידושין, איז ער געווארן פיין מסודר. די אהרונים האבן שוין געוואוסט צו זאגן פון אינמיטן טאג אז דער רבי האט מכבד געווען די זיידע פון די כלה מיט סידור קידושין, און דער אויבערהאנט בלייבט ווייטער ביי זיי, ווארום יעדער לויפט צו ר' אהרן בעטן רשות. עס איז אבער געקומען צו די חופה, און די מחותנים האבן מכבד געווען דעם טשאט'ער רב מיט סידו"ק, די אהרונים זענען ארויס מלא חימה אז מ'האט אויסגעשפילט זייער "רשות" סיסטעם, און דער סידור קידושין פון יענע נאכט ליגט נאך אויף טיש פון די וועד למשמרת, און ווארט אויף איר פסק צו עס איז יא געווען כשר'ע קידושין צו נישט.
היינט נאכט איז פארגעקומען נאך א חתונה, און די אהרונים וואס לערנען זיך צוביסלעך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די בני יואל, האבן אנגעגרייט א פרישע סטראטעגיע. ר' אהרן איז שוין געזיצן גרייט ביי זיך אין שטוב און געווארט אז איינע פון די מחותנים זאלן זיך אויף אים מרחם זיין, און קומען אפנעמען דעם פערמיט אויף סידו"ק מיט רשות, אבער קיינער באווייזט זיך נישט. איז מען אויפגעקומען אויפן פלאן אז מ'גייט שיקן א שליח פון ר' אהרן צו מאכן א שליח במקום ר' אהרן צו זיין מסדר קידושין. מען האט גענומען דעם הייליגן נר למאיר, דער ברודער פון דעם בעל הצוואה, מאיר צוויבל, און ער איז געקומען צו די חתונה אנגעקליידעט מיט א פערמיט פארן מסדר קידושין בשם ר' אהרן. און מאיר האט איבערגעגעבן פארן מסדר קידושין אז ר' אהרן גיט רשות, און מ'קען גיין צו די חופה.
איך מיין אז מיר דארפן שוין קיינעם נישט מסביר זיין דעם שטארקן כח פון ר' אהרן טייטלבוים, ער איז דער ריכטיגער מרא דאתרא, און פון זיין ווארט האט יעדער מורא. אבער דער טעראר האט זיך לכו"ע געבראכן, און דאס איז דער עונש פון א וואנזיניגער דיקטאטאר.
עס איז ערווארטער אז פון היינט און ווייטער, וועט מען קענען קויפן ביי אלע סאטמארער שמשים ספעציעלע פערמיטן מיט רשות פון ר' אהרן פאר מסדרי קידושין...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 17:09 |
|
| |
יעצט לייקענען שוין דע אהרונים אז מאיר צוויבל איז בכלל געווען ביי די חופה. איך האב גערעדט מיט איינער וואס איז דארט געווען און מאיר צוויבל איז יא געווען ביי דע חופה!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 18:40 |
|
| |
איך וועל לאזן דיך מיט דיינע קאלעגעס מחזק זיין די קעלבער אז עכט איז ר' אהרן נאך יא מרא דאתרא, און יעדער קומט צו לויפן בעטן רשות.
איך וויל נאר באמערקן א קלייניגקייט, דו בוסט ביזי דא שוין פון ווען דער סידו"ק מערכה האט זיך אנגעהויבן מיט דעם הייליגן ר' געציל. קענסט מיר מסביר זיין פארוואס ר' אהרן האט געמוזט גיין אזוי ווייט, און אפירקראצן א קאזין פונעם מחותן, וואס איז אויך א רב און אים געבן סידור קידושין. פארוואס גיט ער דאס נישט פאר ר' געציל אדער פאר ר' יוסף הערש סופר צו א צווייטער מו"ץ פון זיין געווארדיע?
