| נשלח ב-18/6/2010 19:10 |
|
| |
#1 הא לן והא להו
דער רב הסאער ר' אהרן האט געזאגט א פייערדיגע דרשה אין הופער ווי ער האט אינטערגעריסן די וואס שרייען "שבת". ער האט גענומען א ראי' פון מאשין מצה אז אפילו אונזערע גדולים האבן גע'פסק'נט אז דאס איז "חמוץ מדאורייתא ממש" דאך קען מען נישט האבן קיין טענות צו די וואס פארלאזן זיך אויף זייערע גדולים און עסן יא מאשין מצה... ער האט מיט פאטאסט אויסגעפירט אז מען טאר טאקע נישט טראגן מיטן עירוב אבער די וואס פארלאזן זיך אויף זייערע רבנים יש להם על מה לסמוך...
פרעגט זיך די קשיא, אויב מעג יענער טון וואס זיין גדול פסק'נט פארוואס לאזטו יענעמ'ס גדול בכלל נישט פסק'ענען און זאגן זיין דעה? האסטו דען נישט אינטערגעריסן מיט א שמוציגע מויל יעדן גדול בישראל וואס האט גע'פסק'נט אז דיין פאבליק סקול איז ביהרג ואל יעבור?
אבער לאמיר נישט קריכן אזוי ווייט, לאמיר קוקן וואס עס טוט זיך היינט צוטאגס. דיינע קעלבער שרייען נאך מענטשן טאג און נאכט (זיי שרייען נישט "שבת" זיי שרייען נאך פרויען אין די גאסן "זונה"!
ווילן מיר אייך פרעגן, האבן דען די אידן נישט געטון אקוראט וואס זייערע רבי'ס האבן זיי גע'פסק'נט? מסכים אז "די האלטסט" אז זיי טוען א עוולה... אבער דיין אייגן מויל האט דאך געזאגט אז מען טאר אזאנא מענטשן נישט נאכשרייען ווייל זייערע גדולים האבן אזוי גע'פסק'נט!
ילמדינו רבינו מה שנא?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 19:15 |
|
| |
די קשיא ווערט נאך שטערקער ווען מען קוקט אביסל אריין אין זיינע אייגענע ווערטער. ווען עס האנדלט זיך פון א איסור "דאורייתא" מעג יענער נאך אלס טון דאס וואס "זיין" רב פסק'נט, דא ביי די סידור קידושין איז כולי עלמא מודה אפילו ער אליינס אז עס איז נישט קיין שאלה "דאורייתא"...
ילמדינו רבינו!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 19:45 |
|
| |
הערליך, בקיצור און קלאר, איך האף נאר אז די פאלנסט נישט צו עפענען א פרישע אשכול פאר יעדע הא לן והא להוא ווייל מיר וועלן דערטראנקן ווערן אין אשכולות...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 20:24 |
|
| |
UNBELIVEBALE!!!! איין ניק שרייבט א פערד'יש זאלי פשעטיל און זיין צווייטע ניק קלאפט עם אין די פלייצע, און למעשה מיט זיין פארשטאפטן קאפ כאפט ער בכלל נישט אז ער שרייבט פערדישקייטן, און אז די אהרונים זענען גאר קאנסיסטן, און די זאליס זענען גאר די היפאקריטן.
