בית פורומים כל העולם כולו

מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2010 22:13 לינק ישיר 
מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל

נאכדעם וואס די בני יואל זענען אנגעקומען צו זייער ערגסטער שטאפל אינעם דורכפאל פון זייער זאל, דהיינו, זיי האבן געמוזט טעראריזירן דעם קאשויער רב נישט צו קומען צו זיין נעפיו'ס חופה, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט סובל זיין אז דער מחותן האט מכבד געווען דעם מרא דאתרא, וועלכע האט דאס איבערגעגעבן פארן קאשויער רב, און עס איז זיי - אין זייערע אויגן - געווען ענדערשט צו אסר'ן א שליח פון רבי'ן צו מסדר קידושין זיין דארט. פעלט זיך אצינד אויס א שטיקל קלארן בליק אינעם טיפן דורפאל וואו זיי האלטן יעצט, און ווי אויך די טרוקענע פאקטן אנע שום סילופים, וירא הקהל.

געגרינדעט האט זיך דער זאל פאר איין סיבה, וואס מען ברויך נישט מסביר זיין, אויסצורייסן דעם פאקט אז רבינו שליט"א איז מרא דאתרא אין שטעטל.

נאכן פרובירן צענדליגער אופנים וויאזוי צו ווייזן בעלות אין שטעטל, און לא עלה בידם, אריינגערעכנט די געמיינע מערכות ביי די ווילידש וואלן, וואו זיי האבן יעדעס מאל פארלייגט כוחות עצומות און ארויסגעברענגט יעדן איינציגן מענטש וואס האט נאר אמאל געהאט סיי וואסערע טענה ומענה אויף די ווילידש אדער די קהילה אדער די הנהלת הקרי' וכו' וכו' אז זיי זאלן זיך קומען אויסגעבן דאס כעס אין די שטום בודקעס, און אזוי ארום וועלן זיי ווייזן אז זיי האבן ס'רוב שטעטל און זיי וועלן איבערנעמען קאנטראל. ארויסגעשטעלט האט זיך אבער, אז טראץ וואס יעדער יחיד פון זיי איז ארויסגעקומען שטימען, און "נישט" יעדער יחיד פון אונז איז ארויסגעקומען (וויבאלד עס איז נישט קיין וואלן צו דער טיקעט אדער יענער טיקעט, נאר צו דער טיקעט אדער "נישט דער" טיקעט ואכמ"ל), ואחרי ככלות הכל האבן זיי קיינמאל נישט געקענט ארויסברענגען אפילו נאנט צו האלב, און אוודאי נישט קיין רוב שטימען צו זייער טיקעט.

איז זיי מער נישט פארבליבן קיין אפציעס איבערצונעמען גארנישט, די האפענונג איז אויס און די געמיטער זענען דערשלאגן, בלייבט נאר איבער צו פרובירן דאס מינימום. איז זיי איינגעפאלן אז היות דער מרא דאתרא איז דאך דער אויסשליסליכער מסדר קידושין אין שטאט, איז דער סידור קידושין א גוטער וואפן צו ווייזן אז מ'איז נישט אונטערגעווארפן אונטער דאס בעלות.


מצדינו פארגינען מיר זיי דאס גערן... איך מיין אז פאר קיינעם פון אונז באדערט נישט אז די קרעציגע קינדער - וועלכע ווערן נתחנך אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא קיין מחלמה לה' בעמלק מיט די ציונים, נאר ליבערשט מיט די קליפה פון א"ט.. - זאלן האבן א פסולע קידוישן און זייערע דורות זאלן זיין פארזיגלט אלס נישט כשר.

זענען אבער געקומען די רבנים און דיינים פון די קהילה אין שפיץ פון הגאון דער קרית יואלער דיין שליט"א, און ארויסגעזאגט זייער דעת תורה אז אזא זאך מוז פארדאמט ווערן, און קהל איז מחוייב צו נעמען אלע סארט שריט קעגן אזאנע פורצי גדר.

די אפטימיסטן און פעסעמיסטן צוגלייך זענען עפ"י רוב געווען פאראייניגט אז דער מערכה איז ווערדלאז, און מען וועט מיט די משוגעים אין ערגעץ נישט אנקומען, אוטן מען ברויך זיי ליבערשט לאזן לויפן. אבער, דער דעת תורה האט מכריע געווען, און קהל האט געמאכט א אסיפה גדולה, און עס איז פראקלאמירט געווארן קלאר אז דאס איז א הארבער איסור און דאס וועט נישט טעלארירט ווערן ביי אונז אין שטעטל.

