קודם וועל איך אייך פארציילן ווער איך בין און פון ווי איך קום, דערנאך וועט איר שוין פארשטיין פארוואס איך רוף דאס "מתיבתא פורום".
איך האב זיך איינגעשריבן צו באקומען רשות אין די אהרוינישע פורום. די עצם איינשרייבן איז נישט אזא פשוטע זאך, דער "הויך געשיצטער" מנהל (יא ממש אזוי ער פאדערט כבוד כאילו ער זאל זיין לכה"פ א עושר, אדער א ת"ח, אדער אפילו נאר סתם קליג). ער פרעגט דיר אויס אלעס וואס ער קען נאר, ער האט למשל געוואלט וויסן (איידערן געבן רשות) ווי שטארק איך "הענג אן" אין מיין חסידות, ווי לדוגמא וויפיל מאל איך גיי צום טיש און וויפיל קוויטעלך א יאר איך געב... בקיצור נאך א גאנצע שקלא וטרי' האט ער באוויליגט מיר צו געבן רשות...
איך האב אנגעהויבן שרייבן, און תיכף ביים ערשטען תגובה האב איך באקומען א טוץ מיט נארישע חכמות, יעדער נאר דארט פראבירט צו צייגן אז ער איז א "גוט זאגער" ער קען גוט "צוריק פליקן" בקיצור, א נארמאלע שמועס קען מען נישט פירן. און פארשטייט זיך אז ווען מען פרעגט א נארמאלע שאלה קען מען נישט באקומען א נארמאלע תשובה. בקיצור נישטא דארט אפילו נאר "איינער" וואס זאל שמועסן נארמאל.
עס האט נישט לאנג אזוי אנגעהאלטן ביז עס האט זיך אויפגעוועקט א ניק "היראים", ער קען נישט נאר נישט ענטפערן נארמאל נאר ער קען בכלל נישט ענטפערן, זיין תשובה וועט אלעמאל זיין א פערזענליכע פליק אויף צוריק, למשל ווען איך פרעג פארוואס טרעפט מען נישט איין אהרויני וואס זאל ארויסזאגן מיט א פולע מויל אז דוד עקשטיינס רשעות זונטאג פארטאגס זאל זיך האבן געלוינט, ענטפערט ער צוריק "וואס האט מען געגעבן פאר לאנטש היינט אין ישיבה?" און ער לייגט נאך צו א "אפענע בקשה צום מנהל" אז ס'איז ממש אומדערטרעגליך און מען דארף דעם נייעם ניק ארויסווארפן...
איך האב זיך בארעכענט אז איך גיי אים אפטון א שפיצל... איך האב געמאכט א חשבון אז עס קען נישט זיין דארף צופיל שרייבער, עס זעט אויס אז רובה דרובה ניק'ס געהערן צו דעם זעלבן פארשוין, ווייל געווענטליך זענען אלע דא צוזאמען. עס קען אמאל אריבערגיין אפאר שעה און די פורום איז טויט און פלוצלינג געבן זיך א ריק אן 10 ניק'ס אויף איין מאל און זיי ווערן אלע אויך פארשווינדן אויף איין מאל... בקיצור איך האב מחליט געווען אז איך גיי אים אפטון א שפיצל...
איך האב געשיקט א מעסעדש אדרעסירט צום מנהל "אין אישי" (אזוי ווי זיין "הויך געשעצטע" כבוד פאדערט אז קריטיק איז נאר אין אישי) דא האט איר א קאפי
כבוד המנהל בשמחה, היתכן די לאזט צו פריוואטע אטאקעס אין די צייט וואס עס איז אויסדריקלעך קעגן דיינע אייגענע תקנות? אבער במקום שיקן צו "בשמחה_תמיד" האב איך דאס געשיקט צו "היראים". עס נעמט נישט לאנג און איך באקום צוריק א תשובה פון "היראים" בזה"ל "איך האב אים געווארענט אין אישי ער זאל אויפהערן". דער שוטה האט זיך נישט געכאפט אז איך האב אים אריינגעלייגט אין זאק...
עס גייט נישט אריבער לאנג און איך אנערקען אז איך בין ארויסגעשפארט פון יענעם פורום. האב איך מחליט געווען צו טון די זעלבע שפיצל נאכאמאל.. איך שים א מעסעדש בזה"ל
כבוד המנהל,
איך האב צוויי שאלות.
1 מה פשעי ומה חטאתי, פארוואס האסטו מיר ארויסגעווארפן. 2 וואס דארף איך טון צו צוריק באקומען רשות צו שרייבן.
און יעצט האב איך געטון אקוראט דאס זעלבע ווי פריער, איך האב דאס נישט געשיקט צו בשמחה נאר צו "היראים", עס נעמט נישט לאנג און איך באקום צוריק א תשובה פון "היראים" בזה"ל
"איך האב דיר ארויסגעווארפן ווייל די האסט געשטערט די רוהיגקייט פון דעם פורום, איך וועל איבערשמועסן מיט די אנדערע מנהלים אויב עס איז דא א מעגליכקייט דיר צוריק אריינצולאזן". המנהל
רבי_יונה איך האב דיר באשולדיגט דיין ניק "רבי_יונה" נישט דיין ניק "rebyankel"
נשלח ב-21/6/2010 18:43
ניין נפל דא קרג איך זיך מיט דיר ס'איז נישט געווען רבי יונה ס'איז געווען יענקלע11 און פון די ניק הערט מען שוין טאקע נישט,
נשלח ב-21/6/2010 20:15
ווייסטאלעס, דא קריגסטו זיך נישט, דארט קריגסטו זיך יא, אלעס איין נפק"מ. נפל האט געכאפט רבי_יונה רע"ד הענדי"ד. אויב האט זיך איינער איינגערעדט אז איך דמיון האט זיך יעצט יעדער די געלעגענהייט צו איבערצייגן אז הוא בשמחה הוא רבי_יונה הוא היראים הוא טראק וכו'
נפל'ע ווי אזוי מאכט מען א פיקטשער, איך וויל ארויפלייגן אויך וואס איך האב באקומען אין אישי פון היראים ווען ער האט געמיינט אז ער איז אריינגעסיינט אלס בשמחה.
נשלח ב-13/7/2010 20:08
איך בין טאקע א פלענע ניק וויזוי קען איך ווערן א מנהל אזוי ווי היראים?