קודם כל איז נישט ממש בדיוק וואס דו שרייבסט אז ער האט געזאגט "יש להם על מי לסמוך" נאר אז מען זאל קיינעם נישט נאכשרייען ווייל זייערע דיינים האלטן אז מען מעג, און מיר קענען זיי נישט איינטיילן און צווינגען נישט צו האלטן ווי זייערע דיינים הייסן, און דריבער זאגט רבינו שליט''א אז מען זאל זיי נישט נאכשרייען, איז אזוי, קודם כל איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען רעדט פון איינעם וואס עסט מאשין מצות ביי זיך אינדערהיים, ווייל אויב זאל ער דאס אריין ברענגען אין מיין שטוב וועל איך עם געוויס אנשרייען, די זעלבע זאך איז אינזערע טענות אויף די אזוי געריפענע שערי חמלה געגנער, וואס שרייט איר מיר נאך יהרג ועל יעבור?, וואס פארפירט איר אזוי? איך האב שערי חמלה ביי מיר אינדערהיים! אין מיין שטעטל!, קענסט פסקענען פאר דיינע אינטערטאנען זיי זאלן דאס נישט ניצן, אבער ניר נאכשרייען איז אבסורד!!!, און למעשה איז עולם הפוך ראיתי, די אוסרים וואס האבן אזוי יאמערלעך פארפירט אין געשריגן יהרג ואל יעבור, זיי אליין האבן זיך באנוצט מיט שערי חמלה פאר זייערע אייניקלעך, היפאקראטיזם אויפן העכסטן פארנעם!, די זעלבע זאך איז מיט סידור קידושין, דא אין שטעטל איז דערמרא דאתרא בעל הבית, (יא, איך ווייס אז ביי ענק איז דער שארמאשער דער מרא דאתרא, אבער מיר מוחאים האלטן יא אז רבינו שליט''א איז מרא דאתרא, כפי פסק פון בית דין הגדול שבירושלים), און על פי פסקו פון אונזער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע האבן זיי א פליכט צו אינפארסירן דעם פסק מיט חרמות, קנסות, ומחאות, מיר וועלן זיך נישט מישן למשל אויב אין סקווער זאל עמעצער מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא (אויב ער האט זיך אויף וועם צו פארלאזן) אבער וואס האסטו טענות ווען ביי מיר אין שטעטל בין איך מוחה?
בקיצור דער חילוק איז זייער פשוט, ביי זיך אינדערהיים מעג זיך יעדער פירן ווי זיין דיין פסק'ט אין דו האסט נישט קיין יענעם נאכצושרייען, נישט מחללי' מות יומת, און נישט יהרג ואל יעבור, ביי מיר אינדערהיים, אויב ביסטו א זונה מעג איך, און איך בין מחוייב דיר נאך צו שרייען זונה!!!. נישט קיין חילוק צו דו ביסט א זונה מדרבנן צו א זונה מדאורייתא,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 21:48 |
|
| |
הרב נפל, די חילוק איז זייער פשוט, זיי זאגן עס אליין.
ווען ר' אהרן זאל ווען זיין כחלומו "אב"ד דכל קהילות סאטמאר בכל קצוי תבל", וואלט מען טאקע אין וויליאמסבורג אויך נישט געטארט טראגן, און א רחמנות וואלט געווען אויף יעדן טרעגער. מען וואלט בפועל פארשטיינערט מענטשן. וואס הייסט: מחלליה מות יומת!!!
נאר אזוי ווי אצינד איז וויליאמסבורג נעבעך דעם ברודערס און נישט מיינס, נו אז ס'איז נישט ביי מיר אינדערהיים, מעג יעדער זאגן א מיינונג.
משא"כ אין מאנרא ווי ער האט זיך נעבעך איינגערעדט ביז היינט אז ס'איז זיינס, איז זייער פארשטענדליך אז א צווייטער קען נישט אריין רעדן.
מיט דעם קען מען אויך פארשטיין א זאך וואס אסאך האבן זיך געמוטשעט: כידוע, האט שמואל שלמה טעלער אויסגעטראפן אז די סיבה פארוואס ר' געציל'ס דעה יחידאי איז מחייב אלע בנ"י וואס זענען שוין 20 יאר ארויסגעווארפן פון די אפיציעלע קהילה, און זיי טארן זיך נישט רעכענען מיטן דעת תורה פון זייערע אייגענע רבנים פון ק"י, און מחוץ לעיר (ובתוכם למשל הגה"צ ממאנטיווידעא זצוק"ל, דער רבי פון ר' געציל) איז וויבאלד ר' געציל איז -לשיטתם- דער דומ"צ דמתא, איז אין אחר דבריו כלום.
