איך וויל אנפאנגן מיט א קליינע הקדמה'לע.
ווען דער אזוי גערופענער דומ"ץ דמתא האט זיך ארויסגעשטעלט און געאסר'ט די
סידור קידושין אין קרית יואל האבען די ארונים יובילירט, אז דער דומ"ץ
דמתא (אגב האט איר שוין אמאל געהערט\געזען דעם אויסדרוק איידער תש"ע),
וואס האט נאך קיינמאל נישט גענומען קיין עמטליכע שטעלונג אין די מחלוקה,
(וואס איז אגב א שקר כדרכם כסל למו, תיכף נאך די שבעה פון רבינו בעל הברך
משה, האט ער געהאלטען א דרשה אז על פי הלכה איז רא"ט ממלא מקום און
סאטמארער רבי בכל קצוי תבל) איז דאס מאל ארויסגעגאנגען מגדרו און
ארויסגעקומען מיט אן איסור ווייל ממש ער האט נישט געקענט איבערטראגען דעם
אחריות וואס רבינו הקדוש בעל ויואל משה האט ארויפגעלייגט אויף אים זיך
אומצוקוקען אויף די שטאט און זיכער מאכען אז עס מאכט זיך נישט קיין
מכשולות.
די מח שווענקערס האבען נאך געברענגט א תנא דמסייעא. פאליטיש איז די
מערכה א פארלוירענע מערכה, אלא מאי מוז דאך זיין אז הגאון הגדול הדומ"ץ
דמתא האט פשוט נישט געקענט מועל זיין בשליחותו און צוקוקען די מכשולות
וואס קען ארויסקומען, און קעגען די ראט פון די פאליטישע מבינים האט ער
זיך ארויסגעשטעלט בכל חומר ועוז לוחם צו זיין קעגען די "פרצה ביסוד
קדושתן של ישראל".
דער "דומ"ץ דמתא" האט נאך צוגעלייגט אז נאכען דורכארבעטען די סוגיא און
פרובירען מיט אלע כוחות צו טרעפען א היתר האט ער נישט געקענט טרעפען קיין
שום היתר בעולם מסדר צו זיין קידושין אן רשות פון ר' אהרן טייטלבוים.
עס איז דורכגעגאנגען עטליכע וואכען און זאכען הייבען זיך אן
אויסצוקלארען, און עס איז צייט איבערצוקוקען ווי אזוי די מערכה איז
געפירט געווארען און זיך איבערצייגען צו דער דומ"ץ דמתא איז טאקע געווען
אזא בעל מסירת נפש און פארקוקט אויף די פאליטישע פארלוסטען בלתי לד'
לבדו.
די "פאליטיש פארלוירענע מערכה".
ווי יעדער ווייסט האט טעראר אין קרית יואל געווירקט פאר לאנגע יארען ביז
תשנ"ט און מיט סוקסעס אפגעהאלטען דעם ברייטען ציבור פון זיך ארויסשטעלען
מיט זייער אמת'ע מיינונגען.
ביז תשנ"ט איז די בני יואל געווען א קליינער ציבור, רוב ציבור האט
באלאנגט צו די ארונים און געהאלטען די קינדער אין זייערע מוסדות. אין
תשנ"ט האט זיך איבערנאכט ארויסגעשטעלט אז א ריזען ציבור, בערך האלב פון
די תושבים אין קרית יואל האלטען נישט מיט די הנהגה פון ר' אהרן
טייטלבוים.
וואס איז געשען איבערנאכט?
דער ענטפער איז, אז דער טעראר האט זיך אפגעשטעלט און דער ציבור האט מער
נישט מורא געהאט ארויסצוגעבען זייער באהאלטענע געפילען.
דאס איז דברים ברורים פאר יעדען איינעם וואס האט מיטגעלעבט די זמנים.
אין טעראר איז דא פארשידענע דרגות, יעדער מענטש האט א אנדערע שוואכע
פונקט וואס מיט דעם קען מען אים סוקסעספול טעראריזירען. איינעם קען מען
טעראריזירען מיט אוועקנעמען זיין פרנסה, איינעם מיט ווארפען שמוציגע
פאשקעווילען, איינעם מיט טשעפענען מיט זיינע קינדער און איינעם מיטען
טשעפענען זיין אלטע מוטער אן אלמנה.
