|
|
| נשלח ב-21/6/2010 20:10 |
|
| |
קודם כל גערעכטער1 איך הייב אויף דער היט פאר דיר, ווי איך זעה פון דיינע ווערטער ביסטו אויך אקעגין אטאקירן מענטשן פריוואט ווי די שרייבסט אז קיינער טשעפעט נישט די פארפעלקער, איז משמע אז די האלטסט אויך אז מען טאר נישט טשעפענען, אבער לעומת זה וויל איך דיר זאגן אז מען טשעפעט יא, און נישט מען טשעפעט נאר מען פייניגט, איך קען זעה אביסל בעסער ווי דיר, און אויב די ווילסט קענסטו אויך זיי פרעגן וויפיל רדיפות זיי שטייען אויס סיי זיי און סיי זייערע ארומיגע, סוי קום מיר נישט פארקויפן אז מען טשעפעט נישט, און דאס איז די עיקר פון וואס מיר רעדן דא,
און דאס וואס די ווילסט שרייען, שריי הא קעירס יעדער לאזט די שרייען, איך שריי, עירוב, מוסקאווי קאטשקעס, פאבליק סקול, און די קענסט שרייען סידור קידושין, בג"ץ, קענסט מאכן אסיפות, אויפשטעלן גאנצעטע וועד'ס איבער די נושא, און הענגין צעטלעך, אבער פריוואטע נעמען דאס איז שוין יא א שטיקל עולה, ווען די באשמיצט א פאבליק פיגור וואלסט ארויסגעהאנגן א צעטיל אקעגין ר' יואליש, ר' מאיר יודל רז"ל החרשתי, און איך וואלט די פארשטאנען, מיר שרייען אויך אויף ר' אהרן און ביי די פלייש אויף ר' געציל, אבער פריוואטע מענטשן איז שוין נישט גערעכט, האסט שוין געזעהן ביי די עירוב מען זאל אטקאירן א מענטש פריוואט, אדער הענגן א צעטיל אנטקעגן א מענטש פריוואט,
אבער די צעטליך וואלט איך אויך פארשוויגן ווילאנג ס'הענגט נר ביי ענקער שולן, אבער נאכאמאל די פאשקעווילן געווארפעריי, די פאוניקאלס פון ענקערע ישיבות, און די אטאקירן פרייואט די קאפעלס דורך די סטודענטן און פון ענקערע חשובע אידענע'ס און קר"י ל,פ, און איר שוועסטער, און זיי גייסטיש אונטערברעכן דאס איז שוין א געפערליכע פארברעך וואס פון דיינע ווערטער גערעכטער1 זעהט אויס אז די ביסט מסכים צו מיר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 20:31 |
|
| |
דאס וואס די שרייבסט אז די משפחה זאל לייגן לחץ בדרכי נועם, אפשר ביסטו מסביר וויאזוי לחץ קומט זיך צונאזאם מיט דרכי נועם, ווילסט נישט קומען צו דער חתונה זאג עם שיין אז די קענסט נישט קומען און פארטיג, און לאז עם אליינס דעסיידען וואס ער זאל טוהן, איך מיין ווי נישט ווי איז ער שוין מינומום קרוב צו די 40 ער מאכט שוין חתונה קינדער, ער קען אליינס מאכן א דעסיזשאן, זאל ער אליינס דעסיידען וואס עס לוינט עם,
און ווייטער די אהרוני פעטער וואס איז נישט געקומען צו די חתונה זאל נישט ערווארטן פון זיינע נעפיוס וואס זענען נישט קיין אהרונים זאלן זיך אנשטרענגן און קומען ווען ער וועט חתונה מאכן, (דאס מיינט אויב ער מאכט חתונה ערגעץ אנדערשט ווי זיינע נעפיוס וואינען למשל זיי ואינען און מאנרוי, און ער מאכט חתונה און וויליאמסבורג)
