|
|
| נשלח ב-21/6/2010 04:37 |
|
| |
זיבעלע דו האסט א טעות! דער דיין וואס גיט א בלענק טשעק נאך מימות משה גבאי הייסט נישט רבי געציל, ער הייסט ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, איר אליין האטס כסדר געשריגן אז רבי געציל איז נישט קיין עכטער אהרוני ווייל ער שרייבט קיינמאל גארנישט אינטער, און דא פלוצלינג, דאס ערשטע מאל וואס ער גיט ארויס א קלארן הלכה'דיגן חוות דעת, ווערט ער א בלענק טשעק געבער, איך האב עכט געמיינט אז נאכן אויפנעמען דעם נועם המידות וועט יעדער רב קענען זאגן זיין חוות דעת, זעט אויס אז יעדער מיינט יעדער אויסער רבי געציל, היפאקראטס!!!!
און דו מאסרי מאכסט מיך לאכן, ר' ישראל חיים מנשה איז רבי געציל'ס רבי, פונקט ווי ר' זלמן לייב טייטעלבוים איז שארמאשער רב'ס רבי, וואט א דזשאק, רבי געציל איז געווארן דיין צוזאמען מיט זיין חבר ר' ישראל חיים מנשה, באותו היום, נישט קיין איין טאג שפעטער, זיי זענען צוזאמען געווארן דיינים, ר' ישראל חיים מנשה האט נישט געקענט געבן קיין שימוש פאר רבי געציל ווייל ער אליין האט נאכנישט געהאט קיין שימוש, ער האט זיך געלערנט אויפן דזשאב, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז רבי געציל איז גאר ר' ישראל חיים'ס רבי, ר' זלמן לייב פיליפ איז נאך געווען א אפרוח שלא נפתחו עיניו ווען רבי געציל האט חתונה געהאט, ר' שלמה לייב האט מיט סאטמאר געהאט וויפיל שאול פערלשטיין האט געהאט מיט סאטמאר, און ר' משה מנחם האט געבלאזן אין קיינמאל נישט מוחל געווען פאר'ן דברי יואל פאר נישט עם ממנה זיין אלץ דיין, סא, ער איז קיינמאל זייער חבר נישט געווען, ווען זיי האבן געדארפט הילף אין פסקענען שאלות האט ער זיי געהאלפן פונקט ווי ער העלפט פאר אלע דיינים פון אלע קהילות, איך האב געהאט די זכי' איינמאל מיט צו פארן מיטן דיין רבי געציל שליט''א קיין לונדון לטובת הישיבה הגדולה, האט איר געדארפט זען ווי די דיינים פון שטאט זענען געקומען מיט זייערע אנגעזאמעלטע ליסטעס מיט שאלות ער זאל זיי זאגן די הלכה, לא בחינם הייסט ער אין דער וועלט פון די גרעסטע פוסקים בדורינו, לא יירא ולא ייחת, ער שרעקט זיך נישט פון עפעס א לישקעלע דיין, אדער עפעס א שארמאשער וואס קומט נישט צו לקרסולי רגליו בהוראה, והאחרון הכביד, רבי געציל פלעגט זיך דורך שמועסן מיט טשאדער הלכות!!!, וואט א דזשאק, ער האט נישט געהאט מיט וועם זיך דורעך צו רעדן נאר מיטן טשאטער, אפשר האט ער זיך דורך געשמוסט מיט ר' זלמן לייב טייטלבוים אויך?,
בשורה טובה בשרתני, איך האב אלץ געקווענקלט, אולי ואולי ווייסט נישט רבי געציל שליט''א פון דעם ווידיא וואס דער שארמאשער האט גובה עדות געווען פון הרה הגאון רבי מענדל ברילל שליט''א און קען גאר זיין אז אויב וואלט ער דאס געוויסט וואלט ער נישט געפסקעט אז די קידושין זענען פסול, איז געקומען אונזער ידיד רבי מאסרי, און אנטפלעקט אז רבי געציל האט דערציילט ביי די היטשעס אז ער ווייסט יא פון דעם גאנצן ווידיא, און עם כל זה האט ער גפסקעט אז די קידושין זענען פסול מעיקרא, בין איך בארוהיגט, אז מען שרייט נישט אויף די פרישע פארפעלקער "זונה" על לא דבר, דער פסק פון דיין איז שריר וקיים.
אלזא מיינע גיטע פריינט, בעטס דעם שארמאשער און דעם טשאדער, אז פונקט ווי ווען זיי ווייסן נישט עפעס רופן זיי דעם דיין פון שטאט וואס דער דברי יואל האט ממנה געווען, זאלן זיי אצינד אויך נעמען דעם טעלעפאן און א פרעג טון דעם דיין, וואס די הלכה איז, איז די קידושין יא חל צו נישט, איז זי א זונה צו נישט, דארף מען איבער מאכן די קידושין יא צו נישט, זאלן זיי הערן א קלארע הלכה פון א דיין וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, א דיין וואס די קלארע הלכה איז נר לרגליו, וואס פסקעט כפי השלחן ערוך ולא כפי הפאליטיק. זאלן זיי לערנען פון עם א סעיף אין הלכות דיינות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 04:56 |
|
| |
טייערע מאסרי, איך וויל אייך מסביר זיין דעם אנדערן זייט פונעם מטבע, און אפשר וועט איר אביסל פארשטיין דעם אנדערן צד אויך,
דאס איז אמאל זיכער אז דער שריט וואס איר האט געטאן צו מסדר קידושין זיין בלי רשות ר"א, איז געווען א גאר דראסטישע שריט, אמת?
איר אליין האלט דאך אין און טריומפירן אז דא הייבט זיך אן א נייע עפאכע, וכו' וכו'
איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז עפעס א רעאקציע וואלט איר געברויכט ערווארטן, איך מיין, פטור בלי כלום אי אפשר, איר קענט נישט שפילן תמעוואטע כאילו דא האט גארנישט פאסירט עפעס עולם כמנהגו נוהג, און מ'האט זיך סתם און א גרינעם דינסטאג זיך פארטשעפעט און גראדע ווענט,
יעצט אזוי, ווי עס איז משמע פון די אלע בריוון להיתר איז דער יסוד ההיתר, אז ר' אהרן טויג נישט. און ר' אהרן איז ווי די נעאלאגן אדער ציונים און אונגארן וואס אלע פרומע קהילות האבן זיך אפגעטיילט בהיתר, זיי צייגן אן א בריוו פונעם ברך משה ווי דער ברך משה שרייבט לשיטתם אז ר' אהרן טויג טאקע נישט.
