|
|
| נשלח ב-23/6/2010 22:04 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  | מיין פערזענליכע מיינונג איז אז עטס וואלטס נישט געדארפט מורא האבן פון שיקן א הזמנה, ס'א גרויסע נארישקייט געווען צו נאר גיין און קארט.
ווען איך וואלט געווען א מתפלל אין בית יואל, וואלט איך געהאט שטארקע טענות אויף די הנהלת הביהמ"ד, היתכן מ'איז נישט אויך געגאנגען צו דין תורה, איך זאג נישט, קארט אויך, צו אפשטעלן די גניבה, אבער דין תורה וואלט דיר כמעט אויף זיכער גאראנטירט אז דער ביהמ"ד וואלט קיינמאל נישט אפגעשפארט געווארן, אלע יוטיליטיס וואלטן געבליבן אפען און דער גאנצער שטח וואלט געבליבן אומבארירט,
איך ווייס איר וועט שרייען אז עקשטיין איז א רשע און א חי' וכו', און ער איז געגאנגען אין קארט נ"ה, מסכים, ווער זאגט אז נישט, אבער אסאך מאל דארף מען ניצן שכל איבער געפיל, אויב דין תורה וואלט אפגעשטעלט עקשטיין'ס מעשי רשע, וואס טוט מען נישט,
איי מ'וועט דן זיין דער בעלות פון די הויז אויך, נו, איז וואס, איר וועט דאך ממילא געווינען, ווייל הדין עמכם.
די סדר המשפטים גייט אז מען קלאגט אן איינעם אין געריכט דארף מען זיך פארטיידיגן אין געריכט,
אזוי אויך דער סדר העולם אז ווען איינער באזיצט א הויז, דארף נישט שיקן קיין הזמנה צו שכן וואס האט חשק עס אוועק צוכאפן,
מיר זעמער שוין אין דעם הויז איבער דרייסיג יאר, אז איר האט טענות שיקט זאפארט אן הזמנה, קען עס זיין מער סימפעל?
לגמרי נישט סימפל, איך זעה דאך אז אין קארט ווייסט איר יא זייער גוט וויזוי צו תובע זיין, אבער צו א בי"ד האט איר עפעס פארלוירן דעם וועג,
און איך וויל נאכמאל זאגן, קלאר:
ווייל איינער האט א טענה איבער עפעס מוז ער נישט גיין צו בי"ד, אפי' ער זאל האבן די וועלטס טענות, ער מוז נישט, למשל בני יואל האט טענות אז דער גרויסער ביהמ"ד איז געגנבעט, דער ביה"ח איז געגנבעט, די מוסדות איז געגנבעט, מיינט דאס שוין אז איר "מוזט" רופן צו די"ת, ווי איז דאס געהערט געווארן
ווען דוד עקשטיין האט אפגעהאקט ענקער סוער תשס"ד, האט ער אויך נישט געמוזט גיין צו די"ת, נאכאמאל, הערט מיך גוט צו, "ער האט נישט געמוזט גיין צו קיין די"ת" ווילאנג א בי"ד כשר איז איהם נישט מעקל קען ער כאפן און האקן וואס ער וויל, כאוות נפשו, אפי' איר זענט מוחזק טויזנט יאר, אויב איר האט טענות קענט איר איהם רופן צו די"ת, ויקוב ההר את הדין, אבער חלילה וחס ערכאות, אפשר מעגט איר גיין SHORT TERM צו אפשטעלן די כאפעריי, אבער צו לגמרי נישט גיין צו א בי"ד, איז מען א פרעכער הולך בערכאות עכו"ם מרים יד בתורת משה.
קען עס זיין מער סימפל?
|
|
אין איין ווארט: מנא לך הא? לו יצויר, אז דו טיילסט מיטער מיט דיין שכן. (אין קרית יואל איז דא אסאך אזאלכע דירות, וואס זענען צוטיילט געווארן דורך די אינוועסטארס). און דו טענה'סט אז דיין שכן נוצט מער לעקטער ווי דו, און במקרה ליגן די ברעיקערס ביי דיר, איז קומט יעצט אויטאמאטיש אז דו זאלסט אים אויסלעשן זיין לעקטער?
וואס וואלסטו געטון? פרובירט זו פארהאנדלען, אין עקסטרעמע פעלער וואלט עס אפילו אנגעקומען צו דין תורה, אבער סתם אויסלעשן יענעם ווייל פערצופאל איז ער פארמשכונט ביי דיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 22:41 |
|
| |
קינג ראדני כתב
אה, האלט מיר שוין ערגעץ, דאס זענט איר שוין ב"ה מודה אז איר זענט אריין אין קארט צו קלערעפייען, נו אז מ'קלערעפייט זאל מען שוין אלעס קלערעפייען אלעס ארום דעם הויז, איר קענט זיך נישט וועלן וואס יא קלערעפייען און וואס נישט, איבעהויפט אז איר האט געהאט א ברירה אז א בי"ד זאל ווען קלערעפייען
זאל מען שוין קלערעפייען ווער ס'האט די פארקינג רעכטן, זאל מען שוין קלערעפייען צו איר האט א רעכט צו ניצן דעם הויז פאר א פובליק פלאץ, און באגאנבענען קהל זייער פארקינג רעכטן, זאל מען שוין קלערעפייען צו קהל האט ציטריט צו די דאך און בעיסמענט, זאל מען קלערעפייען וועמען ס'געהער די ארומיגע שטחים,
נו מ'האט אלעס קלערעפייט, אלעס אויף ענקער איניציטיוו, נו צו וועם האט איר טענות,
הרב ראדני, זייער קלוג געפרעגט.