כמעט יעדער מענטש האט זיין שוואכען פונקט וואס מיט דעם קען מען אים שטיל
מאכען. די מלומדי טעראר פון קרית יואל, ווייסען דעם סוד, סוף כל סוף
האבען זיי סוקסעספול געהאלטען א גאנצע שטאט אונטער טעראר פאר לאנגע
יארען.
עס איז אבער דא איין מיטעל ווי אזוי צו צוברעכען טעראר, און דאס איז דער
כח הציבור.
אין תשנ"ט, ווען דער ציבור האט מיט איין מאל זיך ארויסגעשטעלט איבערנאכט
מיט אפענע פארבן, האט די טעראר מאשין געמוזט שטיין און קוקען און
שווייגען. ווען א גרויסער ציבור שטעלט זיך ארויס צוזאמען, קען מען נישט
נעמען יעדען יחיד'ס שוואכקייט און מיט דעם טעראריזירען, פשוט ווייל מען
קען נישט טעראריזירען 1000 יחידים עקסטער מיט א ספעציפישע מהלך, און דאס
האט אפגעשטעלט דעם טעראר אין קרית יואל נאך לאנגע יארען.
עס איז אבער פארהאן געוויסע זמנים ווען מענטשען זענען מער שוואך און מען
קען זיי טעראריזירען גרינגער ווי און נארמאלע אומשטענדען פאר 2 סיבות.
איינס, ווייל דער זמן און די אומשטענדען מאכען דעם מענטש שוואך.
צוויי, ווייל די אומשטענדען זענען ספעציפיש צו דעם דאזיגן יחיד, און מען
קען נישט צוזאם נעמען א רבים וואס זאלען זיין אין די זעלבע זמן און דעם
זעלבען מצב, ממילא בלייבט דער יחיד אליינס אין די מלחמה און דער טעראר
איז בדרך כלל סוקסעספול.
די מלומדי טעראר בביתו נאוה קודש אויף צאנז קאורט האבען געכאפט א שאס אין
די ציין תשנ"ט און עס האט זיי גענומען א צייט ביז זיי האבען זיך צוזאם
גענומען און צוריק אנגעהויבען צו נוצען דעם שטעקען פון טעראר.
נעמענדיג אין באטראכט די אויבענדערמאנטע פאקטן, האבען זיי אנגעהויבען מיט
דעם בית החיים.
א מענטש ווען עס איז מתו מוטל לפניו איז בטבע שוואך. ווי אויך איז דער
מענטש פארלוירען אליינס אויפען מארק, ער קען זיך נישט צוזאמשטעלען מיט א
רבים וואס זענען אין די זעלבע צייט אין די זעלבע אומשטענדען, דעריבער
קענען די מלומדי טעראר אויסאיבען דעם טעראר אין א ספעציפישען
אויסגערעכענטע סטראטעגיע פאר יעדען יחיד.
און א גרויסען מאס זענען זיי געווען סוקסעספול מיט דעם טעראר און דאס האט
זיי צוריקגעברענגט דעם טעם פון טעראר און זיי האבען אנגעהויבען מיט א הבה
נתחכמה, ווי נאך קען מען טרעפען יחידים אין א שוואכען מאמענט אויסצואיבען
טעראר אויפען שטערקסטען אופן און צוריק איינצונעמען דעם ציבור.
עס האט נישט געשפעטיגט צו קומען, די סידור קידושין פרשה איז געקומען ווי
געווינטשען פאר די רשעי הטעראר אויף צאנז קאורט.
א פארפאלק פאר און נאך די חתונה זענען זייער שוואך, אינגע ביימעלעך, קוים
וואס מען קען זיך איינער מיטען צווייטען, מען הייבט אן צו בויען א לעבען
קוים וואס מען שטייט אויף די אייגענע פיס.
יעדער געדענקט נאך זיין אייגענע דורכגאנג אין די זמנים, פרובירט אייך
פארצושטעלען אין יום החופה, צו ווערען נאכגעשריגען אויף די גאס?
-צו דארפען גיין אונטער די חופה אונטער באגלייטונג פון פאליציי און נישט
וויסען מה יולד יעדע מינוט.