און נאך א קלייניגקייט, בלויז צו שטילן מיין נייגער. אפשר גיסטו מיר אראפ דעם כראנאלאגישן סדר ווען דער מחותן דער אבי החתן איז אריבער צו ר' אהרן בעטן רשות, און ווען האט ר' אהרן געלאזט רופן רבי משה יודל מייזעלס שליט"א אז ער איז מכבוד מיט סידור קידושין. און בכלל מיין איך אז דער משמרת דארף דן זיין וואס עס טוט זיך אין א פאל ווען איינס פון די מחותנים בעטן נישט רשות, צו דעמאלס איז מען א האלבער ממזר צו עס איז כשר.
תוקן על ידי באלאנד ב- 15/06/2010 18:47:46
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 19:36 |
|
| |
גערעכטער ענטפער מיר איין זאך פין ווי נעמסטי דיין מעשה ווער האט דיר דאס פארציילט ברענג א מקור לאמיר דיר גלייבען איין מאל פאר אלעמאל מיך גייט נישט אן אז ער האט יא באקימען רשות אדער נישט איין זאך וואס איך וויל וויסען פין ווי נעמסטי דיין מעשה קים נישט דא אן אלעמאל מיט ליגענטס יעצט האסטי געלייגס ר' שלמה לייב וויינבערגער אויפען טיש די האסט א מקור אדער נישט אויב יא זיי אזוי גיט טי אינז אנטפלעקען פארצייל אינז וואס ווייסטי שוין איבער היינט ביינאכט ווער הייסט עס גייט זיין דארטען מיט רשות מסדר קידושין אין ווי גייט די באס ווארטען אויף נאך די חופה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 22:39 |
|
| |
מהרא"ט געווארן א בזיון פון כלל ישראל און בפרט פון זיינע גרעסטע חסידים
הרב הגאון הגדול ר' מאיר צוויבעלע האט פארן מהרא"ט אריינגעשטאכן א מעסער אין ריקן אריין
1) אז ער איז געגאנגען צו א משפחה חתונה קיין
"בני יואל"
2) ולא נתקררה דעתו ביז ער האט גאר געטאנצן צוזאמען מיט הרא"טס גרעסטער בר פליגתא
נישט קיין אנדערער ווי מיט הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן שליט"א
ווי האט יענער געזאגט א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער
UNBELIVEBLE

|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 22:51 |
|
| |
ווילט איר זען וואסערע לחצנות די אהרונים זענען, דאן ליינט דאס פאלגענדע, וואס אן אהרוני האט געשריבן אין כל הנערים כולו:
אכטונג קרובי המשפחה פון גלילות-זאל חתונות!
ווי באקאנט זענען שוין געווען עטליכע חתונות אין בנ"י זאל וואו די מחותנים האבן זיך נישט געלאזט נער'ן פון די שמוציגע בני יואל'ע מיילער און האבן ליבערשט אויסגעקליבן צו האבן א כשר'ע חופה דורכ'ן מכבד זיין דעם מרא דאתרא, כ"ק רבינו שליט"א, אליינס אדער דורך א שליח, מיט סידור קידושין (רבינו שליט"א הייסט דערווייל אין אזא פאל מכבד זיין איינעם בשליחות, לכתחילה א קרוב המשפחה).
די בני יואלע שוויצער'ס וועלכע ווילן דאס נישט אנערקענען אלס פאקט, און עס רייסט זיי ביז הארצן, ווארום זייער ציהל איז דאך יעדן קלאר, שלא ישמע ולא יפקד דין מרא דאתרא בעירינו, דרייען אן אלע מיטלען אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען.
ווי עס איז שוין טאקע באקאנט די מעשה ביי שווארץ-חתונה, וואו די מחותנים האבן ממש געוויינט צו די זאל אייגנטומער אז מ'זאל זיי לאזן במנוחה און לאזן א שליח פון רבין מסדר זיין, זענען זיי אבער אפגעווארט געווארן אין זאל מיט א באפעל אז זיי זענען געצווינגען צו נעמען הר' מאיר יודל דער פורץ גדר אלס פסולע מסדר. ("דעמאקראטיע"...)
