קומענדיגן דינסטאג וועט מען אויסראפלען די גרעסטע ראפעל אין די היימישע היסטאריע, הונדערט און דרייסיג טויזנט דאלער!
היות דער אווענט גייט זיין באגלייט מיט א היסטארישע פרנסה סעמינאר, באגלייט מיט גאר אינטערסאנטע דעטאלן וועלכע זענען נאך ביז יעצט נישט געווען ביים היימישן עולם, גרונד איך דעם אשכול וואו איך וועל פראבירן צו אפדעיטן דעם עולם מיט אלעס וואס שייך.

עס גייט זיין אן עקסקלוסיוו אינטערוויו מיט מרדכי בן דוד וויאזוי אויסצוארבעטן א פעאיגקייט צו א ביזנעס.
דער אווענט גייט ווערן אנגעפירט דורך חיים קאמפעל (איידעם ביי ר' יעקב מיללער) און הילל הילל.
עס גייט רעדן דער ריזיגער חרדישער פילאנטראפ ר' אהרן נאה.
יואלי לעבאוויטש וועט אראפלייגן פארשידענע מצבים אין פרנסה מיט לעבעדיגע פארבן.
דער באקאנטער ביזנעס קאוטש ר' יואל קליין וועט האלטן געשפאנט דעם עולם.
אויך דער בעל הבית פון דער בארימטער פירמע "פיטעקס" (וואס שטייט אונטער גאר אסאך חרדישע קאמפיינס) וועט אויפטרעטן.
מער אפדעיטס טו פאללאו.