און אויב ווערט וועגען דעם די משפחה צוריסן זאל ער נישט האבן קיין טענה אויף דער וואס האט דארט חתונה געמאכט און וועגן דעם האט ער נישט געקענט קומען, ווייל ווען ער מאכט חתונה זיין קינד האט ער רעכט צו חתונה מאכן ווי ער וויל און ער דארף יך מיט דיין פארטיי נישט רעכענען, (אפילו די האלטסט נישט אז ס'איז פארטיי אבער ער האט רעכט אזוי צו האלטן,) די בעסטע איז ער זאל מסביר זיין אז ער קען נישט קומען, און שוין ער זאל נישט בעטן אז ער זאל נעמען רשות, אדער אוועקטראגן די חתונה, נאר מאכן א שתיקה און פארטיג, און דיין ארומיגע וועלן דיר נאך רעספעקטירן אז די האסט זיי נישט צושטערט זייער וואכן פאר די חתונה,
און וואס די שרייבסט אז מען זאל פרעגן רשות פון ר' אהרן'ס גבאי, וויאזוי די גאס שמועסט וועלן די קומענדיגע חתונות און עטרת מאיר צבי סייווי זיין נאר די 3 מסד"ק שלא ברשות זיין, מילא איז רשות נישט קיין סעלושאן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 21:16 |
|
| |
קיינער רעדט נישט פון משפחות ציקריגן, מ'רעט ווי למשל א טאטע/שווער צו שוואגער צו ברודער, זאל מאכן איין טעלעפאן קאל צו זיין זוהן/איידעם/שוואגער/ברודער, דער מחותן אין זאגן בזה הלשון: "מיין טייער קרוב, איך האב דיך ליב באהבה עזה, און איך פלאן זיך קיינמאל צו ציקריגן מיט דיר, איך האלט נאר אז איר טוט א נארישקייט מיטן זיך אריינלאזן און אזעלעכע האקעלע ענינים, איך האלט איר זאלט זיך איבערעכענען און לייגן און א זייט זייטיגע געפילן און פניות און בלויז טראכטן פון די וואוילזיין פון די נייער פארפאלק, און איך בעט דיר אלס טאטע (אויב למשל ס'א טאטע) זאלסט מיר טאן דעם איינעס כיבוד אב און חלילה נישט טאן דעם שריט"
וואלט איר געזאגט אז דאס הייסט טעראר? טאר שוין א טאטע מער נישט בעטן עפעס פון א זוהן?
און אנדערע ווערטער, דו האלסט אז חסידי ר' אהרן טארן "גארנישט" טאן צו מונע זיין די סידור קידושין בעתיד? ממש גארנישט?
פראטעסטירן מעגן זיי יא? אזוי ווי למשל די מתנגדי העירוב אדער מתנגדי הסקול דיסטריקט טוען רעגלמעסיג, אדער דאס טארן זיי אויך נישט ווייל סהאנדלט זיך פון א אומשולדיגע אינגע פארפאלק?
אגב, דאס האלטסטו איז יא נארמאל צו איינטיילן אויף פארקערט, נאר צי נעמען איינעם וואס איז דוקא שלא ברשות, וואס גייט דיך אן אז איינער איז מסדר קידושין ברשות ר' אהרן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 21:22 |
|
| |
נישט צום גלייבן ווי די חלה דעקלעך רעדן זיך נעבעך איין אז 'נייטראלע' מענטשן זען א פראבלעם פארן וואוילזיין פונם נייעם פאר פאלק אויב ר' אהרן איז נישט מסכים צו די חתונה...
