מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פונעם סידור קידושין טעראר
נאכדעם וואס די חלה דעקלעך זענען אנגעקומען צו זייער ערגסטער שטאפל אינעם דורכפאל פון זייער טעראר קאמפעין, דהיינו, זיי האבן געמוזט טעראריזירן אייגענע מעמטשן נישט צו קומען צו זייער קרובים'ס חתונות, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט סובל זיין אז דער מחותן האט נישט מכבד געווען דעם א.ג. "מרא דאתרא" , אזאך וואס זיי האבן פרובירט די לעצטערע יארן אנצושמירן אויף משה גבאי, און עס איז זיי - אין זייערע אויגן - געווען ענדערשט צו געבן "רעשות" צו מסדר קידושין זיין דארט פאר זייערע גרעסטע שונאים. פעלט זיך אצינד אויס א שטיקל קלארן בליק אינעם טיפן דורפאל וואו זיי האלטן יעצט, און ווי אויך די טרוקענע פאקטן אנע שום סילופים, וירא הקהל.
געגרינדעט האט זיך דער זאל פאר איין סיבה, וואס מען ברויך נישט מסביר זיין, אויסצורייסן דעם פאקט אז דער טיטוס איז מרא דאתרא אין שטעטל.
נאכן פרובירן צענדליגער אופנים וויאזוי צו ווייזן בעלות אין שטעטל, און לא עלה בידם, אריינגערעכנט די געמיינע מערכות ביי: 1) פרשת בני יואל וואס מען האט טעראזירט די משפחות באופן אכזריים עד מאוד, אנגערופן מיט אלע געמיינע נעמען, געמסר'ט, געמאכט א פינקעס מיט אלע נעמען פון די עלטערן וואס קיינער גייט זיך נישט משדך זיין מיט זיי, שאדן געמאכט פריוואטע נכסים לאלפים ורבבות, צושטערט שמחות, געלאפן און פארקויפט שקרים וכזבים פאר אלע רבנים (עיין באיסור של העדה החרדית) אז עפעס א באנדע "פורקי עול" עפענען א מוסד..., אויסגעקויפט זייער ליעס, פראטעסטירט אין די גאסן ווי די כאלערעס, אנגעספרעיט דיי סיידוואקס, אויסגעהאנגן ליילעכער אויפן שאפפינג סענטער, וכו' אלעס צו צייגן די וועלט אז ער איז מרה שחורה. 2) פרשת בתי מדרשים, זינט משפחת הגר האט זיך באזעצט אין קרית יואל, האט ער געזעהן פאר זיך אן ערענסטן מאארע דעאסרע פראבלעים, נעמליך דעמאקראטיע פון בתי מדרשים, ווי באקאנט האט רבינו הקדוש געגרינדעט דעם שטעטל פאר איין ציהל, אז ערליכע יודן זאלן האבן ווי צווואונען, רביה"ק האט געוואלט אז יעדער רב\רעבעלע זאל זיך געפינען באקוועם אין דעם שטאט, ער האט געמאכט תקנות, און יעדער וועס האט זיך געוואלט צושטעלן צו דעם האט זיך געקענט ארויס ציען, איך וויל נישט פארקריכען פונעם נושא, אבער איך וויל באמערקן אז לעצטענס זעמער געוואר געווארן פון עפעס א פרישע תקנה וואס עס שטייט נישט אינעם צעטל, דהיינו אז "נאר" עגל דבש מעג זיין דיין, אוין "נאר" זיין פסק איז בינדענד, אבער וויגעזאגט ווייסן דערפון נאר יחידי סגולה, א שטייגער ווי צוויבל און האראוויץ, בקיצור יפו'ער רב און שארמארשער רב נ"ע האבן געהאט בתי מדרשים ווען משפחת הגר האט זיך ארויסגעצויגן, ער האט דאס געזעהן אלס א ערענסטער שטער פון דעם "אני ואפסי" מאארע דעאסרע קאמפעין, האט ער זיך דעמאלטס אויסגעדריקט אז ווען דע צוויי וועלן הולעכן וועט זיין נאר איין שוהל אזויווי סקווער, אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט, מענטשן וואס זענען געווען א שטיקל מבין אויף איהם האבן זיך גרופירט אין "בונקערס" וכדומה, און הרבנית הצדיקות האט געגעבן איר דירה אז ערליכע יודן זקני תלמידי רבינו וואס ווילן זיך נישט מכניע זיין פאר דעם אותו האיש זאלן האבן ווי צו תפילה טאהן, שפעטער האט מען אפגעקויפט א בנין אויף פארעסט ראעד, ווייל די בונקערס האט שוין נישט דערהויבן דע "איינצעלע" קעגנערס, האט זיך אנגעהויבן א פרישע טערראר אקציע, געריכטן מסירות ומלשינות, קול קורא'ס (אן קיין הזמנות פארשטייט זיך) אלע מיני קללות וחרמות, אלעס פארוואס? צוצייגן אז ער איז דער אנלי באאס ווי געזאגט מאארע דעסרע, אבער ווי פארשטענדליך כאשר יענו אותם כן יפרה וכן יפרוץ
3) ביי די ווילידש וואלן, וואו זיי האבן יעדעס מאל פארלייגט כוחות עצומות און ארויסגעברענגט יעדן איינציגן מענטש וואס האט נאר אמאל געהאט געוואונט אדער געלערנט אדער באערדיקט אין די ווילידש אז זיי זאלן זיך קומען אויסגעבן דאס כעס אין די שטום בודקעס, און אזוי ארום וועלן זיי ווייזן אז זיי האבן דעם סופער מעדזשארעטי אין שטעטל און זיי וועלן איבערצייגן אז ס'רעדט זיך פון איינצעלע מחוצפים, ארויסגעשטעלט האט זיך אבער, אז טראץ וואס יעדער יחיד פון זיי איז ארויסגעקומען שטימען, און "נישט" יעדער יחיד פון די מתנגדים זענען ארויסגעקומען (וויבאלד די מתנגדים צו דעם מאארע דעתרע באלאנגען אינגאנצען נישט צו איין פארטיי - ווי די חלה דעקלעך זענען אליין מודה - , עס באשטייט פון אלע סארטן מענטשן אין קהילות וואס אסאך האבן נישט קיין ספעציפישע אינטערעסע אין פאליטיק), ואחרי ככלות הכל האבן זיי קיינמאל נישט געקענט ארויסברענגען אפילו נאנט צו האלב, איינוואונער אן די יעשיווע סטודענטן און אוודאי נישט קיין רוב שטימען פון לעגעטימע תושבים. איין איינציגע שטעקן וואס ער האט געהאט איז חתונה זאלען, אין סידור קידושין דהיינו מען האט ארויפגעצווינגען אז ער מוז זיין מסדר קידושין און אזוי וועט יעדער וויסן אז ער איז מאארע אסרע מיט דער צייט האט בני יואל זיך געפענט א זאל. אין געמאכט חתונות אן איהם איז זיי מער נישט פארבליבן קיין אפציעס איבערצווייזן אז ער איז בעל בית
לכאורה האט בני יואל געטראכט אז זיי וועלן דאס פארגינען גערן... נאכן האבן עקספיריענס מיט די קרעציגע קינדער טעראר - וועלכע ווערן נתחנך אז היינטיגע צייטן איז דא מחלמה לה' בעמלק מיט די ציונים און די אגודאים ובתוכם משפחת הגר, און אויך מיט די קליפה פון א"ט - און אלע אנדער טערארר אקציעס -וועלן זיי פארקוקן אויף דעם זאל.
לאמיר איבערגעבן דאס ווארט צום חלה דעקל פון כל חרוני כולו
"זענען אבער געקומען די רבנים און דיינים פון די קהילה אין שפיץ פון הגאון דער קרית יואלער דיין שליט"א, און ארויסגעזאגט זייער דעת תורה אז אזא זאך מוז פארדאמט ווערן, און קהל איז מחוייב צו נעמען אלע סארט שריט קעגן אזאנע פורצי גדר.
די אפטימיסטן און פעסעמיסטן צוגלייך זענען עפ"י רוב געווען פאראייניגט אז דער מערכה איז ווערדלאז, און מען וועט מיט די משוגעים אין ערגעץ נישט אנקומען, אוטן מען ברויך זיי ליבערשט לאזן לויפן. אבער, דער דעת תורה האט מכריע געווען, און קהל האט געמאכט א אסיפה גדולה, און עס איז פראקלאמירט געווארן קלאר אז דאס איז א הארבער איסור און דאס וועט נישט טעלארירט ווערן ביי אונז אין שטעטל." ע"כ
קאאל האט פלוצים געשפירט אן "אחריות" פאר מענטשן וועמען זיי האלטן אז זענען ערגער ווי די ציונים און זאגען הלל אין יום העצמאות, אבער דער "דעת תורה" פון הגאון העגל מיט נאך עפעס א יונגערמאנטשיקל איז געווען אז מען דארף מאכן אן "אסיפה גדולה" צו פארדאמען אזאנע פורצי גדר, נאך דרייסיג יאר וואס מען האט פרובירט אויסצורייסן יעדער זאך וואס האט א שייכות מיטן רבין זכרונה לברכה, האט מען באשלאסן אז וועמ מ'ברויך דעם גנב נעמט מען איהם אראפ פונעם תליה, מען האט אימפארטירט דעם רעבען זעכראנעה לעווראכע צום סידור קידושין קאמפעין, מען האט מסלף געווען זיין תשובה צום געשמאק פונעם פארטיי און אנגעהויבן צו טעראזירן דעם ציבור
---- המשך יבא ----
תוקן על ידי zibala ב- 18/06/2010 21:22:35
 |
|
|