און מאנכע האבן זיך געוואונדערט אז לכאורה אין שו"ע און שו"ת ספרים זעט מען אז אזא זאך הייבט זיך נישט אן, עס איז בדוי מן הלב. אדרבה, גדולי ישראל בכל מקומות מושבותיהם האבן אלס יא געזאגט חוו"ד במקום ווי עס איז געווען א מרא דאתרא מיט א דומ"צ דמתא מיט אלע קליפערלעך (גיי פרעג זיי צו דער מהרש"ג האט געוואוינט אין בעלז... און וועלכער דומ"צ אין קראלע איז מיטגעשטאנען מיטן רבי'ן אין די מחלוקה...).
איז דאך לכאורה שווער פון ווי נעמט זיך אזא הנחה?
אבער לפי הנ"ל איז די תירוץ גאר פשוט. מען מיינט נישט צו זאגן דא אז ע"פ הלכה איז א פראבלעם, מען זאגט סך הכל איין זאך : דא איז מיין שטאט! און דא וויל איך נישט הערן פון א צווייטן צו זאגן גארנישט! און ווער יא איז עפרא לפומי' וכו' .
כמדומה אז מיט דעם שטימט אלעס כמין חומר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 21:55 |
|
| |
טעות
תוקן על ידי אומזיסט ב- 18/06/2010 21:57:09
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 22:07 |
|
| |
גערטער שטאטעלעך זיי מסביר, פארוואס אויף ספק ספיקה יהרג ואל יעבור און חילול שם שמים, הייסט מען מייקל ראטה אויף א קיין שום נדנוד קל פון קיין איסור זנות אדער ממזרות הייסט מען נישט מייקעל טייטעלבוים?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2010 22:21 |
|
| |
ס'קומט ארויס אי"ה אויף אידיש א קונטרס מיט א רייכע היסטאריע פון אלע מחלוקת אין שטעטלעך אין סידור קידושין ווי דער דומ"ץ אדער רב דמתא האט געפסקענט פסול און אנדערע רבנים פון אנדערע שטעט האבן מוחה געווען דערויף און האבן מבטל געווען כעפרא דארעא דעם פסק פונעם נוגע בדבר דע מעשות זענען דא אין די לענג און אין די ברייט פון אלע תשובה ספרים, און ס'ווערט יעצט צאמגעשטעלט א מייסטער ארבעט ווי דער עולם התורה וועט הנאה האבן אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2010 19:58 |
|
| |
אזעלעכע מעלאנע קעפ פאסט פאר די קרעציגע/זאליס, איך וועל זיי נישט רופן חלה דעקלעך ווייל א חלה דעקל איז א תשמיש קדושה, ואילו פירן זיי זיך אויף ווי א חלה דעקל החרשתי, אבער זייער תגובות פאס ענדערש פאר א מעלאנע קאפ. זיי ענטפערן און כאפן זיך נישט אז זיי שפארן מיר איין א ארגומענט, ווי זיס איז ווען דער פארטיידיגונג אדוואקאט הערט ווי דער פראסיקיוטער זאגט סטעיטמענטס וואס איז גאר גינסטיג פאר זיין קליענט, דארף דער קליענט נאר איבער חזר'ן די ווערטער פון פראסיקיוטער און צו לייגן זיין פוינט פארוואס ער איחז איינשטימיג מיטן פראסיקיוטער און דאס איז גאר לטובה זיין קליענט.