קהל האט מודיע געווען אין בלאט, אז זיי וועלן מפרסם זיין די נעמען פון די חוטאים כהוראות רביה"ק זי"ע, אין צוגאב צו אנדערע כפיות וקנסות לקיים את דברי האיגרת פון רביה"ק זי"ע, וועלכע פסק'ט אז קהל איז "מחוייב" צו טוהן "כל מיני קנסות וכפיות" קעגן דעם מסדר און דעם חתן און אבי הכלה.

---- המשך יבא ----


תוקן על ידי מחלל_קדושן ב- 16/06/2010 22:37:09




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 06:27 לינק ישיר 

צו דעם איז אויך צוגעקומען א קונטרס אויף די פאסט, וואס איז אנגעקומען חוה"מ פסח צו אלע סאטמארע אידן, אריינגערעכנט די ארויסגעפאלענע [סאטמאר-נוסח-ליובאוויטש/ברסליו סטייל]. דער אמתדיגער און אינהטסרייכער קונטרס האט געשלאגן ווארצלען. ווארום, ניכרין דברי אמת, דער אלגעמיינער ציבור האט אנערקענט אז מען רעדט נישט דא פון סתם הויל פאליטיק, עס איז נישט קיין קינדער שפיל. עס רעדט זיך פון א דעת תורה שלא נשתנה ולא ישונה, אפגעזעהן צו געוויסע נגיעות-פולע רבנים [וועלכע זייערע חתימות רופן שוין היינט ארויס געלעכטער ביי יעדן רעכטדענקיגן] זאגן אנדערש אדער נישט.

אינאיינעם איז אויך מיטגעקומען א כתב קבלה, אין וועלכע אנשי שלומינו האבן זיך מקבל געווען נישט אריינצוגיין צו אזא חתונה, ווי די רבי ז"ל ברענגט אין זיין בריוו "והקרואים לסעודת מרעים בחירופים וגידופים ונזיפה".

למען האמת, דער ענין פון זיך האלטן פעסט נישט צו גיין צו די פסול'ע חתונות האט די מערסטע אויפגעשטורעמט זייערע רייען. די בני יואלע משפחות וועלכע זענען יארן געווען אפגעטיילט פון זייערע איבריגע משפחה מיטגלידער, און האבן ענדליך דערלעבט אז די אמאליגע מלחמה האט זיך [משך די נ' יארן] אפגעשטילט און די שנאה איז געווארן שוואכער און מען האט זיך אנגעהויבן באקענען מיט די משפחות, מען האט אנגעהויבן קומען צו שמחות, (ווי דער ברך משה פלעגט באמת אלס ענטפערן ווען מען האט אים אנגעפרעגט בנוגע שמחות, אז ביי שמחות זאל מען פארקוקן אויף פאליטיק), האבן זיך געכאפט אז זיי לייגן זיך דא צוריק אריין אינעם אלטן פראבלאמאטישן פעקל וועלכע איז לגמרי נישט איינגענעם, עס פעלט זיי לגמרי נישט אויס אז א חלק פון זייער משפחה זאל נישט קומען צו זייער שמחה און די משפחה זאל ווידעראמאל ווערן אפגעהאקט. זיי זענען ליבערשט צופרידן נישט צו האבן דעם זאל, און האבן זייער משפחה און לעבן ברודערליך. זיי פריוואט האט גארנישט געפעלט בעפאר בנ"י האט באשלאסן צו בויען דעם זאל צוצופיקסן דעם רבי'ן.

פון די אנדערע זייט די זאליס און בני יואל שוויצער'ס האבן געפירט א קאמפיין אז "עס גייט אונז נישט אן, מיר ברויכן זיי נישט ביי אונזערע שמחות". זיי האבן פארקויפט אז עס שאדט זיי נישט קיין כי הוא זה, לויט זיערע דמיונות האבן זיי שוין געהאט איבער 20 גע'בוק'טע דעיטס אויף זומער אין זייער זאל. (און דאס איז אין די צייט וואס צווישן אלע כלות אין קרית יואל איז דא בלויז 14 מתנגדים, אבער, אין יענעם לאגער איז דאך אזוי אנגענומען אז צו מחזק זיין דעם עולם מעג מען זאגן און פארציילן און גלייבן כאטש וואס).