[איך וויל ציגעבן אז מעגליך אז ס'דא אנדערע סברות, ווי למשל אז קרית יואל האט מען מתחלה נישט מייסד געווען על דעת זאל זיין א מאנאפאלער קהלה און א רב, אדער אז דער זאל איז חוץ לגבולות הקרי', אבער למעשה איז נישט דאס וואס די מכתבי היתר שרייבן,]
און אנדערע ווערטער אויב זאל ווען נתברר ווערן אז ס'פעלט גארנישט פון ר' אהרן'ען, ער איז נישט קיין נעאלאג נישט קיין ציוני, ער איז זיך נוהג ווי א פרומער איד ע"פ השו"ע און ע"פ שיטת רבינו יואל זצוק"ל, איז לכו"ע מעגליך די אלע קידושין פאלן אריין און דעם וואס דער רבי האט געשריבן פאר נאסיודער רב, אינדערהיים,
און עס מוז בע"כ זיין אז דער יסוד ההיתר איז נישט אז ר' אהרן איז סתם א קליינער שיגץ נאר א גאר גרויסער שייגאץ, ווייל אנדערש וואלט מען דאך זיכער זיך נישט אריינגעלאזט און ספיקות ווען עס קומט צו אזעלעכע האקעלע ענינים.
יעצט ניצט אביסל קאפ, איר ווילט אז חסידי ר' אהרן זאלן מקבל אזא מין השגה אז מעגליך זייער רבי איז א גרויסער שייגאץ, און אויף דעם סמך זאלן זיי, אלס מנהיגי העיר, זיך מעלים עין זיין פון דעם נייעם היסטארישן שריט, פארוואס ווייל אפשר איז טאקע ר' אהרן א גרויסער שיגץ,
ערווארט איר טאקע דאס? טראכט אריין באמת.
דערמאנט מיר, נאך וואס ר' אהרן האט געזאגט די באקאנטע עפרא לפומי' דרשה קעגן קאשויער רב, האט א אנהענגער פון ר' אהרן דאן געזאגט "אויב קאשויער רב האט א רעכט צו זיין מיינונג אז דער סקול דיסטריקט איז אסור, פארוואס זאל ר' אהרן נישט האבן א רעכט צו זיין מיינונג אז קאשויער רב איז עפרא לפומי'"
איך ווייל אייך עפעס פרעגן, וויזוי האלט איר וואלט מען זיך געדארפט אומגיין אויף א פירצה און עניני קידושין וואס ווען לשיטתכם זענען זיי קלאר פסול, וואס פונקטליך וואלט איר געטאן? נאכמער, לאמיר זאגן ווען לו יצויר דער יסוד פון די היתר איז אז דער רבי ז"ל בעל דבר"י, חלילה טויג נישט, זאגט איר מיר וויזוי פונקטליך וואלט איר געהאלטן מ'זאל זיך אומגיין
דאס אלעס שרייב איך לשבר את האוזן און חס וחלילה צו פוגע זיין בכבודו פון רבי'ן ז"ל, וה' הטוב יכפר
תא חזי, וואס האט זיך געטאן ביי דעם וומ"ב עירוב, דעם ערשטן שבת וואס עס איז נתייסד געווארן האט די מתנגדי העירוב איבערגעדרייט די שטאט, פארוואס? נישט דוקא ווייל דאס איז דער ערגסטער פירצה אין היסטאריע, נאר ווייל ס'איז א "נייע" פירצה, און יעדער נייער פירצה איז דער דרך העולם איז אז מ'באגייט זיך בכל חומר, און מ'פרובירט עס צי דערשטיקן תיכף ווען ס'נאך פריש, ווייל דאס איז די בעסטע גלעגנהייט צו מצליח זיין, דאס איז א דבר פשוט מאוד,
ביטע ענטפערן מן הענין, איך בין גרייט צו הערן און זיך לאזן איבערעדן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 07:27 |
|
| |
ראדני - אויב לי יצויר עס שטעלט זיך ארויס אז
א) ער איז אנ-ערוועלטער רב
ב) ער איז אן ערליכער יוד
ג) ער האלט איין די תקנות העיר אז מרעדט נישט אין זיי שטוב העברעיש
ד) די רבנים וואס האבן מסד"ק געווען זענען נישט בקי בטיב קידושין
ה) ס'איז נאר דא איין קהילה - אלע אויסגעשלאסענע ווערעמיגע זענען פלוצים א חלק פון קהילה
וואס דעמאלטס פאלט עס אריין אין די קריטעריע וואס רבינו שרייבט אין זיין בריוו - דעמאלטס, וועט מען איבעמאכען תיכף ומיד די קידושין'ס,
רבינו הקדוש זי"ע דערמאנט נישט קיין ווארט אז ח"ו די די קינדער זענען ממזרים אין די ווייב איז א זונה, דאס איז חידוש וואס יענקל פארגעס האט מדייק געווען אינעם עגל דבש, די גאנצע פראבלעם איז א פריצות גדר אויב קיין איינע פון די אויבן דערמאנטע סעיפים זענען נישטא, ווי דער רבי שרייבט קלאר אז ח"ו מען טאר אפילו נישט איבער מאכן בשם ומלכות אפילו דעמאלטס,
והשנית קיינער שטערט נישט אז ער זאגט עפרא לפומיה פאר די אלע חתנים און אפילו ער שליסט זיי ווידער אויס פון כלל ישראל, בסך הכל בעט מען ער זאל נישט טערארזירן די יחידים אין די גאסען, רבינו הקדוש האט נישט געלאזט טשעפען מיט יחידים וואס זענען געגאנגען צום בחירות ווייל זיי פארלאזען זיך אויף זייערע גדולים, כש"כ דא ווען ס'איז אפילו לפי העגל של דבש נישטא קיין שום נדנוד פון א איסור דאוריתא ח"ו
נאך אזאך דארף איך דיך אויפקלערן די היפאקריטיע פון די טעראריסטן - בסך הכל שרייען זיי שוין צוואנציג יאר אז די בני יואל זענענן די נעלאגען און מ'האט געמאכט א טיילונג מרחק געווען זייערע קינדער, אנגערופען די קינדערלעךך מיט נעמען וואס די נאציס פלעגען רופען די יודן אין די לאגערען, און פלוצים וויל דער ארטעדאקסישער רב גאר זיין דער מסדר קידושין אויף די ווערעמיגע נעלאגען, ווינדער
און די גערעכטער - ביטע עקלער ביי וועלעכע שמוץ האט זיך דער עגל של דבש נישט געגעבן זיין בלענק טשעק?? איך נישטער אין די ארכיווען ס'פעלט נישט זיין נאמען אין ערגעץ דארט ווי ריח"מ איז אינטער געשריבן איז דער עגל של דבש אויך דארט נאר צוויי חילוקים
א) די קרית יואלע טריפהנע מילך האט נאר דער עגל של דבש געגבן די השגחה ממכירה ואילך
ב) ווען די שרעקליכע טעראר פון משה גבאי האט נאככגעלאזט האט ריח"מ מפרסם געווען בריווען צוריקצוציען פון די געצווינגענע פסקים, אבער דער עגל איז נאך אלץ אינטערן גבאין'ס טעראר מהאט נאכנישט געזעהן פון איהם אזא בריוו,