-אויפשטיין צופרי נאך די חתונה און זען פאשקעווילען מיט דעם בילד פון דעם
חתן צושפרייט אין גאנצען שטעטעל.
-פאוני קאולס טאג און נאכט ללא הרף נישט קיין מינוט מנוחה.
-דער פארפאלק שפאצירט אויפען גאס און מען לויפט זיי נאך מיט קולות זונה...
-דער פארפאלק גייט אהיים פרייטיג צונאכטס נאך די סעודה און ווערען
באפאלען פון א כאפטע סטודענטען פון דעם וואויל בארימטען סבלן ר' אהרן
טייטלבוים, און מען כאפט אראפ דעם שטריימעל פון דעם פרישען אינגערמאן.
-א ווייבעל גייט דאס ערשטע מאל אין איר ניי לעבן אין ..... און מען לאזט
איר נישט אריין. וד"ל.
ועוד ועוד יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן .
די רשעי הטעראר האבען דאס אלעס אויסגעארבעט מיט א בלו פרינט, איידער דער
"דומ"ץ דמתא" האט גענומען דעם שריט און "קעגען די פאליטישע חשבונות"
אונטערגענומען דעם "פאליטיש פארלוירענעם" קאמף.
זיי האבען פארשטאנען אז דאסמאל האבען זיי געכאפט דעם טאטער.. דאס איז א
טעראר וואס וועט זיך אויסארבעטען, די פרישע פארפעלקער וועלען דאס נישט
וועלען מיטמאכען און מען וועט קענען אפשטעלען דעם "הירוס" עמי בבית דא
אין קרית יואל.
די שלוחים האבען טאקע גענומען דורכפירען דעם טעראר מיט אלע מפרשים, אזש
עס דערמאנט די צייטען ווען לשיטתם איז "משה גבאי געווען שולדיג" אין
אלעמען.
דער "דומ"ץ דמתא" וואס איז דער שולדיגער אויף די אלע רשעות'ר וואס ווערט
אפגעטון, האט שוין גאנץ גוט געוויסט וואס ער טוט, נישט דעם אחריות פון
זיין "משלח" רבינו הקדוש האט אים נישט געלאזט שלאפען, נאר די הבטחה פון
די רשעי הטעראר אז דאס מאל וועט דער טעראר ארבעטען און ער וועט זיין דער
געווינער אז זיין פסק טראגט א געוויכט ביי גאנץ כלל ישראל, דאס האט אים
געטריבען "ארויסצוגיין" מגדרו און זיך מישען אין רשעות'דיגע פאליטיק.
ווען מען קוקט צוריק אויף וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין קרית יואל די
לעצטיגע וואכען איז דאס קלאר ווי דער טאג.
נאך א קליינע הקדמה, דער דומ"ץ דמתא האט נישט געקענט טרעפען קיין שום
היתר אויף די סידור קידושין, מען האלט שוין עטליכע וואכען שפעטער, און עס
טוט זיך א רשות געטיילעכטס לכל מאן דבעי ודלא בעי.
שטעלט זיך א קשיא, דער גאון הגדול, דער געוואלדיגער מח, דער וואס דרייט
זיך ארום מיטן סייעתא דשמיא פון רביה"ק ז"ל, האט נישט געקענט אויסטרעפען
דעם היתר וואס גבאי פישער האט אויסגעטראפען?
האט ער נישט געקענט געבען דעם רשות כללי אדער רשות פרטי פאר יעדע חתונה?
נאכמער, מיר טרעפען אין חז"ל מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין
פני חבירו ברבים. ווייסט איר אפשר פון ווי מען לערענט מען דאס ארויס?
פון די פרשה יהודה ותמר, ווען עס איז נישט געווען קיין כשר'ע קידושין,
דאך טאר מען נישט פארשעמען, דעם היתר פון א פשוטע שטיקעל רש"י האט דער
דומ"ץ דמתא נישט געקענט טרעפען נאר אנשטאט האט ער מתיר געווען אידיש בלוט
כמים.
ווי אויך שרייט דאס ליצנות אויף די העכסטע אקטאוועס, שחוטי חוץ וואס איז
אייביג געווען פונקט אזא הארבער איסור ווי סידור קידושין, אויף דעם האט
דער חשוב'ער דומ"ץ דמתא מיטאמאל געשפירט פאר וויכטיג מוחה צו זיין אפילו
בקול דממה דקה, טראץ דעם "אלוועלטליכען אויפוואכונג אין כשרות אנגעפירט
דורך דעם גאון וקדוש ר' אהרן טייטלבוים" אבער דא אויף קידושין האט ער ממש
נישט געקענט שלאפען און בעל כרחו געמוזט מתיר זיין אידיש בלוט פאר די
רשעי הטעראר פון צאנז קאורט.
דער ענטפער איז גענוי ווי אויבערדערמאנט, פלייש קויפט א ריזען ציבור, און
"אין טעראר לציבור" מען קען נישט טעראריזירען דעם רבים, אבער סידור
קידושין ווי מען קען ווייזען גבורה אויף עטליכע אינגע שוואכע פארפעלקער,
דאס איז שוין א צווייטע מעשה, דאס קען שוין דער דומ"ץ דמתא זיך
ארויסשטעלען מיט "מסירת נפש" למען כבוד הפארטיי ורשעיה.
נאך א שטיקעל היתר וואס מען וואלט אפשר געדארפט מעורר זיין דעם דומ"ץ
דמתא, כשם שמצוה לומר דבר הנשמע מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע. דער דומ"ץ
געדענקט אודאי ימים מקדם נאך איידער ער האט זיך צוריסען מיט רובם ככולם
פון אלע סאטמארע דיינים איבער דער וועלט, און זיי האבען אלע אינאיינעם
צוזאמען מיטען בית דין הגדול שבירושלים געאסרט די מוסדות בני יואל, און
זיי האבען גארנישט אויפגעטון מער ווי צו פארגיסען אידיש בלוט.
דער חשובער דומ"ץ דמתא –ברוב ענותנותו- האלט דאך זיכער נישט אז זיין
איצטיגער פסק דער דעת יחידאה קעגען אלע אנדערע סאטמארע דיינים וועט האבען
א שטערקערע הצלחה, און וועט נאר פירען צו מער בלוט פארגיסונג, האט דער
דיין אפשר געטראכט פון דעם היתר פון כשם שמצוה לומר???? איבערהויפט ווען
מען שפילט זיך מיט דיני נפשות???
דער איינציגער לימוד זכות וואס מען קען אפשר טרעפען איז אז די רשעי צאנז
קאורט האבען אים פארזיכערט אז דאס מאל וועט עס יא געלונגען און דעריבער
איז נישט שייך דער היתר פון כשם שמצוה...
גענוג מיט די הקדמות, די המשך צו דן זיין איבער דעם גאנצען נושא יבא בקרוב...
נחזור לענינינו.
הגאון הגדול דומ"ץ דמתא קען זיך נישט קיין עצה געבען און טרעפען א היתר
אבער... גבאי פישער שלעפט ארויס א היתר פון טאש.
ווי אויבען דערמאנט איז "אין טעראר לציבור", מען קען נישט טעראריזירען א
גרויסען ציבור אויפאמאל, ווען א ציבור מאכט אפ אז "גענוג איז גענוג" און
שטעלט זיך ארויס אויף איין מאל בפומבי דאן פארלירט טעראר זיין
ווירקזאמקייט.
עס גייט דורך עטליכע וואכען און דער בני יואל זאל ווערט א מציאות, עס
מאכט זיך נאך א חתונה, און נאך א חתונה, און אט אט פארלירט דער טעראר
זיין כח, עס ווערט שוין א ליסטע מיט צופיל יחידים און די רשעי הטעראר פון
צאנז קאורט ווערען סורפרייזד אז זייער טעראר ארבעט עפעס נישט אזוי ווי
שנים כתיקונם ווען "משה גבאי האט געפירט".
דער געלונגענער גבאי פישער איז מחליט אז כדי צו ראטעווען דעם מצב מוז מען
האלטען די ליסטע פון די פסול'ע משפחות צו א מינומום אז די טעראר זאל
קענען ווירקען במילואו. דער גבאי קומט אויף מיטען טייוולאנישען פלאן,
מען וועט זיך נעמען טיילען רשות לכל דכפין ולכל לא דכפין, אזוי וועלען
נאר די ערשטע נחשונים בלייבען די קרבן פסח'ס און מען וועט זיי קענען
אויספייניגען למען ידעו. אויב האט שוין ר' אהרן טייטלבוים סייווי
פארלוירען די מערכה פון סידור קידושין זאלען כאטש עטליכע אידען ליידען
צרות צרורות דערפון צו בארואיגען דעם סאדיסטישען בלוט דורשט פון ר' אהרן
מיט זיינען רשעי צאנז קאורט.