נאך פסח, איז געווען איין מחותן וועלכע האט נישט געוואלט האבן א פסולע חתונה, פאר איינע פון אלע סיבות, ס'איז קיין חילוק, מתחילה אבער האט ער שוין יא געהאט באשטעלט יענעם זאל, האט ער באשלאסן מכבד צו זיין דעם קרית יואלער דיין. ווען דער דיין האט אים מסביר געווען אז ער איז נישט דער מרא דאתרא דא, ער איז נאר צומאל א שליח, אבער מען מוז צוערשט מכבד זיין דעם רבין דער מרא דאתרא, האט יענער - נישט וויסנדיג צו דאס איז בכלל א אפציע ביים רבי'ן - אנגערופן ר' חיים שלמה פישער און געפרעגט צו עס איז שייך מכבד צו זיין דעם רבין מיט סידו"ק אין יענעם זאל. דער גבאי האט געענטפערט אז ער וועט עס אדורכשמועסן מיטן רבי'ן, און שפעטער האט ער צוריקגערופן אז - כאטש דער זאל גיהער צו זיינע דם שונאים, אבער כדי שלא להרבות פסולים בישראל - פארלאנגט ער נישט זיי זאלן אפשפארן זייער זאל, נאר ער נעמט אן דארט סידו"ק. (אפגעזעהן צו ער וואלט אליינס געגאנגען אדער געשיקט א שליח).

דא זענען די חברה ארויס פון די כלים. אין זייער דמיון איז שוין אונטערגעבראכן דער גאנצער רעיון פון מרא דאתרא, (אזוי ווי איר קענט הערן פון זיי יעדן דריטן שני וחמישי אז "יעצט" "ענדליך יעצט" האט מען שוין "ריכטיג" אונטערגעברענגט די הנהגה. און.. די ארבעט פון אונטערברענגען ווערט נישט פארטיג...) און דא קומט א מחותן א בני יואלער פון "זייער זאל" און אנערקענט דעם מרא דאתרא?! נאו נאו. מען קען דאס נישט צולאזן. זיי האבן באפוילן דעם מחותן אז ער קען גיין זוכן א צווייטן זאל. וכך הוה.

דא האבן זיי שוין פארלוירן זייער גאנצער [פאלש'ער] אמתדיגן פנים. זאגן זאגסטו דאך אז דו ווילסט "דעמאקראטיע אין קרית יואל" (כאטש וואס דעמאקראטיע מיט אידישקייט גייען נישט אינאיינעם), און דא פארבאטסטו יענעם פון מכבד זיין וועמען ער וויל? נו מה הועילו בתקנתם? הזאת דעמאקראטיע?!

ווי אויך די שוויצער און נייעס פארציילער פון זייער לאגער - אינקלאדעט זייערע בחורישע הייפארק שרייבער - האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף איין טאן. איינער האט פארשטאנען אז פאר די פאליטיק איז בעסער צו פארלייקענען אז יענער האט בכלל געוואלט דארט חתונה מאכן, א צווייטער האט געהאלטן אז די רבי וועט דאך ממילא נישט אננעמען דעם כיבוד ממילא איז בעסער יא צו פארציילן דעם אמת אז מען האט אים מכבד געווען, דער דריטער האט פרובירט צו זאגן אז ער האט געטוישט די פלאץ פון די חתונה פאר אנדערע סיבות, און אזוי ווייטער.

(אבער, די סתירות האלטן אוודאי נישט אפ זייערע אנהענגער צו אפקויפן און גלייבן א מארגנדיגע מעשה... אויב דאס מאל איז מען זיך סותר, איז עס א צופאל... אדער וויל ער ניטאמאל באמערקן אז דא איז פארהאן א סתירה. וויאזוי גלייכן זיי צו זאגן? ח"ד.)

--- המשך יבא ---



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 06:41 לינק ישיר 

איך האלט אז די הויפט סיבה פארוואס די פינעף האבן געבעטן רשות איז די צעטלעך אויף די גאסן
ס'איז פאר קיינעם נישט אנגענעם, כאטש עמטליך זאגן זיי אז מ'לאכט זיך אויס דערפון און מ'פארקויפט די בזיונות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 20:40 לינק ישיר 

שלמה
האלט דיין נעריש פעדער אביסל
נישט אייביג מיזטו גלייך איבערהאקען מיט דיינע בחוריש'קייטן
איך ווייס די ארטיקעל שמעטקט דיר נישט
ווען ער וועט ענדיגען קענסטו זאגען וואס די ווילסט
דערווייל האלט דיך איין
פאר אין קעמפ ראויגערהייט