קענט איר אייך פארשטעלן וויאזוי די בני המן וואלטן אויסגעזען ווען דער שד בצורת אדם (מלך שב''א) משה גבאי וואלט נאך היינט געווען מושל בכיפה, וויאזוי וואלט מען היינט טעראריזירט דעם שארמאשער, טשאדער, קויפמאן וכל הפורצי גדר, וואלטן זיי דען נישט געהייסן מייקיל מרגענשטערן?, צו מייקיל טענענבוים?, ומה ביי ספק ספיקה פון יהרג ואל יעבור און חילול שם שמים הייסט מען מייקל ראטה, וואלט מען דען נישט געהייסן מייקל טענענבוים און מייקל מארגענשטערן ביים מתיר זיין א ספק זנות וממזירות?. ביי מסדר קידושין זיין באיסור. דערמאנט אייך נאך גיט, ווען דערמלך שב''א איז געווען בעל הבית אין סאטמאר, ווען יעדער אין סאטמאר איז געווען נכנע אינטער זיין רעזשים, אנגעהויבן ביים הייליגן ברך משה זי''ע, און גענדיגט ביים דאן קרית יואל'ער רב שליט''א, ווער ס'האט זיך געטרויט ממיר זיין את פיו איז געווען אוי לו ואוי לנפשו, ביז ס'איז געקומען א צייט וואס רבינו הקדוש שליט''א ואתו יחד אלפים חסידי סאטמאר האבן מחליט געווען אז עד כאן, מיר ווארפן אראפ דעם עול מלכות שב''א, און פון דאן (שנת תשנ''ט) איז פארהעלטנסמעסיג געווארן שלום ושלוה בארמנותינו, איך וואוין און א הויז מיט נאך 5 שכנים וואס איינער איז א בני יואל 3 זאליס, און איך מיט נאך א שכן א אהרוני, מיר לעבן באמת ווי נאנטע שכנים, די נשים שטייען צוזאמען ווארטן דעם סקול באס, און מיר גייען צו די שמחות איינער צום צווייטן, אלעס נאר א דאנק דעם טשענטש אוף דע גארד, ס'איז געווארן א צייט פון אויס טעראר און כמעט אויס שנאה, יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג, מען האט קיינעם נישט נאכגעשריגן, קיינעם נישט געטשעפעט, אלעס איז געווען שלום ושלוה, טראץ וואס אלפי תושבי קרית יואל זענען נכנע תחת מרותו פון רבינו שליט''א און האלטן קלאר אז ער איז דער מרא דאתרא, אבער דאס האט נאך אלץ נישט געברענגט קיין געשלעג און מחלוקת, איי זאגט מען ערליך, ואילו לא הוציאנו הקב''ה מעול מלכות שב''א הרי אנו, בנינו, בני בנינו, רבותינו, דיינינו, משועבדים היינו למלך שב''א, איי דארף מען דאנקן דעם הייליגן באשעפער פאר זיינע חסדים, אז מיר האבן זיך געפענט אונזערע אויגן, און אראפ געווארפן דעם יאך פון דעם אכזר, און דאס האט צו געברענגט צו יארן פון שלום ושלוה, א שטיל רוהיג לעבן, וואס יעדער איז געווען צופרידן.
ביז... ביז... השקט לא יוכלו, א חלק פון די בני המן האבן זיך צו געשטעלט צו דעם מלך שב''א, און האבן מיט עם איינגעקלאפט פאניע בראט, ער איז געווארן זייער יועץ, זיי נעמען פון עם ארדערס און חיזוק, האט זיך אלעס אנגעהויבן צוריק צום אלטן, (ווי פויערשטיין זאגט אלץ, אלעס בלייבט ביים אלטן), און די נארישע קרעציגע בני המן, האבן מחליט געווען אז ס'איז שוין צו לאנג שטיל, לאמיר פאקאכן א קאשע, לאמיר קלאגן קהל, אולי ואולי וועלן מיר זיך נאכאמאל אביסל שלאגן, וועט מען כאטש וויסן אז מיר עקזעסטירן, נו, די רעסט איז היסטארי, היינט זעט מען קלאר למי החותמת ולמי הפסולים, רבי אהרן איז שוין עמטליך רבי עטליכע יאר, און אומעמטליך שוין א קיימא לן פון איבער 10 יאר, און אלעס איז געווען שלום ושלוה, ביז דער מיצר לישראל האט צוריק איבער גענומען די זאלי/בני יואל מאכט, און דאס איז די פירות פון דעם מלכות שב''א,