ביי די נעכטיגע חתונה, האט דער אבי החתן מכבד געווען רבינו שליט"א, און דאס געהאלטן פאר א סוד, און אויך געבעטן די גבאים ביים רבי'ן אז דאס זאל בלייבן א סוד, כדי די חברה זאלן אין לאזן לעבן. וכך הוה, צום שאק פון די בני יאולע און זאלי פארטיי פירער, זענען זיי געוואויר געווארן "נאך די חופה" אז: עס איז געווען א כשר'ע חופה!, און טאקע נאר דערפאר - ווייל זיי האבן נישט געוויסט בעפאר - איז עס אדורך בשלום. (עס איז נישט דאס פלאץ צו פארציילן וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די פנימ'ער פון יענע שוויצער'ס נאך די חופה, וגם לרבות דער אבי הכלה וד"ל).
אויף די היינט נאכט'יגע חתונה ווען עס גייען שוין יא ארום שמועות פון בעפאר איבער א שליחות פון רבי'ן, איז נישט צום באגרייפן ווי די בני יואל'ע גייען מיטן קאפ אין וואנט אריין, און זיי האבן געעפנט א שרעקליכע טעראר קעגן דעם שליח (א זייעריגער!) און קעגן דעם אבי החתן, ווען די גאנצע נאכט איז זייער טעלעפאן געווען פארפלייצט מיט סטראשונגען רופן אז א שליח פון רבין זאל דארט נישט מסדר זיין. (עולם הפוך ראיתי! בנ"י טערארזירט זייערע אייגענע מיטגלידער! און אלעס כדי צו ברענגען "דעמאקראטיע" אין ק"י...)
אלזא, איז וויכטיג צו מאכן אויפמערקזאם די קרובי המשפחה פון די וועלכע מאכן דארט חתונה, אז אפילו מען הערט קראנט "מפי המחותן" וכדו', אז ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט סידור קידושין, איז נישט כדאי זיך ארויסצולאזן אינטערוועגנס בעפאר די חופה איז פאריבער, ווייל די זעלבס-מערדער וועלן גאנץ ווארשיינליך (זיך שיסן אין די פוס, און) נישט ערלויבן יענעם צו מסדר קידושין זיין, טראץ וואס ס'איז נגד רצון המחותנים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 01:47 |
|
| |
שהיו ליצני הדור אומרים: ביז היינט האט ער געמיינט אז ער איז אב"ד ור"מ קרית יואל והגלילות, היינט איז נתגלה געווארן אז ער איז גאר אב"ד ור"מ קרית יואל והגללים (דער תוכן פונעם סעפטיק) דארט איז ער פולקאם בעל הבית.
תוקן על ידי זבח_אהרן ב- 16/06/2010 01:53:11
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 04:00 |
|
| |
היינט אינמיטן טאג האט שוין יואלי בן משה בער לאנדא, דער וואס פירט ר' אהרן'ס פראפעגאנדע אויף טוויטער, געשיקט מעסעדזשעס:
SatmarLive: Big Success Marucha agnst Pusila Kdishen 2night will b 5th Chasina in BYhall that Mechiten Call Rabbiny 4 SK! Sent Shliach Feter Kashow Rov.
אינטערסאנט איז נאר געווען פארוואס עס איז נישט מיטגעקומען א טעיפ וואו מ'הערט ר' אהרן מכבד זיין דעם קאשויער רב מיט סידור קידושין.
יעצט אין די מינוטן איז די חופה פארגעקומען, און די מחותנים האבן, ווי פון פאראויס געפלאנט, מכבד געווען דעם שארמאשער רב שליט"א מיט סידור קידושין.
די אהרונים זענען געווארן שוימיג ביז די ציין, מ'שפילט שוין ווייטער אויס דעם סידור קידושין "רשות" סיסטעם. אין א שנעלע באראטונג האט מען באשלאסן אז יואלי לאנדא זאל שיקן די פאלגענדע מעסעדזש פאר די לבבות נשברות:
SatmarText: Shocking: depressed BY/Zalis were big Mechtzufem for 1 of their own, Kashow Rov! didnt allow him to b Msader cuz had Reshis from Mura DAsra!