אויב ביים שידוך האבן די מחותנים נישט געפרעגט ביים פארשטינקענעם בעל גאווה זיין דעה וועלן זיי ביים חופה זעלבסט אויך נישט פרעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 21:43 |
|
| |
ראדני קינג די האסט געפרעגט 2 קושיות און לאמיר דיר זיין מוחל און ענטפערן א תירוץ,
אויף די קושיא וואס די פרעגסט אויב די טאטע/שווער מעג מאכן א פאון קאל הונדערט פראצענט אז יא, און געווענליך ווען עס איז אנגעהאנגען אז די טאטע/שווער איז א אהרוני וועט טאקע דער זון/איידים נישט דארט חתונה מאכן (אזוי לאנג ווי עס איז דא די מערכה אז מען גייט נישט צו דער חתונה) און זיי מעגן אפילו בעטן מער ווי איינמאל ווייל סוכ"ס איז עס זייער בלוט און פלייש, און דער מחותן דער קען אליינס אפמאכן וואס ער וויל, אבער ווי אויבן דערמאנט וועט קיינער אזא נישט חתונה מאכן ביזדערווייל און עטרת מאיר צבי,
און ווייטער א שוואגער/ברודער, ווענד זיך ווי נאנט מען האלט זיך און דאס איז ביי יעדן איינעם אנדערשט, למשל אויב איך וואלט ווען געווען א מחותן און מיין ברודער וואלט ווען געווען א אהרוני און מיר משוגע געמאכט וואלט עס מיר גרנץ קנאפ אנגעגאנגען, נישט ווייל איך בין נישט נאנט מיט מייין ברודער, אדער אז איך דארף נישט מיין ברודער ביי די חתונה, נאר איין זאך טייל מיר נישט איין ווי איך זאל חתונה מאכן, און אויב די ווילסט נישט קומען קום נישט, און די קענסט מיר רופן וויפיל מאל די ווילסט, משא"כ אבער איז דא אנדערע וואס ווען זייער ברודער רופט זיי מער ווי איינמאל ווערן זיי פערעזענליך אטאקירט, און די זעלביגע איז לגבי די פרויען ווען די שוועסטער/שוועגערין מושט א קאשע,
סוי א ברודער/שוואגער/שוועסטער/שוועגערין קען איינמאל רופן און זאגן אז איך קען נישט קומען ווייל מיין דיין לאזט נישט, און נאכדעם זאל ער ווארטן אויפן חתונה בריוול און קוקן וואס די עלטערן פון די וואס מאכן חתונה זייער קינד האבן אפגעמאכט, און פארטיג,
ווען עס וואלט ווען געווען נאר אזוי וואלט זייער גוט געווען, אבער גייט פרעגט נאר די אלע וואס האבן שויןם דארט חתונה געמאכט און זיי האבן געהאט ארומיגע חסידי מהר"א וואסארא לחץ זיי האבן געהאט פון זייער נאנטע ארומיגע, און דאס איז א פארברעך ווייל איינמאל מעגסטו מודיע זיין, און נאכדעם לאז עס אויף זיי, זיי זענען שוין עדאלטס און זיי קענען אליינס אפמאכן, ווער ביסטו אריינצורעדן און יענעמ'ס ענינים, ווען די לייגסט ווען אראפ א טשעק פון 10,000$ מילא אבער סתם אזוי איינטיילן האט נישט קיין שום זין, און ס'איז רשעות,
און דאס וואס די פרעגסט אויב איינטיילן ווער די מסד"ק זאל זיין צו ס'איז יא נארמאל, לאמיר דיר ענטפערן, די פלאן איז נישט געווען אזוי צו מאכן, נאר די פפרעכהייט און רשעות פון אנשי מהר"א האט צוגעברענגט אז מען מוז אזוי ארבייטן,