ס'קוקט אויס ווי א גיטע ארטיקעל

מ''ק, שרייב ווייטער
ברענסט עס גיט ארויס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2010 17:12 לינק ישיר 

זעהט אויס אז תשע''א איז דערווייל געבוקט וויינגער חתונות פין תש''ע
(גאנץ תש''ע איז געווען '9' פסול'ע חתונות)

דער ווארטזאגער פין זאליס פאבריצירט שוין א קראנטע מעשה אין נאמען פין כ''ק ר' לייבוש מפשעווארסק שליט''א
אין פאר די זאלי'ס איז דאס אימפלייקענבאר
נעבעך



געדענקט איר זיין מעסעזש?
SatmarHQ: Update: New Wedding hall in KJ "Ateres Meir Tzvi" have already 10 dates booked just for the first month of opening




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2010 00:59 לינק ישיר 

כ'הער אז אלימלך שטערן האט אוועקגעטראגען די חתונה פין קרית יואל, אין נישט חתונה געמאכט אין די גלילות
 זעהט אויס אז מילך איז פארשיינדליך נישט גרייט מקריב צו זיין א אייגען קינד ביום חופתה פארן תאוות הנקמה ושנאה
טראץ וואס וואלט פינקט אזוי געקענט טרעפן די אלע הייפדארק אמתלאות מיט די יו טוב קליפ'ס פין מענדי בריל אין מארגענשטערן אין וואלדמאן
דאס האלט די פסול'ע חתונות ביי בלויז 9 חתונות פין די גאנצע יאר

די זאלי'ס שווערן יעצט צו פארברייטען די מח וואשעריי אין האפענטליך וועט ער די קומענדיגע קינד שוין יא מקריב זיין



תוקן על ידי היראים ב- 25/10/2010 01:39:03




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2010 02:57 לינק ישיר 

געהארג'ט גוט.... באקומען א BBM; מעיאר ראטה זאגט אז אויב ארבעט זיך נישט אויס די זאל אין מאנרא פון די בני זואל, לוינט זיך אהער צוברענגן דעם טיימענעם טאהלער.. א כפרה מיט בני ברק... זאל ער נעקסטיים נישט זיין א חכם און שלעפן אזוי לאנג... יעצט מען אים קריטיש וויכטיג אריבער צוליפערן אלע תימ'ענע קינדער קיין מאנרא, און זיי חתונה מאכן יעדע נאכט.. מ'קען מאכן יעדעם 3 מאל חתונה מאכן יעדעס יאר... ס'איז א גוטע אינוועסמענט פאר שפעטער... ווייל נאך די 120 שיקט מען זיי גלייך קיין פאלאקס... מאיר'קע! האסט א גוטן קאפ.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2010 03:15 לינק ישיר 



געפונען אויף http://twitter.com/#!/satmarpower



תוקן על ידי דייקן ב- 25/10/2010 03:16:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2010 01:04 לינק ישיר 

די זאלי'ס זענען פרייליך ביזן הימל
נאכען אויפוויזען די שקר אין נאמען פין פשעווארסקער רבי שליט''א בנוגע די סידו''ק אין קרית יואל
איז זיי געלונגען צו טראגען דעם חתן נעכטן צו די דינער פין חסד לאברהם אין מאנסי אין סקולענע רבי שליט''א האט געטאנצען מיט אלע חתנים נאכען דינער, אין צווישען אנדערע אויך מיט טונק.....
כאילו ער האט אפי' זיך אינטערסירט ווי ער האט חתונה געהאט, (ווארט אויף די נאכפאלגענדע ספין)

אז מ'טרייסט זיך מיט אזעלכע חלשות, איז עס שוין איינמאל א דורךפאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 19:29 לינק ישיר 

בני יואל וועט די וואך האבען 2 חתונות, איין גרעסערע דורכפאל פין די צווייטע
איינס איז פין זייער אייגענע דיין
וועלכע וויל נישט מפקיר זיין די אייגענע קינדער אין האט אריינגעטראגען די חתונה אין וויליאמסבורג
דאס איז א שטארקע פראסק פאר די מופקרים, אין פאר די בחורים וואס האבען חתונה געהאט אין די בני יואל זאל,
נאכדעם וואס דער אפיציעלער דיין פין בני יואל מאכט נישט חתונה אין זייער זאל.