בסך הכל ווייסט די גאנצע וועלט בלאט לייענער אז ר' געציל און לאוב זענען מרפסן איגראס ווייל רביה"ק האט צוגענומען די יצר הרע פון ר' געציל ער קען אפילו נישט פסקנען פאלש (פארשטייט זיך נאר אינטער משה גבאי'ס טעראר ותו לא) און לאוב שטעלט די גאנצע עדה אויף די פיס פארשטייט זיך ווען זיי שטייען שמו"ע
הגם די דערמאנסט די טריפ פון עגל קיין לאנדאן ווען אלע דיינים זענען געווען עומדים צפופים אויף די געהויבענע פסקים פון הגאון האדיר, דערמאנט זיך מיר ווען איך בין אמאהל געפארן מיט מהר"י ראטה שליט"א, האסט געמוזט זעהן ווי אלע דיינים האבן איהם באלאגערט מיט זייערע שאלות, איך הייב נישט אן צוזעהן ווי ס'איז דיר אדער דעם עגל של דבש מחייב זיינע פסקים אויף שאלות פון יהרג ואל יעבור אויף א געלט קוואל, נישט אויף קיי פיקוח נפש'ס JUST FOR THE MONEY,
דא ביי סידור קידושין'ס האט קיין שום פוסק אפילו לאוב נישט געפסקנט אז ס'גייט אריין באיסור אדער אבק של איסור דאוריתא
תוקן על ידי zibala ב- 21/06/2010 07:31:24
תוקן על ידי zibala ב- 21/06/2010 07:41:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 16:56 |
|
| |
נעבעך, די עירוב שרייערס וויינען אז מען שרייט זיי נאך, מאך אפ, ווען מעג מען יא שרייען און ווען נישט, נאכשרייען פארן ברך משה כומעני איז א מצוה רבה, נאכשרייען פאר נשים מחללי' מות יומת איז א חיוב, אבער נאכשרייען פורצי גדר אין אייגענעם שטעטל טאר מען נישט, ווייסט איר פארוואס? ווייל הא לן הא להו, איך מעג און דו טארסט נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 17:10 |
|
| |
ראדני, דו האסט במחילת כבודך א טעות.
דער גאנצער אשכול איז נישט געווידמעט קעגען די רשעי צאנז קאורט, מיר פארשטייען זייער ווייטאג און מיר פארשטייען אז טעראר איז די איינציגסטע מיטעל וואס איז זיי פארבליבען אין דעם יעצטיגען מצב.
מיר פארשטייען זייער גוט אז מיר האבען געטון א דראסטישע שריט און רשעי צאנז קאורט נעמען דראסטישע שריט אויף צוריק. און רשעי צאנז קאורט וועלען טאקע זען אז עס איז חוזר חלילה און מיר נעמען אויך דראסטישע שריט אפצושטעלען זייער "דראסטישע שריט" (טעראר בלע"ז).
דער אשכול איז נאר געווידמעט ארויסצוברענגען די היפאקריטיע פון דעם "דומ"ץ דמתא" און די בלוט פארגיסונג וואס גייט אויף זיין קאנטע.
דער "דומ"ץ דמתא" האט ביז היינט פרובירט אנצוהאלטען א שיינעם פנים, ווען ער האט ביי געלעגענהייטען זיך געטראפען מיט "מתנגדים" האט ער געלאזט פאלען זיסע לצל'ך אויפען חשבון פון די ארונים בכלל און פון ר' אהרן טייטלבוים בפרט. מיט דעם האט ער פארדינט אז מען האט אים גרינגער מוחל געווען אויף זיינע "בלענק טשעק" פסקים און מען האט זיך געפרייט צו זיינע ווערטלעך.
אבער דאס מאל ווילען מיר קלאר מאכען אז די זמנים זענען פארטיג, דאסמאל האט ער גענומען א מקח רע לעצמו צו פארגיסען אידיש בלוט דאס איז א רשעות וואס מיר וועלען נישט פארגעסען!
בנוגע דעם היתר, איך ווייס נישט ווי די זעסט אין די בריווען פון די רבנים המתירים אז ר' אהרן איז א "גרויסער" שגץ, זיי שרייבען דאס נישט און דאס איז מיטאמאל משמע פון זייערע בריווען.
דאס אז דער ברך משה זצ"ל האט געשריבען בכתב ידו אז וויבאלד ר' אהרן איז אחראי אויף די ערכאות נגד קהלתינו איז ער מתיר סידור קידושין, איז א פאקט. נישט משנה צו דער ברך משה זצ"ל איז גערעכט געווען, אפילו רא"ט זאל זיין כגובה ארזים גבהו, בלייבט דער פאקט אז דער מרא דאתרא דער ברך משה האט מתיר געווען סידור קידושין און דער דומ"ץ דמתא קען נישט קומען דאס אסר'ן.
אז די רשעי צאנז קאורט ווילען נישט אקצעפטירען די פסקים פון רבינו הברך משה זצ"ל מיט פארשידענע אמתלאות, נישט קיין פראבלעם, אלע סאטמארע דיינים פון שנת תשנ"ט חוץ דער פעיראל דיין ר' געציל, האבען דאס יא אקצעפטירט און דאס איז א היתר פון סידור קידושין וואס קיינער קען נישט אפרעגען, ביז ווי לאנג מען איז נישט גובה עדות און מברר אז דער היתר איז פאלש אדער אז דער ברך משה איז נישט געווען ביי זיך.
דער דומ"ץ דמתא, האט נישט גובה עדות געווען און ממילא איז לעכערליך זיין ערקלערונג אז נאכען נישטערען אין ש"ס ופוסקים האט ער נישט געקענט טרעפען א היתר.
עס איז קלאר ווי דער טאג אז ווען דער מרא דאתרא האט מתיר געווען סידור קידושין איז נישטא קיין שום חשש בעולם.
דאס איז בנוסף צו די אנדערע היתירים וואס איך וועל נישט אריינגיין.
דער פאקט אז ר' אהרן טייטלבוים פירט א קהלה שלא עפ"י תורה און גדולי רבני דורינו האבען מחייב געווען זיך אפצוטיילען פון די עדה הרעה הזאת, דאס געבט דעם שטופ אז מען זאל גרייט זיין אויף מסירת נפש צו האבען א כשר'ן מסדר קידושין, אבער דאס איז כלל וכלל נישט דער יסוד ההיתר ווי דו ווילסט אראפמאלען.
יעצט צו די רדיפות, דאס איז קלאר אז אפילו אין נאסויד, האט רבינו הקדוש נישט געזאגט אז די קידושין איז פסול, נאכמער רבינו הקדוש האט געשריבען אז מען זאל איבערמאכען די קידושין בלי שם ומלכות...
די קידושין איז 100% כשר, עס איז נאר א תקנה אז מען זאל איבערמאכען די קידושין כדי אויסצורייסען די פרצה. פסולע קידושין און פנקס פון קינדער איז סתם א בעיבישע זאך וואס די ארונים האבען זיך דערטראכט אז מיט דעם וועט מען קענען טעראריזירען די אינגע וואקעלדיגע פארפעלקער.