וועסטו פרעגן וואס איז פארגעגאנגען, לאמיר דיר ענטפערן זיי זעהענדיג אז סוכ"ס וועט מען דארט געהעריג חתונה מאכן און מען וועט זיך פון זיי אויסלאכן, און נאכדעם וואס ס'וועט שוין זיין א געוויסע אמאונט פון פארלעך וואס האבן דארט חתונה געהאט וועלן זיי זיך אויסלאכן פון אלע טעראר, אזוי ווי מאסרי האט אנגעהויבן אז ס'איז א ציבור איז שוין אנדערשט, האבן זיי אפגעמאכט אויהערן מיט די גאנצע מערכה, אבער מען קען נישט אויפגעבן אן א נצחון, האבן זיי געטראכט א נייע טאקטיק, מען וועט פאר יעדעם איינעם געבן רשות אחוץ פאר די 3, און די וואס וועלן דארט חתונה מאכן פון היינט און ווייטער וועלן קענען באשטיין אז עס זאל זיין רואיג וועלן זיי נעמען א פערטן מסד"ק און אהרן וועט יענעם געבן רשות, אבער סוכ"ס אויב מען ענדיגט אזוי איז מען דאך א לוזער, האבן זיי זיך גענומען איבער די ביינער פון די פריעדיגע פארלעך וואס האבן דארטן חתונה געהאט און זיי געצאפט די בלוט אזוי אז זיי זאלן אפילו נאר זאגן אז זיי האבן איבערגעמאכט די קידושין און אזוי וועלן זיי שוין האבן א נצחון אויכעט, אז מען האט איבערגעמאכט די קידושין, און דעריבער האבן זיך צוזאמגענומען די הנהלה פון בנ"י צוזאמען מיט די רבנים און געזעהן אלץ מקיים זיין די לא תעמוד על דם רעיך צו איינפירן אזא תקנה אז די קומענדיגע חתונות זאל מען נישט קענען פארקויפן אז זיי האבן רשות אזוי וועל זיי נישט בלייבן די איינציגסטע אויפן מארק וואס מען רודפט, און די פארלעך וועלן זיך פארמערן און די טעראר וועט ווערן א דזשאוק, און דערנאך ווען עס וועט שוין זיין אלעס צוריק נארמאל, וועט יעדער איינער קענען קומען מסד"ק זיין,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 22:17 |
|
| |
איך הער וואס איר זאגט,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 22:25 |
|
| |
איינס פון די אלטע אהרוינישע שיטות אין פירן א מלחמה איז דורכן ניצן כלומר'שטע הלכה'דיגע שאלות. זיי באשאפן א הלכה'דיגע פראבלעם אדער שאלה און מאכן דערפון א מצב. עס איז ביי קיינעם קיין ספק אז מרן הקדוש זי"ע האט געוואלט פאר זיין עולם דאס בעסטע און חשוב'סטע וואס איז נאר שייך. עס איז לעכערליך צו זאגן אז היינט 30 יאר נאכן פטירה איז דא מער מעגליכקייטן ווי עס זענען געווען פאר 30 יאר צוריק.
אין אריזאנע האט מען שוין געפלאנצט ווייץ פאר 30 יאר צוריק. שחיטה מונחת האט מען שוין געקענט האבן פאר 30 יאר צוריק, און א אייגענע שלאכט הויז פאר עופות אויך.
כדי מצליח צו זיין בדעת הקהל מאכן די אהרוינים פון יעדע טריט א 'הלכה'דיגע הידור'. דאס זעלבע טוען זיי אויך מיט די סידור קידושין.
עס איז שוין 60 יאר וואס כלל ישראל ווייסט נישט פון אזא זאך ווי "סידור קידושין ע"י המרא דאתרא" אין די גאנצע וועלט איז כמעט נישט דא א מקום ווי אזא זאך ווערט פראטעקצירט. און ב"ה מען הערט נישט קיין "ריזיגע מכשולות" וואס קומען ארויס פון דעם וואס ר' אהרן האט נישט קיין קאנטראל אויף סידור קידושין. עולם כמנהגו נוהג, מיר ווייסן טאקע נישט וואס עס טוט זיך אין די ווייטע שיקאגוי, לאס אנדשעלעס, באלטימאר וכדו', מיר קענען נישט דעם ציבור דארט, מיר קענען נישט די רבנים דארט, מיר ווייסן נישט אין וועלכע סיסטעם זיי האבן זייער סידור קידושין.
פארט איז זיכער אז ביי היימישע אידן חסידים ואנשי מעשה, פעלט בכלל נישט אויס קיין קאנטראל פון ר' אהרן אויף סידור קידושין. אמת אז אין די אלטע היים האבן זיך געקענט מאכן פראבלעמען, פארדעם טאקע האט זיך געפאדערט א תקנה פון איינצוימען סידור קידושין.