די צווייטע חתונה קומט פאר אין זייער זאל אין ווי קוועלער געבן איבער וועט ר' זלמן לייב אליין'ס ארויספארען צום צווייטען מאל צו  זיין מסדר קדושין אין ציפיקסען דעם ברודער... מצוה בו יותר מבשליחו (נעבעך)
אבער דארט וועט זיך רוב משפחה בראש מיט די זיידע (-נישט קיין סאטמארער) נישט משתתף זיין,
אבער פאר דעם מחותן איז אלעס וויכטיגער.

פארשטייט זיך אז די זאליס האבען געפענט א שמיציגע מערכה קעגן דעם זיידען
(די מערכה קומט פין די פאלגענדע אימעיל אדרעס [email protected])
אראפרייסענדיג דעם זיידען כאחד הריקם כדרכם מיט וועם עס גייט נישט אין שפאן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2010 20:23 לינק ישיר 

משה'לע האט דאך אזוי  גיט ארויסברענגט אין זאלי פארום

אוודאי, מען האט געהעצט דעם זיידען... איך זאג אייך, איר קענט נישט דעם דעם זיידן, אזא יוד קען מען נישט העצן, ווען עמעצער האט עם פראבירט אפצורעדן ער זאל נישט גיין צו ר' זלמן לייב צום טיש אין בארא פארק, איז יענער געבליבן מיטן אפרעדן און דער איד איז געגאנגען צו טיש,
דער איד איז א תמימותדיגער ערליכער יוד אן קיין שום קונצן און אן קיין פאליטיק, דא האט מען עם נישט געדארפט העצן ווייל איין טעלעפאן קאל צום דיין פין קרית יואל און ער האט שוין געהאט זיין הוראה און פון דעם האט ער זיך נישט געוואלט אוועק רירן,
ס'האט נישט אויסגעפעלט די הוראה פון הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וואס האט געפסקעט אז ס'איז א איסור גמור זיך משתתף זיין דארט ביי די א שמחה, און נישט נאר ביי די שמחת החתונה נאר אפילו ביי די שבת באווארפן און שבע ברכות טאר מען זיך נישט באטייליגן,
אבער דער זיידע האט נישט געדארפט דעם חוות דעת פון רבי יעקב מאיר, ווייל ביי עם איז דער פסק פון רבי געציל געווען געניג, ער האט אפילו נישט געדארפט אנקומען צום פסק פונעם ראב''ד רבי משה שטערנבוך שליט''א וואס האט געזאגט אז דער פסק פונעם דיין דמתא איז יעדן מחייב און ווער עס פאלגט נישט לייגט זיך אריין אין א סכנה, אבער אפילו דאס האט דער זיידע  נישט געדארפט, פשוט ווייל ער האט זייער קלאר געהערט דעם פסק פונעם דיין רבי געציל, און ביי עם איז אסור, אסור!!!, ער איז בכלל נישט געווען אין קיין קלעם,ס'איז ביי עם געווען א דבר פשוט מאוד,

יעצט לאמיך ענק פרעגן, מען גרייפט אן ביי די זאליס אזא אדם חשוב ווי דעם זיידען אלעס כדאי דער זאלי מחותן זאל ארויס קומען אומשולדיג, לאמיר זיך איינרעדן  אז דער זיידע איז א ווילדער קריאזער מענטש, און אז ער האט זיך אזוי פלעין אנגעטשעפעט אין די בני יואל און ער עקשן'ט זיך אז ער וויל אהין נישט גיין, וואס וואלטן רוב רובם  נארמאלע אידן געטוהן?
וואלט מען נישט נאכגעגעבן פארן טאטן?,
איז דען דא פון עמעצן א חיוב דארט חתונה צו מאכן?,
אז מיין טאטע וואלט מיר געזאגט אז ער וויל נישט איך זאל חתונה מאכן אין וויזניץ אדער אין עטרת חי', ווי נישט גערעכט ער זאל נאר נישט זיין, וואלט איך עם דען נישט געפאלגט?
איך האלט אז יעדער נארמאלער מענטש, סיי ווער וואלט אין אזא צייט געפאלגט זיין טאטן, אבער נישט א זאלי,
ווייסט איר פארוואס?, ווייל השנאה מקלקלת ,
הגם ס'דא היבש  בני יואל אין זאליס וואס האבן דארט זייער שטארק געוואלט חתונה מאכן האבן זיך צוריק געהאלטן וועגן א טאטן, אדער שווער,
אבער נישט די פשוטע אנגהעצעטע המון עם, ווייל פאר דעם זאלי אין בני יואל איז "ווערעמיג" פשוט א טיטל, ער איז א  אכזר, אפילו עשיו הרשע האט געהאט דרך ארץ פאר א טאטן, אבער ביי זאלי איז נאך אזאך ערגער פון עשיו, פינקט ווי מ'האט געזעהן ביי ר' זלמן אליין
ווי נידעריג א מענטש קען זיין, דער זיידע איז א שטילער מענטש, ער גיט זיך נישט ארויס, אבער במסתרים תבכה נפשו, ס'טיט עם וויי אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה וואס זיין איין איינציגע טאכטער מאכט, און זיך אן נעמען פאר אזא מחוצף דארף מען פשוט זיין ווערעמיג...

