בית פורומים כל העולם כולו

א פראטעסט – נישט על טהרת הקודש?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2010 22:16 לינק ישיר 

האורח כתב:
איהר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער לפענ"ד מישט איהר אויס יוצרות (שלא במכוון אדער גאר במכוון).
איך וויל אייך דערמאנען וואס איך האב שוין אויבן געשריבען : די זאך טיילט זיך אין צוויי, די אומרוען אין די ירושלימער גאסען איז גאר עפעס אנדערש ווי די ענין פון ארויסגיין מיט מסירת נפש אפצושטעלן די טראקטארן פונעם עצם חילול הקברים.

יפה כתבת. איך האלט אויך אזוי ווי דיר אין די פרט. אז מ'דארף ארויסגיין מיט מסירות נפש אפצו שטעלן די טראקטארן. אבער אפאר קשיות האב איך אויף דיר.

די הייליגע חזון איש זי"ע האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען ווי ר' דוד שמידל, ער האט נאך געהאט אזא דעת תורה ווי אים. פארוואס ביי גיות בנות און שרות לאומי האט ער געזאגט יהרג ואל יעבור, און ביי די חטיטי שכבי אין זיינע צייטן איז ער נישט געגאנגן אליינס מוחה זיין מיט מסירת נפש? פארוואס איז נישט דא קיין שום ספק פון אים אויף מסירת נפש? נאר די תירוץ איז זייער פשוט (לדעתי, דו האסט דאס פילסטן רעכט זיך צו קריגן מיט מיר) אמת אז עס איז דא מצות מחאה, אמת מ'דארף פראבירן אלע מיני השתדלות שבעולם דאס אפצושטעלן. אבער מצות מחאה איז נאר עד כדי הכאה. ווען דו גייסט אריין נאך די פאליציי ליניע דא אין אמעריקא, אדער אין לאנדאן, אנטווערפן, אסראליע, וואס וואלטן די ארטיגע פאליציי געטוהן? וואלטן זיי נישט געטוהן די זעלבע? אז דו ווילסט גיין מוחה זיין, געזינטערהייט. אבער שריי נישט נאצי, שריי נישט רשעים. דאס איז די פרייז פאר דעם, אין סיי וועלכע לאנד אין די גאנצע וועלט.




ר' עמרם בלוי האט זיך יא געווארפן אונטער טראקטארס, ער האט זיך יא אוועקגעשטעלט ביים פענצטער ווי מ'פארקויפט טיקעטס פאר .... און זיך געלאזט שלאגען. מיש נישט אויס די ווילדערייען פון פארברענען און מזיק זיין רכושים מיט מוחים וואס כאפן זיך אריבער די באריקאדען פון די פאליציי מיט מסירות נפש אפצושטעלן די חפירות ווי ווייט מעגליך. דאס איז צוויי באזונדערע זאכן. די ראב"ד האט געכאפט מעיס נישט צוליב די ווילדאקעס אין מאה שערים, ער האט עס געכאפט צוליב די מסירת נפש יונגעלייט וואס האבען נישט געהארכט די פאליציי און זיך אריין געווארפן אין די מקום החפירות מיט מסירות נפש.
איך גיי נישט אריין צו די נאצי געשרייען זענען ריכטיג צו נישט. אבער די ברוטאליטעט פון די פאליציי איז נישט געקומען צוליב די געשרייען, נאר פארקערט די געשרייען זענען געקומען צוליבן ברוטאליטעט. די ברוטעליטעט איז געקומען א דאנק די מס"נ. איז דריי נישט קיין קאפ!

גערעכט, אבער פארוואס נאר ביי אינזער זייט זעהט מען די פארברענטע גארביטשעס, ווילדע מעשים אשר לא יעשו, פארוואס ווען די אנדערע לאגער מאכט א מחאה, גלייב מיר, עס טוט זיי די זעלבע וויי וואס עס גייט יעצט פאר דארט מיט די ארעסטירטע, אפשר נאך מער ווי דיר די חטיטי שכבי. פארוואס ווען עס איז דא איבער 100.000 מענטשן דארט בלע"ה, "קיין איין פארברענטע גארביטש קען? קיין איין געשלעג? קיין איין נאצי געשריי (וואס דאס מיר דאס מערסטע וויי)? קיין איין חילול השם? מיין קשיא וואס טוט מיר זייער וויי, איז פארוואס?

איך וועל דיר זאגן די תירוץ. ווען איך בין געווען א בחור, האב איך זיך משתתף געווען ביי די הפגנות. און מיר האבן אלע געווארפן חצץ (די קליינע שטיינער אויף די פאליציי) אריינגעלייגט ציקער מיט וואסער אין די מאטארן פון די טראקטארן, זיך געשלאגן מיט די פאליציי. רעדטס דיר איין פאר איין מינוט אז איינער פון די צענדילגע בחורים און יונגעלייט וואס האבן דאס געטוהן האבן געמיינט לשם שמים?  א נעכטיגע טאג. די אלע ערליכע זענען געשטאנען אין ככר זופניק, און מיר זענען געשטאנען אין ככר השבת, ביי אפריון וכו'. מיר האבן געמיינט עקשען, און נאר דאס! ווען מיר זענען אהיים פון דארט, אויסגעשפעט אינגאנצן, האבן מיר דערציילט איינער פאר די אנדערע וואס היינט איז געווען, געלאכט אויף די רחמנות'דיגע פאליציי, און זיך אינטערגעהאלטן אויף זייער חשבון.

און נאך איין גאר וויכטיגע זאך. ר' עמרם בלוי זי"ע, האט איינגעלאדענט די אלע פאליציי לייט צו אים אויף שבת, כל צרוע וכל זב האבן געהאט ביי אים פלאץ צו עסן און צו שלאפן. אויף אזוי ווייט אז די שכנים האבן זיך אפגערעדט אז זיי זענען שמיציג און נישט זויבער זיינע געסט. האט ער אפגעדינגן א מקוה (דאכט זיך מיר מאור חיים, נישט זיכער) און דארט אריינגעשיקט זיינע געסט. און נאכדעם איז ער געגענגן שרייען שבת. וועלכע פון די מוחאים קענסטו אז זיי וואלטן ווען געטוהן אזא זאך? וועלכע פון די מוחאים קענסטו אז זיי האבן געהאט די אהבת ישראל וואס ער האט געהאט?










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 22:56 לינק ישיר 

חדשות כפארשטיי זיי האלטן אז מברויך זי נישט ווארפן אינטער קיין טראקטארס ,

אבער פאר וואס קענען זיי נישט מאכן א נארמאלע ציוויליזירטע מחאה  ,

פינקט ווי זיי קענען יעצט מאכן  א מחאה איבער די עמנוא-ל קעיס
זאלן זיי אינמיטען ירושלים נעמען א פערמיט אין מאכן א פראטעסט  

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2010 00:45 לינק ישיר 

*--[endif]*

מײ האמבל אפיניען

א גרופע עלטערן װילן נישט זײערע קינדער זאלען לערנען מיט פרענקען, איך פארשטײ זײ

אבער זײ קענען נישט בעטן א מדינה צובאצאלן דערפאר, זײ קענען לײגן זײערע קינדער און א פריװאטע מוסד

לערנען מיט א ספרדי אונטער אײן דאך איז זיכער נישט קײן גזירת גיוס בנות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 17:44 לינק ישיר 

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/63286/Report:+Lalum+Goes+Underground+Amid+Threats.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פראטעסט – נישט על טהרת הקודש?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.