למעשה כפי השמיעה פון נאנטע בני יואל, וועקן זיי זיך שוין אויף, און שרייען מה לנו ולהצרה הזאת, מי ביקש זאת מידכם, וואס מישט איר זיך אריין אין אינזער מחנה, אלעס איז געווען פיין און וואויל, און פלוצלינג, א בראך, א וועלט מלחמה, ווער ברויך דאס?, האט מען דען געטשעפעט אונזערע מוסדות?, האט מען דעם געטשעפעט אונזערע בתי מדרשים?, האבן דען אונזערע באסעס נישט געהעריג קורסירט אין שטעטל אן קיין פראבלעמען?, האט מען דען אמאל נאכגעשריגן אונזערע רבנים ודיינים? אלעס איז דאך געווען פיין און וואויל, וואס ברויך מיר צוריק דעם מלכות שב''א?,
מאכט אייך אויף די אויגעלעך, רבי אהרן שטייט אייך נישט אין וועג, מען האט קיינעם נישט געצווינגען צו זיין זיינס א חסיד, אזא ליבעראל חסידות ווי חסידי סאטמאר אין קרית יואל (פאר די לעצטע 10 יאר) איז אין ערגעץ נישטא, ס'איז ממש איש כל הישר בעיניו יעשה, רבינו הקדוש רעדט אויסדריקלעך נאר צו זיינע חסידים, און ווער עס וויל נישט איז נישט, מען האט קיינעם נישט געצווינגען צו עסין אריזאנא ווייץ, מען האט קיינעם נישט געצווינגען צו עסין דייקא מהודר'דיגע פלייש, ווילסט נישט שחיטה מונחת? איז נישט, נו, וואס האט דאס אויסגעפעלט?, קומט איר דען ערגעץ אן?, האט איר דען עפעס פארדינט?, מאכט אייך א חשבון הנפש, ענקער פרעסטיטש אין די וועלט איז די לעצטע פאר חדשים געפאלן עשרת מונים, וויפיל מוה און פלאג האט אייך געקאסט אז איר זאלט נישט זיין פון די אויסגעשפיגענע, פון די אראפ געקיקטע, און אט אט איז אייך כמעט געלונגען, זענט איר צוריק געשפרינגען עשר מעלות אחורנית, צוריק צו די מחלוקה, צוריק צו די שנאה, איר ווערט ווייטער אראפ געקיקט ביי כלל ישראל. מאכט אייך א חשבון, האט זיך דאס געלוינט? על כל פנים א שיין חלקה בני יואל שרייען אויס אז ניין!!!.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2010 21:43 |
|
| |
גערעכט גערעכט ס'איז אלעס משה גבאי,
האסט אבער פארגעסן אויצורעכענען, די כהנים ארויס דרשה... האט מען פארברענט א קאר ס'איז ווייטער שטיל... אין קראלי האט מען אויך געשלאגן... נישט אין סדרי הישיבה מעג מען ארויסווארפן נאקעט אין די שניי...
דאס אלעס און נאך וויפל איך דענק נישט אויפן מאמענט כי רבים הם, איז אויך געווען משה גבאי מדברת מתוך גרונו...?!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2010 22:03 |
|
| |
נער'עלע וואס דו ביסט! ביסטו טאקע שוואך אין די אידישע שפראך? אדער דארף איך דאס פינטלען?, דו זאלסט פארשטיין, איך האב זייער קלאר געשריבן אז אלע פראבלעמען איז געווען ווען דער מחרחר ריב, דער שד איז געווען דער פאלנער בעל הבית אין סאטמאר, ער איז געווען דער מושל בכיפה, און יא, אפילו אונזער רבי איז געווען נכנע ומשועבד צו עם, און אויך נאך געטאנצן נאך זיינע טענער, און אלעס וואס דו ברענגסט איז אלטע היסטארי, פון פאר תשנ''ט, פאר די גאולה פון מלכות שב''א, די ס' יארן איז געווען א פלעזשער אין קרית יואל, (זעלבסט פארשטענדליך אז נישט פאר די פינסטערע זאליס!!!) אבער פאר חסידי סאטמאר און פאר די בני יואל איז געווען שא שטיל, אין פרץ ואין יוצא ואין צווחה, און היינט צוטאג, ווען מואב אין מדין האבן זיך צוזאמען געברענגט, כאפט איר פליקעס איינס נאכן אנדערן, און דאס איז מיין פוינט, אגב, האסט אפשר געטראפן א טלית?, מיין רבינס קליינע ברודער האט פארלוירן א טלית...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2010 23:26 |