האט זיך אנגעהויבען א מערכה פון רשות געבען, איי די מחותנים שרייען חי
וקיים, מיר האבען נישט געבעטען קיין רשות ולא מדובשך ולא מעוקצך, נישט
קיין פראבלעם, דער בלאט שרייט העכער אז מען איז געפאלען צו די פיס פון ר'
אהרן, און מען האט געבעטען און באקומען רשות מחמת רוב צדקתו וואס ער קען
נישט צוקוקען אז נאך א משפחה בישראל וועט געפייניגט ווערען דורך זיינע
סטודענטען.
דער שפיל האט געארבעט אויף 2 חתונות און די רדיפות האבען זיך פארשטערקערט
אויף די ערשטע פארפעלקער וואס האבען געהייראט נאך איידער גבאי פישער איז
אויפגעקומען מיט די "רשות" קאפשטיק.
איז געקומען די חתונה פון שווארץ, האבען די מחותנים זיך באקלערט, מיר
ווילען טאקע געבען סידור קידושין פאר הרה"צ ר' שמשון שווארץ א זיידע,
אבער פון די אנדערע זייט האבען די ארונים שוין דערקלערט אז ער האט רשות
און ממילא וועט די רדיפות אויף די ערשטע פארפאלק זיך פארשטערקערען, לא
תעמוד על דם ריעך איז א גרויסע זכות האבען זיי די לעצטע טאג מחליט געווען
צו געבען סידור קידושין פאר הגה"צ מטשאטה שליט"א, המכונה על ידי הארונים
טשאדעלע באדעלע, (וואס איז שוין מערערע מאל דא אנאליזירט געווארן זייער
מחלה מיט די צונעמען) ופני הארונישע קרובים חפו, זיי האבען געמוזט שנעל
צוריק לייגען דעם שטריימעל אין שאכטעל און אנטלויפען פון א משפחה שמחה
ווי אין די צייטען ווען "משה גבאי איז געווען באלעבאס"...
נו, האט דאך יעדער נארמאלער מענטש געטראכט אז דער רשות באלון האט שוין
געפלאצט און מען וועט שוין ווייטער דארפען טעראריזירען אלע פארפעלקער
וואס האבען חתונה אין די זאלן, האבן זיי אבער נישט געכאפט אז לא הרי
ארוני כהרי נארמאלער מענטש, די ארונים האבען אריינגעלייגט אין שאנק די
סוגיא פון מתוך און זיך געזעצט לערנען די סוגיא פון שליח עושה שליח און
אויפגעקומען מיט א לומדות אז הגה"צ מטשאטה איז שוין אויך א שליח פון דעם
רשע הטעראר פון צאנז קאורט...
נו איז דאך אלעס גוט, אז אפילו דער טשאטהער רב, וועלכער איז יארן געווען
פון די הויפט שונאים, איז שוין אויך א שליח פונעם ראבינער, וועט מען שוין
נישט דארפען פייניגען די נייע פארפעלקער, און די אלע רדיפות וועלען
באפאלען נאר די ערשטע 2 פארפעלקער והכל על מקומו יבא בשלום, די סאדיסטען
פון צאנז קאורט וועלען האבען גענוג אידיש בלוט זיך צו באלעקען די פינגערס
פאר די קומענדיגע עטליכע חדשים.
אבער דא זענען אנגעקומען די "אלטע שונאים" די קינדער פון קאשויער רב זצ"ל
און "אריינגעווארפען א פלאקען"....
הרה"ג ר' משה מנחם בלום, א זון פון קאשויער רב זצ"ל האט געדארפט חתונה
מאכען אן אייניקעל אין די בני יואל זאל. די ארונים האבען פארשטאנען אז
כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א וועט זיין מסדר קידושין, איז געגאנגען דער גבאי
פישער און אנגערופען צו קאשויער רבינ'ס שטוב (שטעלט זיך די פראגע, היתכן
מען שטעלט זיך צוזאם מיט די אלטע שונאים פון דעם ברך משה?! תיקו) און
מודיע געווען אז הוד כבוד קדושת רשכבה"ג מצאנז קאורט, האט מרצונו הטוב
אומגעבעטען מסכים געווען און געגעבען רשות פאר דעם קאשויער רבין צו זיין
מסדר קידושין.