ראדני טייערער, אויב האסטו נאך שאלות, פרעג מיין קינד פרעג און מיר וועלען ענטפערען ווען די צייט וועט ערלויבען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 17:11 |
|
| |
קודם כל מאסרי מוז איך דיר באדאנקען פאר די ארטיקל, און באזינדער האב איך זייער הנאה וויזאוי די ברענגסט ארויס די ענין לגבי א יחיד און א שוואכע מינוט קען מען טערארזירן משא"כ א רבים נישט און דעריבער פרובירן די אנשי רשע מיט אלע מיטלען צוברעכן די טייער יונגע פארלעך און נישט קיין חילוק וואס די קאנסקאווענצן וועלן זיין, און יעצט דאס וואס די שרייבסט אז ר' געציל ער איז שולדיג אויף אלע טעראר, מיט דעם וויל איך נישט מודה זיין צו דיר, נישט אז איך האלט אז ער קען זאגן ידי נקיה, נאר ארויפצולייגן די גאנצע שולד אויף עם איז נישט גערעכט, ווייל ער איז א געפאנגענער ביי די אנשי רשע, ובראשם דוד עקשטיין, און וואס א אנדערע האט געטוהן און אזא פלאץ ווייס איך נישט, מיר דארפן געדענקן אז מיר זענען און קאטאגאריע וואס פארשטייען יא יענעם און זיין מצב, און פארשטייען די מימרא אל תדין חברך עד שתגיע למקומו, יעצט קלאר אז ר' געציל איז מחויב אפצושטעלן די אלע טעראר, און ווי איך הער זאגט ער פאר מענטשן אז ער וועט עס אפשטעלן, אבער סיי ווי ליגט עס נישט און זיינע הענט, טון ווייטער דאס וואס ער האט ארומגערעדט און געזאגט אז ער האט נישט געטראפן קיין שום היתר צו קענען מסד"ק זיין און זי זאל פון בנ"י איז די זעלביגע טעם ווי אויבן דערמאנט, ער קען זייווי נישט רעדן וואס ער וויל, ער רעדט וואס דוד עקשטיין וויל ער זאל רעדן, יא די וואס האבן געפייניגט דער פריעדיגע שטאטישע דיינים זענען ווייטער עומד במרדו און פייניגן ווייטער ר' געציל, זאלט איר וויסן ר' געציל איז א גרויסע רחמנות ער וואלט גערן אויפגעטוישט מיט איינע פון די שטאטישע דיינים, מילא איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו רעדן דא פון ר' געציל, מאסרי איך צווינג דיר נישט צו האלטן אזוי ווי מיר, איך זאג דיר נאר וויאזוי מיין פאונט וויו איז, ווייל מיר זענען אויך געווען נישט קיין גרויס חסידים פון ברך משה און די נ' יארן, און אעפ"כ האבן מיר ווייטער געהאלטן פון אלע דיינים אפילו מיר האבן געוויסט אז די בני יואלע שטייען אויס געפערליכע טעראר, אבער פון די אנדער זייט האבן מיר אויך געוויסט אז די דיינים שטייען אויך אויס געפערליכע טעראר, און די זעלביגע האלט איך היינט איז ביי ר' געציל, נאר איין חילוק איז דא פון דאן און יעצט אז ווען ר' דער ראב"ד און די אנדערע דיינים זענען געווען און איין מיינונג און זיי פלעגן האן א שטיקל פאוער עס צו לאזן וויסן םאר די עולם ווי נישט ווי זענען זיי אפאר מענטשן צוזאמען זיי זענען געווען א טיעם, מילא האט יעדער געוויסט אז זיי זענען אונטער א געפערליכע טעראר, משא"כ ר' געציל זיצט יעצט און א טיעם פון לויטערע פינסטערע מענטשן וואס זענען גרייט צו דינען פאר אלע געלטער די אנשי רשע, און מיט זיי זיצט ער און ער קען נישט פאר קיינעם אויסדריקן אז ער איז אונטער טעראר, און פאר וועם ער זאגט יא זאגט ער אלץ אז ער וועט פאר אלע געלטער אפשטעלן די טעראר אבער מיר פון עקספיריענס ווייסן שוין אז ער וועט נישט, און ער קען נישט, יא ר' געציל די ביסט געבליבן די איינציגסטע פון די גאנצע טיעם וואס קען נישט זאגן קיין אייגענע מיינונג, יא ר' געציל און דער צייט וואס דיינע חברים זיצען צוזאמען, די ראב"ד ר' שלמה לייב, ר' זלמן לייב פילאפף, ר' משה מנחם טירנויער, שארמאשער רב, און פאר די ערשטע דיינים און קרית יואל וואס די האסט געגעבן שימוש, (היינט צוטאגס ווייס איך נישט, אבער מיט איטליכע יאר צוריק האט ער נאר פאר זיי געגעבן שימוש, און נישט פאר קיינע פון די אהרונישע דיינים, אחוץ זיין איידים) ווי ר' ארי' ראזענפעלד, ר' משה בער קויפמאן, ר' יעקב יודא ברוין, זיצטו מיט וועם. מיט בנציון לאוב, (וועם גערעכטער1 ווייסט אללין אז ער פאקט איין די ראב"ד און זיין קליינעם טאש, א שאד זיך אפילו צו טענה'ן נאר אגב די ווייסט אז די ראב"ד האט שוין אלץ יונגל געשמ'ט אלץ די ראחובער עילוי, זאג מיר בנצין האט ווען געשמ'ט אלץ וויליאמסבורגער עילוי) מילא שפיר איך א חוב צו מוחה זיין אקעגן דאס וואס מען פארשעמט ר' געציל, מיר דארפן שוין האבן עקספיריענס פון אלע פריעדיגע יארן, אז א דיין וואס איז אונטער ר' אהרן וכת דיליה, האט נישט קיין רעכט צו זאגן וואס ער וויל, און לאמיר גיין ווייטער ר' געציל האטט רעכט צו האלטן אז מען טאר דארט נישט חתונה מאכן און די קידושין איז נישט קיין קידושין, און ווער עס פרעגט עם קען ער זאגן אז מען טאר נישט קיין, הא קעירס, ער האט אלע רעכטן צו האבן א אייגענע מיינונג, נאר די טעראר וואס מען טיילט אויס פאר די וואס האבן דארט חתונה געהאט דאס איז שוין נישט קיין רעכט ווייל מיר האבן אויך דיינים און זיי זענען אויך בארעכטיגט פאר א אייגענע מיינונג, מילא די קענסט טוהן וואס די האלטסט, און איך מעג טוהן וואס איך האלט, און אויף די טעראר האלט איך גיט ר' געציל זיכער נישט קיין שטיצע, אבער דאס איז זיכער אז מיר מוזן די טעראר אפשטעלן נישט קיין חילוק וואס עס וועט אונז קאסטן, און דאס אז בנ"י האט יעצט געמאכט אז מען זאל פאר די נאקסטע שטיק צייט נאר נעמען אדער מהרז"ל אדער שארמאשער רב, אדער ר' מאיר יודא איז א געוואלדיגע שריט, און אפשר מיט א כח פון נאך אפאר חתונות וועט זיך עס אפשטעלן, און אויך דארף מען ווייטער צוריקטוהן פאר די וואס פייניגן די יונגע פארעלעך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 17:13 |
|
| |
גערעכטער - אז איינער זעהט א יוד מחלל שבת זיין דארף מען מוחה זיין
אז איינער זעהט א פארפאלק אין די גאס וואס לשיטתך איז געווען אן א "100%" קידושין זאלסטע מאכען א הפרשה פון זיי אין ח"ו נישט שטיין אין זייער דלת אמות
אז ס'טוט דיר וויי אז דיין געטשקע איז נישט מרה דאתרא דעמאלטס שריי הויעך זונה אין די גאסן, איט מעי העלפ
תוקן על ידי zibala ב- 21/06/2010 17:15:12
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 17:19 |
|
| |
געלינקטער איך ווייס נישט ווי אנצוהייבען און ווי צו ענדיגען, אזויפיל שטותים אין ליגענטס אין 1 תגובה.
"זיבעלע דו האסט א טעות! דער דיין וואס גיט א בלענק טשעק נאך מימות משה גבאי הייסט נישט רבי געציל, ער הייסט ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן,"
ווייז מיר 1 בלענק טשעק פון כ"ק הראב"ד שליט"א ביז תשנ"ט ווי דער דומ"ץ דמתא איז נישט אינטערגעשריבען
איר אליין האטס כסדר געשריגן אז רבי געציל איז נישט קיין עכטער אהרוני ווייל ער שרייבט קיינמאל גארנישט אינטער,
מיר האבען דאס קיינמאל נישט געשריגען.... מיר ווייסען אז ער איז נישט קיין עכטער ארוני ווייל ווען ער האט א געלעגענהייט האט ער דאס קלאר געמאכט מיט זיינע זיסע לצל'ך מיט וואס ער האט פרובירט אפצוקויפען הרה"ח יעקב ברוך טירנויער און הרה"ח שלמה יעקב געלבמאן בתוך שאר ה"מתנגדים".
און דא פלוצלינג, דאס ערשטע מאל וואס ער גיט ארויס א קלארן הלכה'דיגן חוות דעת, ווערט ער א בלענק טשעק געבער, איך האב עכט געמיינט אז נאכן אויפנעמען דעם נועם המידות וועט יעדער רב קענען זאגן זיין חוות דעת, זעט אויס אז יעדער מיינט יעדער אויסער רבי געציל, היפאקראטס!!!!
ר' געציל איז וועלקאום צו זאגען זיין מיינונג אבער נישט מתיר צו זיין אידיש בלוט.... און פרובירען מיט טעראר ארויפצווינגען זיין מיינונג אויפ כלל ישראל. קיינער האט נישט פארלאנגט אז ר' געציל זאל מתיר זיין די בני יואל זאל, מי בקש זאת מידו? מיר דארפען נישט זיין היתר און מיר פארלאנגען נישט ער זאל פארדעם איינשטעלען זיין פרנסה.
אבער אזוי ווי ער האט מתיר געווען אונזער בלוט זענען מיר בארעכטיגט ארויסצוברענגען די שטותים וואס ער האט גערעדט אין די באקאנטע דרשה.
און דו מאסרי מאכסט מיך לאכן, ר' ישראל חיים מנשה איז רבי געציל'ס רבי, פונקט ווי ר' זלמן לייב טייטעלבוים איז שארמאשער רב'ס רבי, וואט א דזשאק, רבי געציל איז געווארן דיין צוזאמען מיט זיין חבר ר' ישראל חיים מנשה, באותו היום, נישט קיין איין טאג שפעטער, זיי זענען צוזאמען געווארן דיינים,
געלינקטער, אז די ביזט אונטער די 20 קען איך דיר נישט העלפען, בעט דיין טאטע זאל דיר מסביר זיין די שטותים וואס די האסט דא געשריבען, אדער פרעג דעם דומ"ץ דמתא ווי ער האט גענומען שימוש.
ר' ישראל חיים מנשה האט נישט געקענט געבן קיין שימוש פאר רבי געציל ווייל ער אליין האט נאכנישט געהאט קיין שימוש, ער האט זיך געלערנט אויפן דזשאב, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז רבי געציל איז גאר ר' ישראל חיים'ס רבי,
נאך א מזל איז די ביזט מסתפינא.............
ר' זלמן לייב פיליפ איז נאך געווען א אפרוח שלא נפתחו עיניו ווען רבי געציל האט חתונה געהאט,
הגה"צ ר' זלמן לייב פיליפ איז געווארען דיין דורך רבינו הקדוש בעל ויואל משה אין וויליאמסבורג בשנת תשל"ה, ר' געציל איז געווארען דיין בשנת תשל"ד...........................
ר' שלמה לייב האט מיט סאטמאר געהאט וויפיל שאול פערלשטיין האט געהאט מיט סאטמאר,
NO COMMENT קאמענטארען זענען איבריג
און ר' משה מנחם האט געבלאזן אין קיינמאל נישט מוחל געווען פאר'ן דברי יואל פאר נישט עם ממנה זיין אלץ דיין, סא, ער איז קיינמאל זייער חבר נישט געווען,
אבער דער ברך משה זצ"ל האט אים ממנה געווען אין זיך געטשאטשקעט מיט אים בכל עת מצוא
ו
וען זיי האבן געדארפט הילף אין פסקענען שאלות האט ער זיי געהאלפן פונקט ווי ער העלפט פאר אלע דיינים פון אלע קהילות,
אב געפאלט אייביג אינמיטען ווינטער.............
איך האב געהאט די זכי' איינמאל מיט צו פארן מיטן דיין רבי געציל שליט''א קיין לונדון לטובת הישיבה הגדולה, האט איר געדארפט זען ווי די דיינים פון שטאט זענען געקומען מיט זייערע אנגעזאמעלטע ליסטעס מיט שאלות ער זאל זיי זאגן די הלכה, לא בחינם הייסט ער אין דער וועלט פון די גרעסטע פוסקים בדורינו, לא יירא ולא ייחת, ער שרעקט זיך נישט פון עפעס א לישקעלע דיין, אדער עפעס א שארמאשער וואס קומט נישט צו לקרסולי רגליו בהוראה,
די אזוי גערופענע "לישקעלע" דיינים מיטען "שארמאשער" פאקען איין ר' געציל בתורה ועבודה נישט איין מאל נאר 10 מאל.
אזוי ווי איך זע אז די ביזט נאך א אינג קינד, וויל איך דער מודיע זיין אז דער "שארמאשער" איז אויפגענומען געווארען דורך רבינו הקדוש בעל ויואל משה פאר סאטמארע דיין אין לעיקוואוד בערך די זעלבע צייט אדער נאך פריער ווי ר' געציל. א גרויס חלק פון די ערשטע תושבים אין קרית יואל זענען געקומען פון לעיקוואוד צוזאמען מיטען שארמאשער רב און דעריבער זענען זיי געבליבען אדוק אין אים נאך מימים מקדם.
והאחרון הכביד, רבי געציל פלעגט זיך דורך שמועסן מיט טשאדער הלכות!!!, וואט א דזשאק, ער האט נישט געהאט מיט וועם זיך דורעך צו רעדן נאר מיטן טשאטער, אפשר האט ער זיך דורך געשמוסט מיט ר' זלמן לייב טייטלבוים אויך?,
זעט אויס אז ר' געציל האט אויך פארשטאנען אז מיטען הגה"צ מטשאטה קען ער זיך בעסער דורכשמועסען ווי מיטען גאון עולם מ"לאוב" יצ"ו בשורה טובה בשרתני, איך האב אלץ געקווענקלט, אולי ואולי ווייסט נישט רבי געציל שליט''א פון דעם ווידיא וואס דער שארמאשער האט גובה עדות געווען פון הרה הגאון רבי מענדל ברילל שליט''א און קען גאר זיין אז אויב וואלט ער דאס געוויסט וואלט ער נישט געפסקעט אז די קידושין זענען פסול, איז געקומען אונזער ידיד רבי מאסרי, און אנטפלעקט אז רבי געציל האט דערציילט ביי די היטשעס אז ער ווייסט יא פון דעם גאנצן ווידיא, און עם כל זה האט ער גפסקעט אז די קידושין זענען פסול מעיקרא, בין איך בארוהיגט, אז מען שרייט נישט אויף די פרישע פארפעלקער "זונה" על לא דבר, דער פסק פון דיין איז שריר וקיים.
אפשר איז דאס טאקע די סיבה פארוואס ר' געציל האט נישט געזאגט אז די קידושין איז פסול...........
און דיין שרייען זונה איז נישט על לא דבר, עס איז אויפען קלארען פארלאנג פון רא"ט, קענסט זיין רואיג אלזא מיינע גיטע פריינט, בעטס דעם שארמאשער און דעם טשאדער, אז פונקט ווי ווען זיי ווייסן נישט עפעס רופן זיי דעם דיין פון שטאט וואס דער דברי יואל האט ממנה געווען, זאלן זיי אצינד אויך נעמען דעם טעלעפאן און א פרעג טון דעם דיין, וואס די הלכה איז, איז די קידושין יא חל צו נישט, איז זי א זונה צו נישט, דארף מען איבער מאכן די קידושין יא צו נישט, זאלן זיי הערן א קלארע הלכה פון א דיין וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, א דיין וואס די קלארע הלכה איז נר לרגליו, וואס פסקעט כפי השלחן ערוך ולא כפי הפאליטיק. זאלן זיי לערנען פון עם א סעיף אין הלכות דיינות. ר' געציל איז דער וואס ממש קען נישט שלאפען, נישטערט אין ש"ס ופוסקים און טרעפט נישט קיין היתר, זאג אים ער זאל מוותר זיין אויף זיין כבוד און אנרופען די רבנים המתירים, פונקט ווי ער האט זיי גערופען אין די פארגאנגענהייט ביי פארשידענע מאורעות, לראות מה בפיהם, אפשר וועט ער געהאללפען ווערען און טרעפען א היתר נישט צו פארגיסען אידיש בלוט.........
המשך יבא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 17:51 |
|
| |
אז מען מעקט מיינע תגובות האב איך מיט ענק נישט וואס צו רעדן, איך האב נישט עובר געווען אויף קיין שום תקנות, אבער ס'שמעקט ענק נישט וואס איך שרייב און ענטפערן נארמאל קענט איר נישט האט איר מחליט געווען אויסצומעקן, אלזא זייטס מיר געזונט, זיבעלע קען זיך ווייטער שרייבן מיט זיינע אנדערע ניקס. וואט א באנטש אוף לוזערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 18:05 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | אז מען מעקט מיינע תגובות האב איך מיט ענק נישט וואס צו רעדן, איך האב נישט עובר געווען אויף קיין שום תקנות, אבער ס'שמעקט ענק נישט וואס איך שרייב און ענטפערן נארמאל קענט איר נישט האט איר מחליט געווען אויסצומעקן, אלזא זייטס מיר געזונט, זיבעלע קען זיך ווייטער שרייבן מיט זיינע אנדערע ניקס. וואט א באנטש אוף לוזערס. |
|
איך האף אז די מיינסט עס ערענסט, ווייל איך טענה שוין לאנג אז אזא גיטער פעדער וואס די האסט בילאנגט צי שרייבן דיין רבין'ס תורות ,אדער אין בלאט אפיס, נישט דא אויף היידפארק,אין נאך דערצו ביי די לוזערס פארום,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 18:05 |
|
| |
צו דיר ראדני קינג לאמיר דיר פרובירן אביסל צו ענטפערן אויך די שאלות וואס די פרעגסט, אבער אזוי ווי די שרייבסט צום סוף אז די ווילסט פארשיין וועל איך דיר ענטפערן אויף זייער א רואיגן אופן דאס וואס די שרייבסט אז מיר האבן געטוהן מיט נייעם זאל, א דראסטישע שריט, איז נישט פונקט אזוי ווי די זאגסט, די דראסטישע שריט איז געווען ווען בני יואל האט זיך געפענעט, און תשנ"ט ווען מען האט אויפגענומען מהרז"ל פאר רב, און דערנאך איז ער געווארן רבי, אבער דאס עפענען די זאל איז בכלל נישט געוועןא דראסטישע שריט, דערנאך וואס די חסידי מהרז"ל האבן א מוסדות און קרית יואל מיט 2000 קינדער, און די בני יואל האט אויך מוסדות און קרית יואל מיט קרוב צו 1500 קינדער, וואאס ווען די רעכנעסט דאס צוזאם איז עס א שיינע פראצענט פון קרית יואל, און אויך האט קהל חסידי מהרז"ל א שיינע גרויסן ביהמ"ד וואס ווירבל מיט צענדליגע מנינים שחרית מנחה מעריב, און דאס זעלביגע האט בנ"י די ביהמ"ד חרדים, און אויך האבן די חסידי מהרז"ל און הנ"י אייגענע בוטשער, און אייגענע בתי חיים, און דאס אלעס איז א שורש פון די דראסטיששריטן וואס זענען געטוהן געווארן 10-20 יאר פריער, אבער איצטעט איז שוין גארנישט דראסטיש אלעס איז שוין נארמאל, מיר זענען א באזינדער קהלה, מיר קומען גארנישט גארנישט אן צו די קהלה פון חסידי מהר"א, איז שוין יעצט אויך געקומען די צייט אז מיר זאלן פארמאגן א אייגענע זאל, פונקט אזוי ווי מיר עסן נישט די היזיגע שחיטה, וואס איז אונטער די הכשר פון ר' געציל נאר מיר עסן א שחיטה וואס אונטערן הכשר פון אנדערן רב, און דאס זעלביגע מיט די מקוואות, איז אויך אונטער די הכשר פון אונזער דיינים, די זעלביגע די סידו"ק וועלן מיר אויך קענען האבן אייגנס, און נישט דארפן וואנדערן און אנדערע שטא צו חתונה מאכן א קינד, איי וועסטו פרעגן קוק וואס דא גייט פאר מען דרייט איבער א שטאט, אויף דעם וועל איך דר