|
| |
כא כא כא, אוועקצולייגן גערעכטערס תגובה אויפן משתה היין קומענדיגע פורים (נאכן בוקא דאטמא)
א) די באקאנטע דרשה אז אין סיגוט, זענטע, אוהעל האט מען טערארזירט יודן = האט משה גבאי געזאגט? ב) געפלינדערט יודישע נכסים אין קרית יואל האבן = משה גבאי'ס ישיבה בחורים געטוהן? ג) עפרא לפומיה אויף א צדיק אמת פארן חטא פון מוחה זיין אויף א פירצה = האט משה גבאי געזאגט? ד) איינגעשטעלט 70 נפשות ביים פארברענען דעם ילד האט כפי עדותו של עקשטיין = ביידע געטוהן? ה) מבזה געווען און יורד געווען לחייו פון ר' יוסף דוד הירש, בלי דין תורה = האט משה גבאי מיט זיינע בחורים געטוהן? ו) צוגעשפארט דעם ציון פאר הרבנית הצדיקות האט = משה גבאי געטוהן? ז) נאכגעשריגן און געווארפן שטיינער אויף הרבמית הצדיקות ביים ציון האט = בחורים פון משה גבאי'ס ישיבה געטוהן? ח) מבזה געווען א יעדען רב וואס גייט נישט אין שפאן ובככלם שארמאשער רב, טשאטער רב וכו' = משה גבאי ט) נאכשרייען פרויען אין די גאסן זונה ממזר (ווען קיינער האט נאכנישט באוויזן צו ברענגען א מקור אז עס איז דא א ספיק ספיקה פון ממזרות) = משה גבאי'ס בחורים י) צושפארן בתי מדרשים בערכעות = משה גבאי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2010 23:46 |
|
| |
| zibala כתב: |  | כא כא כא, אוועקצולייגן גערעכטערס תגובה אויפן משתה היין קומענדיגע פורים (נאכן בוקא דאטמא)
א) די באקאנטע דרשה אז אין סיגוט, זענטע, אוהעל האט מען טערארזירט יודן = האט משה גבאי געזאגט?
יא! אהרן מדבר מתוך גרונו של משה, געווען פאר תשנ''ט!, אגב, היינט צוטאג זאגט דאס טאלטשע בלאמענפעלד.
ב) געפלינדערט יודישע נכסים אין קרית יואל האבן = משה גבאי'ס ישיבה בחורים געטוהן?,
יא!!! ווען ער איז נאך געווען בעל הבית פאר תשנ''ט!
ג) עפרא לפומיה אויף א צדיק אמת פארן חטא פון מוחה זיין אויף א פירצה = האט משה גבאי געזאגט?
יא, בפקודת מלך שב''א, פאר תשנ''ט!!!,
ד) איינגעשטעלט 70 נפשות ביים פארברענען דעם ילד האט כפי עדותו של עקשטיין = ביידע געטוהן?
איי עם גלעד האסט דאס ארויף געברענגט, דאס ווייסט דאך יעדער אז משה'ס יונגלעך האבן געטון!!! פאר תשנ''ט!
ה) מבזה געווען און יורד געווען לחייו פון ר' יוסף דוד הירש, בלי דין תורה = האט משה גבאי מיט זיינע בחורים געטוהן?
יא, פאר תשנ''ט, ווען משה גארביטש איז נאך געווען דער מושל בכיפה!!!.
ו) צוגעשפארט דעם ציון פאר הרבנית הצדיקות האט = משה גבאי געטוהן?
הונדערט פראצענט משה'ס שיק יונגלעך!, האסטו דען דארט געזען רבי אהרן? אלעס געווען פאר תשנ''ט...
ז) נאכגעשריגן און געווארפן שטיינער אויף הרבמית הצדיקות ביים ציון האט = בחורים פון משה גבאי'ס ישיבה געטוהן?
אלעס פאר תשנ''ט בפקודת הנאצי משה גבאי!!!
