בוררות בני ברק: דיס-אינפארמאציע
אזוי ווי די אהרונים שרייבן און זייער סייד "כל העולם" נייעס איבער די בני ברק'ער בוררות, דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז דיסאינפארמאציע, און קיין איין ווארט וואס זיי שרייבן דארט איז נישט אמת.
לגופו של ענין ווייסט היינט יעדער איינער דריי פאקטן:
א. דער ערשטער אריינצוטראגן דעם סכסוך בערכאות מיט מסירות ומלשינות איז געווען ר' אהרן ט"ב מיט משה חיים ווייס
ב. נאכן דערלייגן די מסירות אין געריכט איז ער זעלבסט אריין אינעם העכסטן אינסטאנץ בג"ץ צו אפיעלן איבער זיינע מסירות דורכפאל
ג. אז ר' אהרן מיט משה חיים ווייס האבן נישט געהאלטן ביים גיין צו די"ת און אונטערשרייבן שטרי בירורין ביז די לעצטע מינוט, נאר זיי האבן געוואלט אנגיין ווייטער מיט זייערע השמצות און פראקלאמירן "באגא"ץ" פראטעסטן, א שטייגער ווי זיי נישט דורכגעפירט כ' סיון פראטעסט, און דער ירושלימ'ער רב דער פאה"ד האט זיי געצווינגען אונטערשרייבן שטרי בירוריין, און אנוילירן זייער בג"ץ קאמפיין.(עס איז דא א תכריך כתבים וועלכע איז נאכנישט פארעפענטליכט געווארן ביז היינט צו טאג, וואס ברענגט ארויס קלאר שווארץ אויף ווייס).
ויסכר פי דוברי שקר.
|
|