נעמט נישט מיינע ווערטער שלעכט, איך זאג ח"ו נישט אז די תורה טוישט זיך לויט די אומשטענדן, רח"ל מהאי דעתא, חז"ל האבן אונז געלערענט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת. דאס זיך האלטן צו מנהגי ישראל אף על פי וואס די זמנים טוישן זיך איז בשום אופן נישט קיין תירוץ אויף צו ניצן טעראר קעגן ערליכע אידן!
די אהרוינים ווייסן זייער גוט אז סאטמארע חסידים ארט גאנץ ווייניג ר' אהרן'ס רייץ פאר כבוד, זיי רעכענען זיך בכלל נישט מיט זיינע שאיפות און רצונות. בפרט ווען די מדובר איז בני יואל, בני יואל האט גענוג מכות געכאפט פון ר' אהרן און זיינע חסידים ביז זיי האבן זיך אויפגעוועקט און געווארפן ר' אהרן אויפן דראנק. די אהרוינים מיט ר' אהרן בראש ווייסן זייער גוט אז בני יואל וועלן טון דאס וואס זיי הלאטן פאר ריכטיג אפגעזען וואס ר' אהרן מיט זיינע פעי ראל דיינים שרייבן פאר.
די אהרוינישע מערכה איז בכלל נישט געצילט צו בני יואל, די אהרוינים אליינס ווייסן אז בני יואל וועט זיך אנפייפן און טון וואס ס'איז ריכטיג. די אהרוינישע מערכה איז אויף די אייגענע... צו שטיפן דעם אייגענעם וואגן און בארוהיגן די אייגענע קעלבער, זיך אנפיטערן מיט כוחי ועוצם ידי און שפירן זעלבסט בא'גדול'ט.
עס זאל קיינער נישט פראבירן איינצורעדן אז פאר א בני יואל'ער מחותן טוט שטארק וויי ווען זיין שווער\שוואגער רופט אים אן בעטן ער זאל נישט חתונה מאכן אינם נייעם בני יואל'ער זאל. וואראום דאס איז א נארמאלער ערשיינונג אין יעדע משפחה אפילו ווי עס איז נישט פארהאן קיין פאליטיק. איך קען משפחות ווי ביידע מחותנים וואוינען אין מאנסי און די חתונה איז געווען אין וו"ב ווייל די זיידעס וואוינען אין וו"ב וכדו'. אויך ווען דער שוואגער\פעטער\קאזין סטראשעט אז ער וועט זיך נישט משתתף זיין, צוקראצט זיך דער מחותן גאנץ ווייניג. יודע צדיק נפש בהמתו, די אהרוינישע "קאזין'ס" וואס סטראשען היינט זענען אקוראט די זעלבע וואס האבן זיך סיי ווי נישט משתתף געווען ביי די שמחות צווישן די יארן תשל"ט און תשנ"ט. און דאס איז חוץ דעם געפיל וואס יעדער נארמאלער מענטש וואס באקומט אזא סטראשע שפירט, די ערשטע מחשבה איז "מוחל טובות" אויב ר' אהרן'ס כבוד איז דיר וויכטיגער ווי אייגענע משפחה...
די אהרוינים פראבירן צו מאכן פון דעם גאנצן פאליטישען שפיל א פאלנער "הלכה שאלה" און די מהלך פון "ראטעווען" די וואס ווערן "נעבעך" נכשל איז דורכדעם וואס דער "קאזין" וועט ווארענען אז ער גייט נישט קומען...
די ליצנות שרייט ביזן הימל ווען דער רופער וואס סטראשעט איז בכלל נישט דער אזוי גערופענער "קאזין" דער רופער איז א פאלנער מתיבתא בחור וואס רופט פונם פאבליק טעל אין ישיבה... דאס איז נאר דער ערשטער חלק פון די ליצנות. דער צווייטער חלק איז שוין גארנישט קיין ליצנות, עס רייסט ביים הארץ ווען די זעלבע מתיבתא בחורים רופן "די כלה" ביי די ארבעט און סטראשען איר פערזענליך רח"ל.
