בית פורומים מנשה לוסטיג

שמח או עצב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2010 23:16 לינק ישיר 
שמח או עצב

 

א גוטע וואך טייערע חברים

מי זעמער היינט שוין אינעם טיפן זומער קלימאט.. ס'בראט א היץ אזאנס און אזעלכעס, אז כ'רעדט שוין באלד פון היץ..

הכלל, וואס האט מיך ווידער געמאכט אזוי רעדן, ווען די היצן נעמען דאך אוועק יעדע סארט מוהט פון אנגיין מיטן סדר היום. אלא מאי, ווי האב איך מיך גענומען דאס לשון און נאסקייט אויפן צונג, צו שפענדן פאר א געשריבענעם מאמר ווי פאלגענד.

די ענטפער איז, שולדיג איז דער זינג פויגל אין מיין שכינות..

נישט אזוי ווייט שולדיג ווי דער ריכטיגע סיבה אויף מיין דורכברויך, און שטופ קראפט צו נעמען דעם הויעך הילכער אין האנט, און פארהאלטן דעם מצב, היתכן, מיר אנטלויפן פון יעדע זונען שיין, און פראבירן זיך שיצן אונטער שאטן און לופטיגע באנעמונג, און דו 'זינג פויגל' זינגט זיך א פרייליך מעלאדיע, ווי ס'וואלט עפעס געווען חול המועד פורים, צו אפשר נאך ל''ג בעומר..

צו ווייסטו נישט אז מיר שטייען אין תמוז, ווען היסטאריע איז ביטער באוויינט אין דעם מאנאט, ווען אלע לויפן זיך פארשטעקן אין ווייטע אפרוה פלעצער, ס'נישט דער צייט אויף טאנצן און זיך אויסשוויצן, פארקערט עס איז דווקא געאייגענט צו כאפן דעם אטעם, פונעם לאנגן זומער וואס זויגט אויס די נשמה פונעם קערפער.

ווי איז דיין חוצפה פייגל, זיך אזוי צו רייצן און טאנצן פליען און האפקען תחת שמי השמים.. ווי ווערסטו נישט פארטרוקענט פונעם הייס גליענדע קלימאט בכלל, איך בין מלא קשיות אויף דיר פייגעלע מיין שכן.

און דאס איז נישט קיין געיאמער און קיין קינות וואס איך הער פון דיר, דאס זענען שיינע געזאנגען ווי דיינע קרויבים העלפן אונטער אין א צוזאמען קאפעליע, טשיפ טשיפ טשאאאא זאגן אלע נאך.. טשיפ טשיפ שי....

זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ, אויב האסטו א לשון צו קוויטשען, זינג מיר אויס א טרייסטענדע תשובה, וואס זאל מיך דערקוויקן.

וועל איך דען ווארטן א א גאנג, ביז דו וועסט מיך ענטפערן? וועל איך דיר דען פארשטיין? איז דען מחשבותיך מחשבותי ??

נאר וואס, איין נמשל נעם איך מיך ארויס דערפון, וואס איז מיר א כלל אינעם לעבנס ערפארונג.

מיר זעען מזמן לזמן, ווי איינעם לאכט זיך, אין די צייט וואס ביי אונז קרעכצט זיך, ווען ביי אונז שמייכעלט זיך, און ביי א אנדערן נודשעט די מצב אויף א גרויזאמע שטייגער, און מיר קענען זיך אליין נישט פושט זיין די איבעיא, איז עס א שעה טובה, איז עס א גוט יאר, א פיינעם מצב אין די וועלט, נאר ס'אלץ דא פראבלעמען דא דארט אינעם גלות, אדער ניין, ס'איז ליידער ביטער ווי שווארץ גרין גאל, און מיר זעמער עפעס אמאל באשוצט אינעם מבול פון גלות, פאר וועלכע זכות צו סיבה.

דער פאקט איז, אז ס'איז גלות צוויי טויזענט יאר.. ס'איז הייס און קאלט, מיר זעמער היבש צעמישט, און טאקע ווען מיר זעמער אומ'באקוועם, הערט זיך אפילו יענעם זינגען און טאנצן, וויאזוי יענער מאכט עס.. ס'איז יענעם באשערט שמחה – קוקט אויס, וועלן מיר עס נישט קענען צו רויבן פאר וועלכע פרייז.

אז מיר קענען זיין פרייליך, כאטש וואס ס'דא אסאך צרות, און דעם און יענעם קוועטשט שווערליך, איז עס דאך א מתנה פון גאט, וואס וויפיל מיר קענען יענעם משמח זיין, ארויסהעלפן איז דאס אונזער געפיל און פאקטישע פעולה, וואס מיר טוהן גערן.

אויב אבער מיר קענען נאר קרעכצן, איז שוין ליבערשט זיך אויפלעבן און נישט סתם פארשווארצן טעג און נעכט און נאך צולייגן זאלציגע טרערן צום גלות גלעזל.

איין זאך ווייסן מיר צו זאגן וואס א קעלעכל פון בשורה טובה קלונגט שוין אין די אינטימליכע געפילן. אז הנה הנה הוא בא! ס'איז דאס אונזער לעצטע קרעכץ אין גלות!!! צו לאנג וועט עס שוין נישט נעמען, מיר זעמער שוין נענטער ווי ווייטער..

דער פייגל צייגט אונז, אז טאקע מ'פאסט אין מ'שוויצט אין גלות, אבער אינעם זייטיגן צימער גרייט מען שוין אן אויספאסט קיכעלעך.. [אהנע קארבס .. חח]

נו אויב אזוי, זינג פייגעלע זינג! מיר קרעכצן נאך דאס לעצטע קינה, און דו זינג שוין דאס אויסגעהאפטע ישועה..

זינג פייגעלע זינג !!!




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > שמח או עצב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext