אבער אזוי לאנג ווי ענק האבן מעצמכם זיך אליינס מורה היתר געווען צוליב א תירוץ אז ס'א המשך פון א טויטער קעיס, איז עס קיינעם נישט משעבד און ווי געשמיסט דער נתבע האט אלע רעכטן זיך אומציגיין מיט ענק ווי א פאלנער הולך בערכאות[/quote]
ביטע מסביר זיין ווי אין חו"מ ווערט געברענגט א באגריף פון א) א טויטע קעיס, ב) וואס איז דער עקספייערעשן קעיס פון א דין הולך לערכעות, ג) צום דריטן מאהל, ביטע קעלערן וואס זענען די רעכטן צו טוהן מיט א הולך לערכעות, אין צו דער שו"ע איז מבחין צווישן נ"ה און ס"ד,
איך פארשטיי דיינע פוינטס קליפ אין קלאר איך זעה נישט וואס איז נאך דא מוסיף צוזיין, נאר אז ס'האט נישט קיין מקור אין די הלכה, די חילוקים פון דאקעט נאמבער, קום ועשה, שב ואל תעשה, היתר פון "קאנטער קלעים שלא ברשות בי"ד וכו'
באטעם ליין איז, אז בית יואל האט נישט אין ס"ד געהאט קיין שום תביעות צו עקשטיין, אז אין נ"ד האט עקשטיין געקךאגט אן קיין שום היתר בי"ד אין מ'האט אלע רעכטן (לשיטתך) זיך אויפצופירן מיט איהם ווי א פאלנער הולך בערכעות אין ס"ד האט עקשטיין נישט געהאט ק'יין רעכט צו קאנטער סאוען\מסר'ן אין שו"ע ווערט נישט געברענגט אז מען מעג מסר'ן א הולך בערכעות אין תשס"ט האט ער נישט געהאט קיין שום היתר אריין צוגעבן א קלאגע אויף איליגעל יוס אפילו ער איז די פלענטיף ווייל דאס איז א קום ועשה (לשיטתך) און תש"ע האט ער נישט געהאט קיין שום היתר נישט געהאט צו קלאגען קרימינעל קאנטעמפט קלאגעס
,אז די ווילסט קענסטע
נשלח ב-22/6/2010 22:32
ראדני_קינג כתב:
מא דאך עטץ האלטס אז איינמאהל מען האט געפענט א קעיס הרשות בידו צו קלאגעם אין סאאען, מה נשתנה פון תשנ"ה אז אין ס"ד טאר מען נישט בעטן קיין קלעריפיקעישן,
ווייל איר זענט דער פלעינטיף, דער קעיס איז געעפנט פון ענקער איניציטיוו, קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו גיין אין קארט ממילא זענט איר במציאות דער הולך בערכאות של עכו"ם ומייקר של אלילים,
אבער אזוי לאנג ווי ענק האבן מעצמכם זיך אליינס מורה היתר געווען צוליב א תירוץ אז ס'א המשך פון א טויטער קעיס, איז עס קיינעם נישט משעבד און ווי געשמיסט דער נתבע האט אלע רעכטן זיך אומציגיין מיט ענק ווי א פאלנער הולך בערכאות
משא"כ א קאנטער קלעים, בין איך דאך אין קארט נגד רצוני, דו האסט מיך אריינגעשלעפט, איי 9 יאר צוריק בין איך געווען אין קארט, קען זיין, איז וואס? טוישט נאך נישט די מציאות אז און 04 זענט עטס געווען די וואס זענען אריין בערכאות, און געעפנט א פרישער קעיס אלס פלעינטיפס
די שפוגעל נייע קעיס פון יעצט און פון סד' זענען ביידע איבער די השתמשות הבימ"ד איבער דע תביעה האט בית יואל זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט פון דין תורה ווייל אין נזקקין קענען זיי נאר זאגן איבערן בעלות הבנין,
און מ'האט געזאגט פאר דוד עקשטיין בע"פ און די רבנים האבן עס אויך געשריבן אינעם התראה אז איבערן השתמשות הבימ"ד האט ער נאך נישט פארלוירן זיינע רעכטן ביי דין תורה און מ'איז גרייט צו אינטערשרייבן ש"ב דערויף,
ער וויל אבער נישט קיין ש"ב אויב עס אינדיקעיט נישט אויך די בעלות אויפן בנין, אויף דעם ארויף האט מען ע"פ הוראת הרבנים היושבים על מדין אריינגעגעבן די שפוגל נייע קלערעפיקעישן קלאגע.