קאשויער רב איז פארשטייט זיך מיטאמאל צוגעקומען צום טעלעפאן, אבער גבאי
פישער האט זיך נישט באליידיגט און איבערגעגעבען פאר די רעביצין, אז דער
קאשויער רב קען רואיג זיין מסדר קידושין און מען וועט נישט פייניגען דעם
נייעם פארפאלק.
דער קאשויער רב איז אבער נישט קיין חדר אינגעל, און וואס ר' אהרן'ס חשבון
איז האט ער אויך פארשטאנען, האט ער איבערגעגעבען פאר ר' משה מנחם אז ער
קומט נישט זיין מסדר קידושין, אויב אזוי איז געבליבען אז דער חשובער
זיידע ר' משה מנחם וועט זיין מסדר קידושין.
דעם לעצטען טאג האבען די ארונים שוין דערשפירט אז קאשויער רבי איז נישט
מסדר קידושין, האט זיך דער ניגון געטוישט אז ר' אהרן האט מכבד געווען ר'
משה מנחם מיט סידור קידושין, אויף דעם ארויף האט הרה"ג ר' משה מנחם
גערופען הגה"צ משארמאש שליט"א צו זיין מסדר קידושין, און געהייסען
אויסרופען ביי די חופה, אז אן רשות פון ר' אהרן איז ער מכבד דעם שארמאשער
רב מיט סידור קידושין...
דא איז שוין דער גאנצער רשות מבצע אינגאנצען צופאלען און עס איז שוין
קלאר געווארען פאר גבאי פישער, אז די מלחמה וועט זיך מוזען פארברייטערען,
און וועט מוזען אריינעמען די פרישע פארפעלקער אויך.
דער ערשטער שריט איז געווען צו ענדיגען לערנען די סוגיא פון שליח עושה
שליח און פאראורטייילען די פאלקאוויטש\שווארץ פארפאלק ל"חרפות ולדראון
עולם" ווי א אומפארהייראטע פארפאלק.
יעצט בלייבט איבער צו זען ווי אזוי די מערכה פון די רדיפות אויף די אינגע
פארפעלקער וועט זיך פארמעסטען מיטען פאקט אז די משפחות "פסולות" פארמערען
זיך.
אויך איז אינטערעסאנט צו זען צו דער דומ"ץ דמתא וועט טרעפען א וועג
אראפצוקריכען פון בוים, און סוף כל סוף נאך גרויס אנשטרענגונג טרעפען א
היתר אז מען דארף נישט טרינקען דאס בלוט פון די אלע פארפעלקער וואס די
בלוט ליגט אויף זיינע הענט.
איך וואלט געוואלט פרעגען דעם דומ"ץ דמתא, האט איר זיך אנגעשטרענגט פאר
איין מינוט און אנגערופען די רבנים המתירים לשמוע מה בפיהם? אפשר קענען
זיי אייך גרינגער מאכען און געבען מראי מקומות נאכצוקוקען צו טרעפען א
היתר? איר זענט דאך נישט אזוי פרעמד צו זיי, מיר רעדען פון הגה"צ הראב"ד
שליט"א ביי וועם איר זענט געווען דעם פארגאנגענעם ווינטער, וואס האט אייך
געגעבען שימוש און איז אייער רבי.
הגה"צ ר' י"י פילאפ, הגה"צ רש"ל וו"ב און הגה"צ מאנטרעאלער דיין דאס
זענען דאך געווען אייערע נאנטע גוטע פריינט, איידער איר האט פאר אייער
פרנסה זיך אפגעטיילט פון אלע אנדערע סאטמערע דיינים און געווארען א מרכבה
פאר ר' אהרן טייטלבוים. אפילו הגה"צ משארמאש און הגה"צ מטשאטה, זענען
געווען בידידות מיט אייך די אלע יארען, מען פלעגט דורך שמועסען ענינים
בהלכה. וואס איז אזוי שווער געווען אויפצוהייבען א טעלעפאן און פרעגען,
מיינע טייערע פריינט, איך נישטער און ש"ס ופוסקים, איך וויל טרעפען א
היתר און איך קען נישט, אפשר קענט איר מיר העלפען...