ענטפען יא די ארונים זיי ההאבן עס דענאכט דראסטיש, זיי וואלטן די זעלביגע געקענט אוהן מיט די שחיטה, און שרייען אז עס איז שחוטי חוץ, און א אויך זאגן אז מען קען נישט טרעפן קיין שום היתר, און דאס זעלביגע וואלט מען געקענט שרייען אויף די מקוואות, אא"וו, אבער וויבאלד זיי האבן נישט געשריגן איז עס נישט געווען דראסטיש, אבער דא ביי די סידו"ק פאר סאם ריזאן האבן זיי אפגעמאכט יא צו שרייען אויטאמאטיש איז עס געווארן דראסטיש, סוי מיר האבן נישט געמיינט גארנישט דראסטיש, מיר האבן סתם געוואלט זיך באקוועים מאכן שוין נישט דארפן טראגן די חתונות קיי מאנסי, וואס דאס איז א געפערליכע שלעפ, נאר חתונה מאכן און אונזער גלילות באקוועמערהייט און פארטיג, לאמיר גיין ווייטער דאס וואס די שרייבסט ווייטער (סארי איך ווייס נישט וויאזוי מען קאפיט דיינע ווערטער מילא וועל איך דיר ענטפערן אנדעם וואס איך וועל אראפברענגען דיינע ווערטער) ניין די סיבה פון די היתר איז ווייל עס איז א קהלה נפרדה א אפגעטיילטע קהלה, ווי שוין אויבן דערמאנט מיר אונזער אייגענע פאסיליטי'ס, און עס ווערט אראפגעברענגט פון די פוסקים (איך געדענק נישט פונקטליך וועס עס זאגט וואס,) אויב די קהלה איז געווארן אפגעטיילט דורך גרויסע און ערליכע יודן איז עס נישטקיין שום פראבלעים, און איצטעט הייס איך דיר נישט האלטן אז קאשוי רב, מאנטיווידעיא רב און שארמאשער רב אא"וו זענען ערליכע יודן, אבער איך בין יא בארעכטיגט אזוי צו האלטן, און ווייטער וועסטו וועלן זאגן אז זיי זענען יא ערליכע יודן אבער דאס וואס זיי האבן געהאלטן אויף ר' אהרן איז נישט ריכטיג, אזוי ווי קינג ראדני דערמאנט, פיין, די קום נישט צו דער חתונה, און אויך זאלסטו דארט בשו"א חתונה מאכן, אבער מיר לאז אפ שריי מיר נישט נאך טערארזיר אונז נישט, און נאכאמאל די קענסט האלטן ר' אהרן איז א צדיק, און די זאלסט טוהן וואס די האסט צו טוהן, אבער לאמיר אויך האלטן וואס איך וויל און לאמרי טוהן וואס איך האב צו טוהן, און וואס די שרייבסט וועגען קאשוי רב אז א אנהענגער פון ר' אהרן האט געזאגט אז ער וויבאלד קאשוי רב זאג אסוא מעג ער זאגן עפריה לפומיה, איז ווייטער נישט גערעכט ער קאשוי רב מעג זאגן אסור, און ר' אהרן מעג זאגן מותר, אבער צו שעלטן ברבים ווייל ער האט געזאגט אנדערשט איז שוין נישטא קיין רעכט, און וואס די פרעגסט וויאזוי מען דארף זיך אומגיין מיט די קידושין וואס לויט זיי טויג עס נישט, און עס איז פסול, וועל איך דיר ענטפערן, אוב לויט די איז עס פסול זאלסטו דארט נישט חתונה מאכן, און אויב האלט דיין דומ"ץ אז מעו טאר נישט גיין זאלסטו אוודאי נישט גיין, אבער ווען עס איז דא אנדערע דיינים וואס האלטן אז מען מעג לכתחלה דארט חתונה מאכן, און דאס וואס די רבי שרייבט איז נישט ווען די קהלה איז שוין יארן אפגעטיילט מיט אלעם און אלעם, היינט און קרית יואל איז דא א יונגווארג וואס ווייט נישט וויאזוי ר' אהרן זעהט אויס, זאלן זיי יא דארט חתונה מאכן, און לאז זיי אליין טערארזיר זיי נישט, די האסט צוטוהן וואס די האסט צו טוהן און ער האט צו טוהן וואס ער האט צו טוהן, און דאס וואס די ברענגסט וועגען די עירוב, לאמיר דיר ענטפערן אזוי מיר האבן נישט קיי טענות אז די ארונים האבן געמאכט א גענעראל פארזאמלונג, זיי וואלטן ווען געמעגט ארויס גיין און גאנצן שטעטיל און שרייען וואס זיי ווילן, נאר אונזער טענה איז פארוואס טערארזירן מענטשן פריוואט, לאמיר גיין צום עירוב, איך וועל נישט זאגן אז קיינער האט נישט געמאכט קיין פאוני קאללס צו ר' פישל הערשקאוויטש,( און ווער עס האט געמאכט האט קלאר געטוהן א געפעליכע פארברעך, )אדער האט זיין נאמען און טעלעפאון נומער געהאנגן און ישיבה און שרייבן אז יעדער איינער זאל מאכן פאוני קאלס, און די זעלביגע איז מיט הגה"צ די קארלסבורגער רב, יא און מאנרוי ישיבה האט געהאנגן צעטליך און ביהמ"ד און ביי די טעלעפאונען די נעמען פון ווי צו מאכן פאוני קאללס, און עד היום הערט מען נישט אויף צו טערארזירן,
און ווייטער ביי די עירוב האט מען איינעם פערעזענליך אטאקירט, און טאקע אויב ס'האט יא פאסירט,אז בחורים זענען ארויס פון די כלים, איז עס דערנאך שטארק פארדאמט געווארן, משא"כ דא ביי די סידור קידושין ווי מען אטאקירט טאג און נאכט מענטשן פריוואט, און דאס איז זייער קונץ אז עס זאל זיין ווי ווייניגער אז מען זאל זיך אויף די מיעוט קענען מער פארלייגן, און מער פייניגן, און פארדעם פרובירן זיי צו טיילן רשות פאר זיי ווער אימער,
סוי די נפק"מ איז ביי די עירוב גייט מען ארום און מען שרייט אויס אונזער ווייטאג, מען אטאקירט נישט קיינעם מען פייניגט נישט קיינעם, מען גייט נאר ארום און מען שרייט שבת, יא די האלטסט אז די מעגסט טראגן, און איך האלט אז איך מעג שרייען, משא"כ ביי סידו"ק פייניגט מען און מען אטאקירט יענעם טאג און נאכט, די ויילסט זיצן און ביהמ"ד און מאכן א גענעראל פארזאמלונג, הא קעירס. אבער אטאקירן יענעם פריוואט דאס איז שוין א עולה, און איך וויל נאר צולייגן אז ביי עירוב ווען מען שרייט און גאס איז נישט אז די אטאקירסט יענעם פריוואט, נאר ווען די זעהסט יענעם טראגן שרייסטו אויס וואס די האלטסט, משא"כ און דער וואכן ווען די זעהסט עם וועסטו עם גארנישט זאגן אדער אטאקירן, משא"כ און קרית יואל ווען די שרייסט איהם נאך און גאס הייסט שוין אז די האסט עם אטאקירט, סאיז פונקט ווען די שרייסט נאך די יונגערמאן וואס טראגט מיט די עירות סתם אזוי אינמיטן וואך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 18:58 |
|
| |
ווייסט, און מאסרי,
אויב אייער גאנצער פוינט איז נישט די עצם התנגדות און קאמפיין קעגן די קידושין, מצד חסידי ר' אהרן, נאר די פיזישע אנגריפן, און מוציא לעז אויף די קידושין פון די זוגות, בין איך אינגאנצען מיט ענק, איר זענט טויזנט פראצענט גערעכט, ס'א אומדערהערטער געמיינער שריט צו מוציא לעז זיין אויף אזעלעכע האקעלע ענינים, קיינער האט נישט דו פלייצעס עס צו טאן, און פארשטענדליך צו אנגריפן פערזענליך אידישע קינדער איז קיינמאל אקצעפטירבאר.