דרייט נישט אין קאפ מיט "הלכה" ווען איר אליינס ווייסט אז עס איז נישט מער ווי "כוחי ועוצם ידי", דרייט נישט א קאפ מיטן "שוואגער" וואס רופט ווען די רופער זענען 18 יעריגע מתיבתא בחורים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 23:26 |
|
| |
באדאפעסט, איך וועל איבערזאגן דיין תגובה בדרך קצרה,
די בריוו פונעם אגרות מהרי"ט רעדט נישט בלויז פון סידור קידושין אין א "שטאט" ער רעדט פון ביידע, סיי פון א "קהילה" סיי פון א "שטאט",
וזל"ק, שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר לרב או מו"ץ "בקהלתו" "או" "מדינה" "או" גליל"
איר קענט אידיש? דער רבי געט נישט מער פריאריטעט פארן "גליל" ווי פארן "קהילה"
אצינד, דער רבי האט געבויט זיין קהילה אין ווימ"ס, און זיין שטעטל אין קרית יואל, קען עימיצער מסביר זיין פארוואס דער רבי האט 31 יאר געלאזט זיין "קהילה" אין ווימ"ס אויף הפקר אין אזא הארבע ענין ווי סידור קידושין?! איז דער רבי נישט געווען אזא יר"ש ווי להבדיל דער היינטיגער קליפה אין קרית יואל???
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2010 23:43 |
|
| |
שטרי, זייט מיר ביטע מצייר א היכי תמצא וואס בימינו זאל ווען יא גילטן דער פסק וואס דער רבי שרייבט אונעם בריוו פארן נאסיודער רב, לויט אייך זעה איך עפעס נישט ווי.
דאס מיינט איר רייסט אינגאנצן אויס דעם הוראה פון רבי'ן ז"ל, איר רייסט אויס דער שבות יעקב, איר רייסט אויס א חרם דר"ת,
לשיטתכם איז דער ענין אינגאנצן בטל, ווי נאר כלל ישראל איז אנגעקומען קיין ניו יארק, חוץ אויב איר קענט מיר מצייר זיין א היכי תמצא ווי זאל יא נוגע זיין דער הלכה.
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 21/06/2010 23:47:15
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 05:37 |
|
| |
א רבי האט אויסגערופן אין חדר זייער שטרענג, קינדער קיינער טאר נישט אליינס נעמן מילך נאר די רבי ווייל ס'קען זיך אויסגיסן, און ווער ס'וועט יא נעמן אליינס וועט שטרענג באשטראפט ווערן!
איין טאג קומט אריין א צווייטער מלמד אין דעם קלאס און נישט מער און נישט ווייניגער ער נעמט זיך אליינס א גלעזל מילך! די קליינע קינדער נעמן זיך ליארמען מ'טאר נישט מ'טאר נישט די רבי האט אנגעווארנט ס'קען זיך אויסגיסן און זיי שרייען דו וועסט גוט באשטראפט ווערן!
אט אזוי זעט איר אויס מיט אייער חשוב'ער דיין בעל אגלי דבש!
עיין בית יצחק יו"ד סימן ע"א אות ה', מהרש"ם סימן קס"ז, מנחת שי ח"ב סימן נ"א, דבר אליהו סימן ס"ב, זיי שרייבן דאס אלע קלאר איבערן חרם פונעם כנ"י אז ס'איז א דבר פשוט אז דער חרם איז געמאכט געווארן קעגן א אינו יודע בטוב גו"ק, אבער א רב מוסמך להוראה איז כולי עלמא מודי אז ער מעג מסדר קידושין זיין אפילו באתרא דמר, נישט אויף אים האט מען געמאכט דעם חרם,
דעס וואס ר' געציל שרייט אז ער האט נישט געטראפן קיין שום היתר איז ער זיך פלעין אליינס מבזה, און דעס וואס ער שרייט אז דער רבי האט געשריבן זיין שארפן בריוו אויף א מסדר א רב מוסמך להוראה יודע בטוב גו"ק איז ער מבזה דעם רבי'ן.
 |
|
|
|
|
|