נשלח ב-22/6/2010 22:38
גערעכטער1 כתב:
האלט דא עמעצער אז זיבעלע האלט אז ער איז גערעכט? איי דאנט טינק סא!, מיר זענען דאך פארט נישט אין שערי חמלה, ער דרייט אהער דרייט אהין, אבער קיין סענדס מאכט דאס נישט.
ס'דערמאנט זיך מיר א גוט ווארט וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק, איבער איינעם וואס מען פרעגט 1+1 וויפיל ס'קומט אויס אין ער ענטפערט ס'קומט אויס חלה דעקל!
כלפי מה דברים אמורים - די צוויי לחם משנה'ס פרובירן שוין אין די לעצטע 30 תגובות צוטרעפן די "קלאגע" פון בית יואל אין מבחין זיין פארוואס א קלעריפיקעישן איז אסור אין א קאנטער קלעים מיט נייע מסירות איז מותר, אאוו, נאכן צוריקומען צו די זעלבע פראגע איז דער תירוץ קוקט אויבן....
איך פרוביר נישט צוזיין גערעכט, דאס לאז איך פארדיר איך וויל נאר אז די זאלסט פארשטיין וואס די טענהס'ט....
וויאזוי פירט אויס דער בלאט, לעצטע ווארענונג - שטעלט אייך צו דין תורה אבער שוין....
תוקן על ידי zibala ב- 22/06/2010 22:41:02
נשלח ב-22/6/2010 22:48
זיבעלע, לידיעתך דיין לעצטער תגובה אין להם ידים ורגלים, ממש יעדעס ווארט איז קעגן די לאגיק אין שכל אנושי,
עכ"ז גיי איך מיך נישט באדערן צו פארענטפערן, ווייל היות כלהנערים האט געזאגט עפעס דברים של טעם, וואס געבט אביסל צו פארשטיין דער צד בית יואל, וועל איך עס לאזן ביי דעם,
בקיצור בית יואל ווילן נישט ריזיקירן די בעלות פון די הויז, וועלן זיי ענדערש לע"ע ענדערש דורכשוויצן די השתמשות הביהמ"ד, האפענונגדיג אז סוכ"ס וועלן זיי עס צוריק קענען עפענען און בלייבן מיט יעדן אינטש פון די הויז, אנדערש אויב זיי רופן צו די"ת וועט זיי עקשטיין אויך ארויפצווינגן צו דן זיין די בעלות,
איז דאס דער הסבר?
נשלח ב-22/6/2010 22:59
אין נזקקין איז נישט קיין חק בלי טעם אז א מענטש גייט אריין און קארט אן א רשות בי"ד (דוד עקשטיין) האט ער מיט דעם געוויזען אז בעצם פאר זיין ציל איז ער גרייט צי טרעטן אויף די תורה און מיקר זיין שם אלילים, מיט דעם איז נתברר הדבר למפרע אז יעצט ווען ער בעט דין תורה מיינט ער נישט דין תורה ווייל אויב יא ווען און ווי האט זיך תורה געטוישט נאר דער ציל וואס ער האט געוואלט ציקומען דורכן קארט צום זעלבן ציל וויל ער יעצט ניצן דין תורה אויף דעם זאגט די תורה אין נזקקין די תורה איז נישט קיין טוי און אויך נישט קיין האמער צי ניצען ווען די ווילסט אריין האקען א נאגעל און יענמס קאפ, יא אויב די ווילסט גיין צי דין תורה ווייל די ווילסט באמת וויסן וער עס איז דער בעל הבית און אויב די תורה זאגט אז איז נישט דיינס זאגסטו נעשה ונשמע, פארדעם איז דין תורה געמאכט געווארן, אבער בנידן דידן וואס דער רודף דמתא האט שוין אנגעגרייט ווי אזוי ארומצישלעפען און חוזק מאכען מאכען פון דין תורה,
נשלח ב-22/6/2010 23:04
רצונו של אדם זה כבודו - מר. ראדני
אז דאס איז דיין וועג ארויס, מיי פלעיזשער
ביטע נאר נאכשיקן די מקורות פון דיינע פסקים האדירים ווי צ.ב.ש, " קאנטער קלעים איז מותר ווילאנג עס איז אונטער דעם זעלבן "דאקעט נומבער" אדער אז אויב מווערט אריינגעשלעפט נאך ניין יאר נישט זיין אין קארט הייסט עס א נייע קעיס אפילו ס'יז נישט דא קיין תביעות, וכו' ווייל איך קען עס יוזען אין די פיוטשער
אז די קוקסט צוריק האט זיך דער שמועס אנגעגעהויבן פארוואס בית יואל האט נישט געשיקט קיין הזמנה, און דער תירוץ איז ווייל זיי האבן געבעטן קלעריפקעשן פון א ריכטער אויף זיין אלטע פסק, אין נישט געהאט קיין שום תביעה דעטס איט
יעצט קענסטע ענטפערן א גאנצע נאכט פארוואס עקשטיין האט געמעגט גיין 1) אין נ"ה 2) קאנטער קלאגען אין ס"ה 3)קאנטער קלאגען אין ס"ט 4) קאנטעמפט קלאגן אין תש"ע
דעיטס איט, הזמן יכלו והתירוצים שלך לא יכלו, פאנג אן מיט דאקעט אין ענדיג מיט קום ועשה
נשלח ב-22/6/2010 23:13
יעדער פארשטייט וואס מיינט אין נזקקין, אבער געווענליך מיינט אין נזקקין ווען די ביסט דער נתבע, ביסטו נישט מחויב צו קומען צי די"ת ווען יענער רופט דיך, אויב יענער איז שוין געגאנגען אין קארט,
אבער דא איז דאך געווען אינגאנצן אן אנדערן מעשה, עטס זענט געגאנגען אין קארט אויפן חשבון פון אין נזקקין, איך ווייס נישט צו בכגון דא איז שייך אין נזקקין, קען זיין יא, איך ווייס נישט, עכ"פ דאס איז זיכער דער פשוט'ער אפטייטש פון אין נזקקין, אין נזקקין מיינט ביסט נישט מזוקק ומשעובד, אבער בקום ועשה, מאן יימר, עכ"פ ס'נישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ,
וויל איך דיר זאגען אז אין נזקקין לויט כמה אחרונים איז אויך טייטש אז אויב איינער איז מוחזק פאר גבר אלם און פאר א מענטש (?) ניצט דין תורה נאר ציערייכען זיין ציל און פארדרייען א קאפ דארף מען עם נישט ריפען צי קיין דין תורה ווייל דאס גיט עם נאר א געלגנהייט צי טון וואס ער האט שוין געטון בכגון דא,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/06/2010 23:34:32
נשלח ב-22/6/2010 23:34
קאן זיין, איך הער,
נשלח ב-23/6/2010 00:23
איין זאך וויל איך פארשטיין, וואו איז דאס געהערט געווארן אז מפסקט זיך אליינס אין נזקקין??? אין נזקקין איז דאך פשט אז ווען איך רוף דיר צו דין תורה קומסטו צו דין תורה און דו זאגסט אין נזקקין פארן הויז אבער ווי איז דאס אז מכאפט לקוחות אויפן אייגענעם שכל? און אויף דעם בויעט מען שוין פיתום ןרעמסס אז מען מעג רופן קיט"ל אין קארט שוין צום 10טן מאל???? האסט א טענה קום צו דין תורה, קלערסטו אז די דיינים ביים דין תורה קענען נישט די הלכות פון אין נזקקין? א היתר צו גיין אין קארט מיינט אז מרופט דריי מאל צו דין תורה און אויב קומט ער נישט גיבט בי"ד א היתרת צו אמאל איז דא טעראר אויפן בי"ד קען מען נעמען א היתר לגבי גבר אלם צוליב וואס סאיז קלאר אז איך האב פרובירט דין תורה אזוי ווי סאיז געווען ביי די אהרונים אין וו"ב ווען יעדער האט געזען די הזמנות תשס"א , און אפי' תשנ"ה ביים רביצן הויז איז קיט"ל ארומגעלאפן צו בתי דינים ווי סאיז דא א קלארע דאקומענט פון התאחדות ווי זיי שרייבן אז זיי קענען נישט אננעמען די ד"ת צוליב טעראר ווייל "ספאסט נישט" צו רופן די רביצן (וואס בדרך אגב האט מען גערופן די דריי באנדיטן און נישט די רביצן) ממילא איז שייך אז מזאל געבן א היתר ווי רביה"ק שרייבט אין ויוא"מ אז ביי א גבר אלם איז מען מתיר כדי להקים עולה של תורה אבער ווי קען דאס פארגלייכן ווען ממש יעדעס מאל וואס קהל האט אריינגעגעבן פעיפערס סיי אין יענעם קעיס און סיי יעצט סיי ביים ענטפערן זייערע תשס"ד קלאגעס און סיי ביים קאנטעמט נאכן נישט אויספאלגן זייער אייגענע פסק, נאט קהל געשריבן איינמאל און נאכאמאל "מיר ווילן דעם קעיס נאר אין דין תורה!!!" און דער ענטפער פון בית יואל(המן - נתתי למרדכי), איז אלס געווען "מיר ווילן נאר הערן דעם שופטס מיינונג" עפ"ל, קומען זיי יעצט און זעעהן אז העברת פי השם לא תצלח די הויז-ביהמד איז פארשלאסן, איז אנשטאט צו טוהן צו דער זאך און גיין צו דין תורה שרייבט מען א בריוו אז "מיר האבן נישט באקומען קיין הזמנה...", ווי לעכערליך זענען יעצט די ווערטער פון די מבקשי שכר כפנחס ועושים מעשה זמרי (עיין ערכעות ועיין קידושין), יעצט זאגט מיר קלאר פארוואס זאל מען ענק רופן צו דין תורה? וואס זאלן מיר תובע זיין? אז מיר ווילן אז מיר זאלן ענק עס צוריקגעבן??? איין תירוץ: א באנדע מצה טאשן!!!
קומט אביסל צום שכל און זעהט אז איר האט יעצט איין ברירה צו תובע זיין אין דין תורה!!! ר' דוד ווארט אויף אייער הזמנה!!! און אויב האט איר מורא פון פארלירן די גאנצע הויז, זייטס כאטשיג מודה על האמת אז איר זענט פראסטע גנבים!!! וויל אויב איז אמתדיג אין נזקקין אויפן הויז וואס האט איר מורא דאס צו זאגן אין דין תורה און מוועט אוודאי פירן די די"ת נאר איבערן השתמשת. פינטל! (און זיבעלע איז פשוט נישט ווערד מזאל אים ענטפערן אבער אז שטרי ברורין איז אזוי גליקלעך מיט זיין צוגלייכן יראים ושלמים צו די ציונים, לאמיר אים פרעגן צו האט אפשר רבינו הקדוש מוחה געווען אויף סיי וואספארא רעליגיעזע איד אפיר אויב ער איז עס ווערד געווען??? ווייל די ווילסט נישט דין תורה זענען די אהרונים שוין גלייך צו די ציונים וואס מאכן געזעצן נגד התורה און רייסן אויס יעדע פינטעלע אידישקייט און מקען זיי נישט רופן נישט צו קיין די"ת און אפי' נישט צו קיין קארט נאר איין עצה זיי צו פארשעמען אין די וועלט, אבער א איד קעגן וועם מהאט א טענה מאכט מען פראטעסטן ווי איידער רופן צו דין תורה???, ודי בזה.)
*--Session data*
נשלח ב-23/6/2010 00:33
וויל איך דיר זאגען אז אין נזקקין לויט כמה אחרונים איז אויך טייטש אז אויב איינער איז מוחזק פאר גבר אלם און פאר א מענטש (?) ניצט דין תורה נאר ציערייכען זיין ציל און פארדרייען א קאפ דארף מען עם נישט ריפען צי קיין דין תורה ווייל דאס גיט עם נאר א געלגנהייט צי טון וואס ער האט שוין געטון בכגון דא,
נשלח ב-23/6/2010 00:39
א יעדע הלכה וואס עס שטייט לגבי דין תורה איז נישט געמאכט געווארן זיך ארום צי שפילען דערמיט און ארויס נעמען נאר די רוחים דערפין, דוד עקשטיין (דא אויף הייד פארק ריפט ער זיך דין תורה) ער ניצט די תורה נאר פאר זיינע צילען און מיט דעם וויל ארויף ציען א שלייער אויף זיין פנים און זיין א עושה מעשה זימרי ומבקש שכר כפנחס,
נשלח ב-23/6/2010 00:49
מדברי כ"ק גאב"ד מאנטעוועדעי זצ"ל
בשעת מען איז אריין די ערשטע מאל און קארט שנת תש"ס לבן ביקש לעקור את הכל
"וואס גייט עס מענטשן אין לעבן אריין ווער עס זאל זיין הנהלת הקהל ?
כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערן אויסדרוק ווי דאס וואס דער בעל הגדה זאגט:
"ולבן ביקש לעקור את הכל", לבן מיינט דאך לבן הארמי,
זיי פאפן אז זיי מיינען הנהלת הקהל, זיי מיינען עס נישט."
"מען ווייסט וואס זיי ווילן,
זיי ווילן אז א געוויסער מענטש זאל זיין דער מושל בכיפה וכל אשר ימרה את פיו ימות"
על כל פנים יהיה איך שיהי, מען איז געגאנגען בערכאות, איך האב גערעדט מיט א פאר רבנים פארוואס זיי זענען נישט מוחה,
און איך האב זיי געזאגט
אז מען קען נישט נאכגעבן און מען קען נישט פארהאנדלען,
ס'איז נישט פאראן קיין דרכי שלום, זיי ווילן "עוקר זיין את הכל",
אויב עס וואלט געווען וועגן געלט וואלט מען געקענט טענה'ן פון נאכגעבן וכדומה, אבער ביי דעם איז נישט שייך נאכצוגעבן, אויב חלילה אז מען גיט עפעס נאך איז מען "עוקר את הכל",
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 23/06/2010 00:53:21
נשלח ב-23/6/2010 06:07
רבי_סיני כתב:
ווייל די ווילסט נישט דין תורה זענען די אהרונים שוין גלייך צו די ציונים וואס מאכן געזעצן נגד התורה און רייסן אויס יעדע פינטעלע אידישקייט און מקען זיי נישט רופן נישט צו קיין די"ת און אפי' נישט צו קיין קארט נאר איין עצה זיי צו פארשעמען אין די וועלט, אבער א איד קעגן וועם מהאט א טענה מאכט מען פראטעסטן ווי איידער רופן צו דין תורה???, ודי בזה.)
גראדע נישט דעס איז די סיבה פארוואס די ארונים זענען ענדלעך צי די ציונים,
נאר איך מיז אייך זאגען זיי ציען ענדלעכע שטריכען אין עניני הנהגה איך וועל דא נישט אויסרעכענן שאי אפשר לפרטם כי רבים הם,
איך וועל נאר אנכאפען איין דוגמה די ציונים האבן א לאזונג המטרה מקדשת את האמצעים, דאס מיינט אז אן צי קומען צי א ציל מעג מען אלעס אויף דער וועלט טון, מענטשלעכע און אוממענטשלעכע זאכען ציגלייך, פארוואס ווייל דער ציל כשר'ט די מעשים וואס דארפן עס נענטער ברענגען צום ענד,
די ארונים האבען אפשר נישט אזא לאזינג אבער זיי פירען זיך אזוי אקאראט,