(אגב: איך וויל קלאר מאכן אז די קאשויער רב סטעיטמענט וואס איך האב געשריבן, האט איר מיך לגמרי נישט גוט פארשטאנען, איך האב טאקע געוואלט ארויסברענגען די פארקערטע פוינט, אז פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ס'האט נישט קיין פשט צו זאגן אז איך האב א רעכט צו מיין מיינונג אז עפרא לפומי' וויזוי פארשטייט איר אז איר האט א רעכט צו א מיינונג וואס בשלילות מיינט דאס אז ר' אהרן פערזענליך איז א שייגץ. ווייל נאר דאס געבט ענקער דער היתר.)
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 21/06/2010 18:59:08
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 19:23 |
|
| |
איך מעג האלטן אז ר' אהרן איז א שייגץ, און ר' אהרן מעג האלטן אז קאשוי רב איז א שייגעץ, דאס גייט קיינעם נישט אן, אבער צו גיין רעדן ברבים, אדער אטאקירן איז שוין נישט קיין רעכט, ווי למשל בני יואל ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט האבן זיי קיינעם נישט געשעדיגט, נישט צובראכן גארנישט, נאר געוואלט גיין זייער וועג וואס זיי האבן געהאלטן, און פארטיג, די זעלביגע וואלט ווען געדארפט זיין דא שעדיגט נישט קיינעם טשעפעט נישט קיינעם, איר ווילט נישט גיין צו די חתונה גייט נישט, ווילסט מאכן א גענעראל פארזאמלונג קענסט מאכן יעדן זונטעאג, אבער לאז יענעם לעבן,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 19:35 |
|
| |
ראדני קינג דו גייסט נישט געווינען מיט די שערי חמלה דראפ אאוטס, זיי מעגן אלעס, זיי מעגן שלאגן פרויען וואס טראגן, זיי מעגן שרייען אז די פלייש איז נבילה, זיי מען שרייען אז שערי חמלה איז עבודה זרה, זיי מעגן פראטעסטירן יעדן שבעה עשר בתמוז, זיי מעגן אלעס טון אבער אונז טאר מיר נישט זאגן אז זייער קידושין איז פסול, קיינער טשעפעט נישט מיט די פארפעלקער, קיינער טיט זיי נישט גארנישט, זיי שטעכט נאר די מודעות אין בלאט און אין בית המדרש, זיי שטעכט אז זיי ווערן פגומים, אויף מיר מעגן זיי שרייען אז איך עס נבילה וטריפה, און איך באנוץ מיך מיט די שערי חמלה עבודה זרה, אבער זיי טאר מען גארנישט זאגן, ס'וועט זיי גארנישט העלפן, דאס מערסטע וואס זיי קענען טין איז אויסמעקן אפאר תגובות, אבער א פגום בלייבט א פגום,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 19:50 |
|
| |
| ווייסטאלעס כתב: |  | | איך מעג האלטן אז ר' אהרן איז א שייגץ, און ר' אהרן מעג האלטן אז קאשוי רב איז א שייגעץ, דאס גייט קיינעם נישט אן, אבער צו גיין רעדן ברבים, אדער אטאקירן איז שוין נישט קיין רעכט, ווי למשל בני יואל ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט האבן זיי קיינעם נישט געשעדיגט, נישט צובראכן גארנישט, נאר געוואלט גיין זייער וועג וואס זיי האבן געהאלטן, און פארטיג, די זעלביגע וואלט ווען געדארפט זיין דא שעדיגט נישט קיינעם טשעפעט נישט קיינעם, איר ווילט נישט גיין צו די חתונה גייט נישט, ווילסט מאכן א גענעראל פארזאמלונג קענסט מאכן יעדן זונטעאג, אבער לאז יענעם לעבן, |
|
וואס טוט זיך, בנוגע טון השתדלות צו מונע זיין בעתיד די סארט קידושין, און איך רעד דייקא נישט דורך טעראר, אדער מוציא לעז זיין,
למשל, אויב עס מאכט זיך א משפחה וואס לאמיר זאגן א זיידע און פילע אנדערע בני משפחה זענען שטארקע חסידי ר' אהרן, וכדומה, און זיי לייגן לחץ צו משפיע זיין זייער בני משפחה, בדרכי נועם פארשטייט זיך, צו אדער אוועק פירן די חתונה אדער מכבד זיין ר' אהרן, איז דאס דען אן עוולה?
און אויב למשל זיי זענען מצליח, ווי עס האט זיך שוין געמאכט און איינצעלנע פעלער, האבן זיי געטאן א עוולה?
און אויב זיי זעהן אז דער אופן האט א שטיקעלע הצלחה, באופן ווי ס'זענען דא און די משפחה נונטע קרובים חסידי ר' אהרן וואס קענען משפיע זיין אויף די מחותנים, פארוואס זאלן זיי נישט ווייטער עס טאן?
איך מיין אז אויב איר זענען מסכים צו דעם, מיין איך קען מען אנקומען צו א שטיקל השתוות,
|
|
|
|
|