קאמענטארן גענצליך איבריג!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 04:09 |
|
| |
אוי עס איז דאך אזוי זיס ווען מ'קען די אהרונים לאכן אין פנים. הערשט נעכטן האבן זיי נאך געיאוועט אז דער סידור קידושין מערכה איז א סוקסעס, יעדער פרעגט רשות פון ר' אהרן, אבער היינט האבן זיך ווידעראמאל די מחותנים נישט גערעכנט מיט די אהרונים'ס פאליטישע חשבונות, און מכבד געווען דעם שארמאשער רב מיט סידור קידושין.
איך זעה נאר דא אז דער לאנדא שיקט ארום אזאכע ווילדע מעסעזשעס כאילו די בני יואל מיט די זאליס האבן זיך מתחצף געווען פארן קאשויער רב. אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז געווען די חוצפה?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 05:57 |
|
| |
שהיו ליצני הדור אומרים מאבמלך נתעברה שרה: איי אויב וועט איר ניצען די קאפ פאר איין מניט וועט איר זען אז אברהם האט שוין געהאט קינדער פארדעם פון הגר אויב אזוי שטימט דאך נישט וואס די לצני הדור האבן געזאגט, ווייל מען זעט דאך אז שרה איז געווען די עקרה און נישט אברהם,
איך מיין אז מען דארף זיין אן אהרוני צי וויסן דעם תירץ,
איך שטעל מיך פאר אז די תירץ איז, קודם מן יאמר אז עס מיז עפעס שטימען, און נאכדעם האב איך געהערט און א ענדלעכע פאל געהערט ווי איינער האט גענטפערט, וואס איז א חיליק צי עס שטימט יא צי נישט דער עיקר איז פון וועם רעד יעדער פון אבמלך אדער פון אברהם.....
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 07:15 |
|
| |
ביי די חופה פון ר' טובי' לאנדא האט מען ביי די חופה אויפגערופן הרב בלום שליט"א צו סידור קידושין און ער האט געהייסן אז הרב משארמאש זאל מסדר קידושין זיין.
וממה נפשך: אויב האט דער רא"ט רבי געגעבן רשות פאר קאשויער רב, האט ער דאך געקאנט איבער געבן דאס רשות פאר א צווייטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 16:13 |
|
| |
צבי הירש איך ווייס נישט פונקטליך וואס מען האט אויסגערופן ביי די חופה, נאר איין זאך ווייס איך לשיטתך אויב מען האט אויסגערופן קאשוי רב און ער האט געהאט רשות וואלט ער געגאנגען און נישט עס איבערגעגעבן פאר שארמאשער רב, און אויב איז אמת אז ערהאט עס יא געגעבן פאר שארמאשער רב מיינט דאס אז ערהאט נישט געהאט קיין רשות, און ער האט נישט קיין כח צו די טעראר פון די ארונים, מילא האט ער מכב געווען שארמאשער רב שליט"א
אגב היינט הא באיך געהער אז די ארונים גייען ארויפלייגן א call log פון די שטוב פון ר' אהרן און זעהן אז סיי קאשוי רב האט גערופן און סיי די מחותן, לאמיר ענק נאר מודיע זיין טז איר זאלט נאך אלץ נישט גלייבן אז מען האט טאקע גערופן ווייל היינט צוטאגס קען מען פון א יעדע טעלעפאון רופן און מאכן אז עס זאל ארויפקומען א 2טע נומער, און די זעלביגע האבן זיי געטוהן איינער האט גערופן צו ר' אהרן און שטוב און ער האט געמאכט אז ס'זאל ארויפקומען די נומער פון קאשוי רב,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 17:20 |
|
| |
| צביהירש כתב: |  | ביי די חופה פון ר' טובי' לאנדא האט מען ביי די חופה אויפגערופן הרב בלום שליט"א צו סידור קידושין און ער האט געהייסן אז הרב משארמאש זאל מסדר קידושין זיין.
וממה נפשך: אויב האט דער רא"ט רבי געגעבן רשות פאר קאשויער רב, האט ער דאך געקאנט איבער געבן דאס רשות פאר א צווייטן. |
|
מען האט אויסגערופן הגה"צ ר' משה מנחם בלום שליט"א (א זון פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל, א ברידער פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א) דער זיידע פונעם חתן, און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר כ"ק שארמאשער רב שליט"א
|
|
|
|
|