איר האט באמערקט? איך בין דא נישט דן צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט,
דא איז מען דן אז א טאטע זאגט אז משום איזה סיבה (אפילו א אומבארעכטיגטע) וויל ער נישט גיין אין א געוויסן האל, אין דער איידעם זאל נישט האבן אזוי פיל דרך ארץ עם צו פאלגן, אין וויליאמסבורג איז דא די משפחת  רובין הנכבדה, רוב רובם זענען אהרונים,
אבער דער טאטע איז א קעגנער פון רבי אהרן און וויל נישט גיין קיין הופפער, נו, יעדער ווייסט אז ר' משה חיים רובין איז א קריאוזער מענטש, ער איז טאקע א וואוילער איד, א תלמיד חכם, א בעל צדקה, אבער א היבש ווילדער קריאוזער מענטש, און דאווענען אין הופפער איז דאך פון קיינעם נישטא קיין איסור, אבער עם כל זה, פאלט נישט איין פאר די רובין'ס דארט צו מאכן א באווארפן, ווייל לכבוד זייער טאטן גייען זיי אוועק מאכן די שמחה, אזוי זענען דא נאך צענדליגע משפחות
אבער זעט אויס אז ביי משפחת התולעים פירט מען זיך אנדערשט.

שיין דערלעבט, יא אין מיט די מענטשן האט דער ברך משה ז''ל געליטן אין מיט די מענטשן חנפ'ט זיך ר' זלמן לייב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 19:50 לינק ישיר 

פרישע ספיןס וואקסען ווי קרעץ מ'איז גרייט באשמיצען די אנדערע זיידע אויך אבי צו ריינוואשען דעם מחותן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 20:09 לינק ישיר 

איינער ווייסט צו דער בריוו איז אמת?
זיי האבן געלייגט דארט בשם קהל אז ר' עקיבהלע מעג גיין צו די חתונה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2010 20:35 לינק ישיר 

טראכטן, ביסט נאאיוו?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2010 23:38 לינק ישיר 

טראכטן כתב:
איינער ווייסט צו דער בריוו איז אמת?
זיי האבן געלייגט דארט בשם קהל אז ר' עקיבהלע מעג גיין צו די חתונה,


טראכטן וואס האלסטו?
די קוקסט דאך אויס צו זיין גאנץ א נארמאלער מענטש.
ווען ס'ווען אמת, וואלטען זיי עס מפרסם געווען
שקר איז דארט א מער גייענדע ארטיקל ווי אמת, אויף דעם איז די גאנצע פארטיי געבויט

וואס דארפט איר מער, א גאנצע ספין פאברעצירט מען צו באשמיצן ביידע זיידע'ס ווי שוין געשריבן דורך ר יענקל
להוי ידוע ער גייט נישט זיין די איינציגע חתונה וואס איז מוותר אויף די השתתפות פין זיין טאטע אדער שווער מיט די גאנצע משפחה פאר תאוות השנאה זייענדיג מפקיר די אייגענע קינדער ווי אן אראבישער זשיהאד
ימים ידברו
די גאנצע וועלט ווועט זעהן ווי ווייט השנאה והתאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם אזווי ווייט ווי פסל'ן די אייניקעלך לדורי דורות ה''י במקום ווען מ'קען די אלע זאכען אויסקרויזן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 01:02 לינק ישיר 

גייען די בני יואלע טעראריסטען לייגען יעצט גארביטש פאר די זיידענ'ס הויז?. זאל ער כאטש וויסען וואס ס'געשעט ווען מען פאלגט א דיין און א ערליכע איד.
 (ער פארשעמט דאך זייער ע"ז קומט דאך אים די ארגסטע.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext