שני כתובים המכחישים זא"ז, עד שבא הכתוב השלישי
שוין לאנג וואס עס איז מיר שווער א פשוטע קושיא: פארוואס ר' א"ל מייער האט נישט געקענט באקומען א רשות פונעם מר דרור צו נעמען וועמען ער וויל - אפילו ר' געציל - פאר א מסדר קידושין בשליחותו, כאטש ער האט געבעטן מיט שיינעם, און ווען עס קומען אנדערע, גרעסערע שונאים ווי מייער, באקומען זיי יא רשות אויף א גאלדענעם טאץ?
אבער די וואך איז די קשיא מיר פארענטפערט געווארן.
נאך דעם וואס פייערווערקער (חתונה געמאכט דאנערשטיג אין קרן ויוא"מ מיט נפתלי גאלדבערגער) האט פרובירט בכל כוחותיו צו באקומען רשות פאר זיין שווער מסדר קידושין צו זיין, טראכטענדיג אז לכאורה האט שוין דער סאו קאולד מרא דאתרא נאכגעלאזט פון זיין שטייפע האנט אויף סידו"ק, והא ראיה ער גיט רשות לכל דיכפין אפילו אום געבעטענערהייט, נו וואס איז נאך א נפק"מ וועלכע זאל די חתונה איז? און די תשובה איז געקומען נאך לאנגע הפצרות: מ'קען נישט! קרית יואל האט א רב!
האב איך פלוצלונג... פארשטאנען, וואס עס איז די תשובה אויף די פריערדיגע שאלה.
כל עוד מייער איז געגאנגען צו אים בעטן, און זיינע ווייטערדיגע שריט האבן זיך געוואנדן אין די תשובה פונעם מרא וחצינא, האט ער אודאי נישט געהאלטן דערביי, און נישט געוואלט נאכלאזן קיין סענט פון זיין פוסטע גאוה.
און אזוי אויך פייערווערקער וואס האט חתונה געמאכט אין א אהרונישע זאל, ווי ער האט א יד אויף אים, האט ער פארשטייט זיך אויך נישט געוואלט נאכגעבן קיין משהו, פארקערט, מען דארף ווייזן פאר יעדן אז קרית יואל האט א רב!
משא"כ די אנדערע מחותנים וואס זיי האבן געבוקט בני יואל זאל בכונה תחילה נישט צו נעמען דעם מרא וחצינא בשום אופן פאר מסדר, און זיי פייפן זיך אן אינעם גאנצן טעראר אפאראט, דארטן גיט ער זייער גערן רשות, פארקערט ער לויפט דיר נאך צו נעמען רשות! נעם וועמען דיר שמעקט פאר מסדר קידושין, און דא האסטו רשות!...
אויף דעם בלייבט נאר איבער אויסצופירן מיט די לאזונג וואס די געטרייע תלמידים פון די ישיבה על קברו האבן געשריגן אויפן ציבור (למאות כ"י) מוחים ביים עצרת מחאה קעגן איבער ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט., נאכדעם וואס ר' אהרן האט זיך ווי א העלד ארויסגעשלייכט פון זיין הויז און איז אנטלאפן ווי א גזלן דורך א הינטער שטעגל, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוליב די סוקסעספול דורכגעפירטע אקציע האט נישט דער גאנצער ציבור זוכה געווען צו זען פני קדשו בשעת'ן שרייען אויף אים פוי האבן די בחורים זיך גענומען שרייען : לוזערס!... לוזערס!... לוזערס!...
דאכציך אז אויף דעם קען מען לכאורה אויך שרייען לוזערס... נאכמער, קען זיין אז דא פאסט עס פיל מער אריין...
לוזערס!!!
נב דער אשכול איז געווידמעט לכבוד די פאר געציילטע אהרונים וואס גלייבן פעסט אז משה שווארץ, מיכל וואלף פאלקאוויטש און ישראל זילבערשטיין, און בלום זענען אליינס אראפגעקומען צו ר' אהרן אהיים אים לאדענען...
תוקן על ידי אומזיסט ב- 20/06/2010 16:42:27
 |
|
|