נאך מער, מיר אלע ווייסען דאך אז דער דומ"ץ דמתא איז אויסגעקאכט אין
פאליטיק און האלט מיט אלעס וואס טוט זיך, מיר געדענקען נאך ימים מקדם,
פאר 6 חדשים צוריק, ווען ער האט נאך געכאפט היטשעס און זיך אינטערעסירט
וואס עס הערט זיך ביי די אנדערע זייט, און זיך מחי' געווען ווען ער האט
געכאפט א היטש מיט א "מתנגד" און געקענט זאגען א גוטען ווערטעל אויף ר'
אהרן טייטלבוים, און געהאפט אז עס וועט אנקומען אין די "קרעטשמע" און מען
וועט זיך טרייסטען אז ר' געציל איז נאך מיט אונז...
מיר ווייסען אז ר' געציל ווייסט פון דעם בריוו וואס דער ברך משה זצ"ל האט
געשריבען פאר 2 כשר'ע עדות און מתיר געווען סידור קידושין אין קרית יואל
פאר בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. האט ר' געציל אפשר גענומען די
מיה אנצורופען די עדות אדער די דיינים און מברר זיין, אפשר איז דער בריוו
אמת, און אפשר איז דער ברך משה זצ"ל געווען אין יענעם מאמענט בבריאות
השלימות, און אדער על כל פנים אפשר איז דאס גענוג צו נוצען אויף א היתר
בשעת הדחק און אזוי וועט מען נישט דארפען טרונקען אידיש בלוט פון די
אינגע קוים חתונה געהאטע פארפעלקער? ווי אזוי קענסטו זיך אויפשטעלען און
דערקלערען מיט גרויס צער אז מען קען בשום אופן נישט טרעפען א היתר, ווען
די האסט מיטאמאל געטון די מינדעסטע מברר צו זיין די מציאות הדברים? דער
ענטפער איז קלאר, די רשעי צאנז קאורט האבען ערקלערט פאר דעם "דומ"ץ דמתא"
אז דאס מאל וועט דער טעראר ווירקען און ער איז ליידער דורכגעפאלען און
געאסרט את המותר און מיט דעם זיך פארשמירט די הענט מיט אידיש בלוט און
דער פלעק וועט אים באגלייטען לאורך ימים.
ומכאן הקריאה יוצאת צום דומ"ץ דמתא, דיין הענט איז פארשמירט מיט אידיש
בלוט, דיין שמייכעל און ליצנות וועט דאס נישט אפווישען און מיר וועלען
דיר דאס נישט פארגעסען, די אלע שמייכלעך און ליצנות איז דאס מאל פארטיג,
דאס מאל האט איר איבערגצויגען דעם שטריקעל. איר האט געהאט אן עת נסיון,
איר האט געדארפט מאכען אן אויסוואל, זענט איר גרייט צו זיין דער שליח און
מתיר זיין דאס בלוט פון אינגע אידישע פארפעלקער פאר א נזיד עדשים, און
איר זענט דורכגעפאלען, ואם הבעל לכו אחריו, איר האט זיך ארויסגעשטעלט ווי
א פולשטענדיגער מרכבה צו ר' אהרן וכל הרשעים עושי רצונו, נסיון הפרנסה
איז שווער און איר זענט ליידער דורכגעפאלען, מיר האפען אז איר וועט זיך
באזינען נאך איידער עס איז צו שפעט און תשובה טון אבער אויב ח"ו נישט
זאלט איר נישט חלומ'ן אז מיט עטליכע גועט לצל'ך וועט איר דאס פארווישען
ווי ביז היינט, ידיכם דמים מלאו און מיר וועלען דאס נישט פארגעסען.
בשעת די אלע קעלבער וועלען זיך באזינען און וועלען שוין יא קומען צו
משפחה שמחות, וועט איר נאך בלייבען אליינס לחרפה ולבזיון פארען פארגיסען
אידיש אומשולדיג בלוט.
המשך יבוא
תוקן על ידי המהדרין ב- 21/06/2010 17:42:40