יעצט איז געמאלדן, אז מארגן, מרן הגאב"ד ובית דינו הגדול, וועלן שטיין בראש רבבות אלפי ישראל וואס וועלן באגלייטן די חסידישע היימישע אינגעלייט מיט זייערע פרויען, וואס גייען שמאכטן אין טורמע אויפן חטא פון פאלגן זייערע רעבעס אין ווילן שיקן זייערע טעכטער אין חינוך טהור כדרך רבותיהם. אויך אין בני ברק וועט מרן בעל שבט הלוי שליט"א ארויס גיין בראש רבבות אלפי ישראל מיטן זעלבן ציהל.
אגב, נאכ'ן מברר פרטים, איזראלי איז גערעכט, טאלער האט זיי ארויס געווארפן נאך 3 טעג. נישט אינגאנצן קלאר פארוואס, ווייל מלכתחילה האט דאס געהייסן אז טאלהער מאכט דאס אלס צדקה. איך ווייס נישט וואס איז די סיבה אז ער האט זיי ארויס געווארפן. קען זיין אז ער האט מורא געהאט פון בג"ץ. און נאך אגב, טאלער האט נאכנישט אופציעהל קיין מוסד חינוך לבנות, ער האט נאר געגעבן זיין פלאטפארמא אלס מוסדות סאטמאר, כדי זיי זאלן זיך פארשרייבן כאילו זיי לערנן אין סאטמאר.
|
|