געלעכטער נומער איינס:
האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען מען האט געמאכט דעם טמא'נעם פאבליק סקול? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס האב איך געלאזט פאר די קרעציגע !
ליגנער!!!
האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען א חינוך עצמאי'טע העברעאישע מיידל האט זיך דעקלערט סאטמארע רביצין? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל אז דער דברי יואל האט געקענט עסן מיט איר א נאכטמאל איז זי גיט פאר מיר!
ליגנער!!!
האסטו אויך מוחה געווען ווען בחורים זענען געגאנען אונטערצינדן קימפעטארינס מיט פיצלעך? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך האב געציטערט פאר משה גבאי!
ליגנער!!!
האסטו אויך אויפגעהערט ליינען דעם געלן בלאט ווען דער ברך משה האסט געהייסן? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך האב נישט געפאלגט דעם ברך משה נאכן געזינט ווערן!
ליגנער!!!
ביסטו אויך מוחה מיט די תורה הקודשה ווען אידן טראגן שבת אין וויליאמסבורג מיט א ספק עירוב? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס לאז איך פאר די קווינסער חיות, אגב, אז רבי פישעלע איז גיט פאר ר' ישראל חיים מנשה און ר' זלמן לייב פיליפ צו פרעגן ווען זיי ווייסן נישט עפעס, איז ער מיר באגלייבט ביים עירוב!
ליגנער!!!
האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן טמא'נע קאטשקעס? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס לאז איך פאר די ווערעמיגע קינדער!
ליגנער!!!
האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן מחומץ'דיגע ווייץ פון אריזאנע? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך בין מיך מוציא מיט דעם צוחישטן לויפער!
ליגנער!!!
האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען די סאדיסטן שלוחים פונעם אב"ד יטב לב והגללים האבן געקייטלט און געשמיסן אידישע קינדער? ניין!
פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דער פחד פונעם משתמש בקודש איז נאך דאן געווען שרעקליך!
ליגנער!!!
(אויסער דעם וואס דו האסט סתם אזוי נישט געכאפט אז איך רעד פונעם סעפטיק און פון וויטריאל, ס'מאכט אבער נישט אויס וואלסט ממילא געענטפערט די זעלבע)
נו, אויב אזוי ווען ביסטו אזוי פרום געווארן און דו קומסט פלוצלונג מוחה זיין מיט די תורה הקדושה מיט א רבינו הקדוש ווען אידן ווילן מאכן חתונות און סידור קידושין אין א זאל דארט ווי זייערע רבנים האבן מברר געווען להלכה אז מען מעג בלי שום פקפוק כלל אויך לויטן זעלביגן אגרות מהרי"ט?
יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט?!
ווייל אזוי האט דער בעל דברי יואל זי''ע געהייסן, און מיר זענען מצווה ועושה עם צו פאלגן!
ליגנער!!!
[/quote]