ח) מבזה געווען א יעדען רב וואס גייט נישט אין שפאן ובככלם שארמאשער רב, טשאטער רב וכו' = משה גבאי
אלעס ביז תשנ''ט, און פון תש''ע, אינטער מלכות שב''א, פון תשנ''ט ביז תש''ע האט קיינער מיט זיי נישט געטשעפעט!!!.
ט) נאכשרייען פרויען אין די גאסן זונה ממזר (ווען קיינער האט נאכנישט באוויזן צו ברענגען א מקור אז עס איז דא א ספיק ספיקה פון ממזרות) = משה גבאי'ס בחורים
ניין! דער רבינו יואל'ס בחורים, און אויב געפעלט דיר דאס נישט, האב טענות צו די עךטערן וואס האבן מפקיר געווען זייערע קינדער!
י) צושפארן בתי מדרשים בערכעות = משה גבאי
יא, זלמן לייב וואלדמאן, יאנקל טארעך מיט מאיר דייטש, בפקודת הגעסטאפו משה גבאי, צעווישן תשנ''ט און תש''ע האט קיינער מיט זיי נישט געטשעפעט!!!.
|
|
מען שרייבט מיר אין אישי אז מען איז שטארק חושד, אז די ביסט גאר גערעכטער1 מיט א צווייטן ניק און ביסט א באהאלטענער אהרוני, דיינע אלע ביישפילן מאכט זייער שטארק מיין טענה אז אלעס איז נאר געווען פאר תשנ''ט ווען משה איז געווען דער עמטלעכער בעל הבית אין גאנץ סאטמאר און דער ברך משה מיט זיינע קינדער און אלע דיינים וכל הקהל הקודש איז געווען משועבד ונכנע צו זיינע קאפריסן און יעדער איז געצווינגען געווען עם צו פאלגן בלי שום טענה ומענה אן קיין שום אמתלאות, און אפילו לויט דיר איזקיין שום אינצידענט נישט געווען צעווישן תשנ''ט און תש''ע, ווייל איך בין זיכער אזדו האסט געזיכט, און אויב וואלסטו געטראפן וואלסטו דאסזיכער געברענגט, אלזא שריי אויס הויעך, גערעכטער נומבער איינס איז גערעכט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 00:04 |
|
| |
הא דאמרן, הודו לשם אז די בני יואל האבן זיך געבראכן פאר דעם אותו האיש פון צאנז קארט, א רב וואס האט מפקיר געווען יודיש בלוט ווייל ער האט געהאט פרעשור, געפירט א יעשיווע אבער נישט געהאט קיין גאטס צו קאנטראלירן אז מען זאל נישט מבזה זיין קיין רבנים אין אלמנת המלך, אזא יוד האט פארלוירן אלע נאמנותער צו זיין א רב, און צוזיין א מסדר קידושין, אזא ווייעכער מענטש קען ח"ו מארגן זיך בייגן צום טערארר פון פישער און נאכער פון זיין רעביצין ממשפחת הגר, שווער, פעטער, זיידע, באבע, וכדומה,
ס'קוקט נישט אויס אז ער וועט זיך ערגעץ אפשטעלן פאר טעראר, ס'קען גאר זיין א די מיסיאנערן לייגן שרעקליכע טעראר און וועט נאך שמד'ן זיין גאנצע שאדעלע באדעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 00:12 |
|
| |
ווער עס פארשטייט וואס זיבעלע האט דא געשריבן באקומט א טריפ צו פאללאקס לאט!!! 
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 01:22 |
|
| |
אן אריינגיין אינעם גאנצען פאלעמיק איז פשוט א פארגעניגען צו זעהן ווי אונזער גערעכטער האט זיך נישט געשעמט צי שרייבען אז זיין רבי איז נאכגעטאנצען משה גבאי די אלע יארן, וז"ל: און יא, אפילו אונזער רבי איז געווען נכנע ומשועבד צו עם, און אויך נאך געטאנצן נאך זיינע טענער......... גערעכטער, איך געדענק דיינע בעסערע טעג...
|
|
|
|
|