צענטראלע מעמד פאר רובאשקין אין בארא פארק מאנטאג נאכט
באקומען אין אישית: דאס גאנצע חרדישע אידנטום אין בארא פארק איז גרייט מיט די העכסטע מאס.
און עס ברענט דאס פייער פון אהבת ישראל ביים גאנצן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן, און מען קוקט שוין ארויס אויף דעם געהויבענעם מעמד וואס וועט ארויסברענגען אחדות ישראל אויפן העכסטן פארנעם דעם קומענדיגן מאנטאג אווענט איז זאל פון בית יעקב אויף די פערצנטע עוו.
דער מעמד אנטשפרעכט צו זיין דער גרעסטער כינוס תפלה וצדקה וואס איז נאר אמאל פארגעקומען אין די היסטאריע פון בארא פארק.
א טאג פאר אונזער ברודער אחינו בשרינו ר' שלום מרדכי וועט זיך דארפן שטעלן פאר א שטייפע פארהאטעוועטע ריכטערין זי זאל ארויסגעבן איר אורטייל וואספארא מיטל דארף געניצט ווערן צו באשטראפן ר' שלום מרדכי אויף זיין כלומר'שטע פארברעכן.
יהדות בארא פארק הכונו, מאנטאג בלק אין זאל פון בית יעקב.
מער פרטים וועט געמאלדן ווערן דא אזוי וואו עס קומט אריין אי"ה
|
|