קיינער האט נישט קיין טענות אז מען קלעריפייד וואס צו טון מיט אלע פרטים.
די טענה איז נאר, איינס אז אפשפארן א ביהמי"ד, איז א הימל געשריי, אפילו ווען דו ביסט גערעכט על פי תורה און געזעצליך.
עס מאכט זיך אסאך מאל דיני תורה וועגן השתמשות פאר א ביהמ"ד, אבער כמדומה האט נאך קיין בי"ד בישראל אפגעשפארט א ביהמ"ד, און אפילו לו יצוייר אז יא, האט בני יואל ווייזט אויס זייער א גוטן חוש צו פי אר, און זיי האבן פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס מען קען גוט אויפשפילן. (א שטייגער ווי די מתנחלים...).
אזוי?
קליק דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2729930&forum_id=21016
צווייטנס, אז דער קאנטעמפט קלאגע וואס ער האט געפיילט, איז געווען ריכטיג מסירה, לשיטת בני יואל, און ס'איז גאנץ שווער זיך צו דינגען דערמיט.
אזוי?
קליק דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2726210&forum_id=21016
אגב אז מען רעדט שוין, דוד עקשטיין האט געטענה'ט אז וועגן דעם מעג ער פיילן קאנטעמפט קלאגעס (מסירה!) ווייל אויב יענער האט דיך גענומען אין געריכט, און דו האסט געווינען, מעגסטו גיין פאדערן פון געריכט מקיים פסק צו זיין.
די ווערטער קלינגען אביסל באקאנט, ניין?
און אגב, איך מיין אז ביי די קאנטעמפט קלאגע איז געווען א נייע דאקעט נאמבער... - ניין עס איז די זעלבע דאקעט נומבער
תוקן על ידי דיןתורה ב- 23/06/2010 22:44:48
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 22:45 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  |
ווילאנג א בי"ד כשר איז איהם נישט מעקל קען ער כאפן און האקן וואס ער וויל, כאוות נפשו, אפי' איר זענט מוחזק טויזנט יאר,
|
|
רבש"ע מיט וועם טענהט מען זיך דא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 23:00 |
|
| |
ברוך הבא ר' דוד איז דא
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 23:34 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?, לויט אייך שרייבט איר אז: די בני יואל האבן נישט קיין תביעות צו ר' דוד עקשטיין, נאכאמאל זיי האבן "נישט" קיין תביעות צו ר' דוד עקשטיין, איז דאך אלעס פיין אין וואויל, דארפן זיי טאקע "נישט" ריפן צו דין תורה, ווייל אז מען האט "נישט" קיין תביעות איז דאך נישטא קיין תביעות, נעקסט, שרייבט איר: איר זענט נאר געגאנגען פאר א קלאריפיקעישאן אין קארט, יא?, איך זאג דאס גיט?, אה קיי, דער קארט האט קלעריפייט די זאך, אבער די קלאריפיקעישאן געפעלט אייך נישט, אמת?, איז ר' דוד עקשטיין שולדיג?, וואס שרייט איר אויף ר' דוד עקשטיין? איז ער דען דער ריכטער?, אה! איר ווילט ער זאל אייך געבן א חלק פון קהל'ס שטח? ער איז נישט בארעכטיגט אייך דאס צו געבן, לויט עם, געהער דאס פאר קהל און דאס איז קהל'ס פראפערטי, איר ווילט דאס אבער פארט האבן? ווייל איר טענה'ט אז דאס באלאנגט צו אייך? רופט עם צו דין תורה!!!,
נעמט אייך אריין אין קאפ, אדער אין ווארצעל ווי יענער שמויגער שרייבט, ביי יעדע דין תורה טענה'ט דער תובע אז דער נתבע האט עם באגאנבעט אדער בעוולט, ביי קיין שום דין תורה איז נאכנישט געווען אז דער תובע זאל זאגן פארן בית דין, וואס פאר א נאבלער פערשוין דער נתבע איז און אז ער האט קיינעם נישט בעוולט, און אז דער נתבע וועט חלילה נישט נעמען א זאך וואס איז נישט זיין, און אז איר האלט גאר אז דער נתבע איז פולקאם גערעכט, אזא טענה ומענה האט נאכנישט פאסירט, איר שרייט אז דוד האט אייך באגנבעט?, דאס הייסט אויף לשון הקודש א תביעה, און איינער מיט אזא טענה דארף שיקן א הזמנה לדין תורה, און אויב גייט מען מיט אזא טענה אין קארט איז מען א מרים יד בתורת משה, און א כופר בעיקר, והדברים פשוטים מאוד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 23:50 |
|
| |
די מאכסט דיך אדער די ביסט? אדער ווילסטו יענעם מאכן......
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 00:37 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | | קינג ראדני כתב
אה, האלט מיר שוין ערגעץ, דאס זענט איר שוין ב"ה מודה אז איר זענט אריין אין קארט צו קלערעפייען,
רבונו של עולם אזאנע קאצען קאפ אדער פשוטע שוי שפילער?
איך שריי שוין פון מיין ערשטע תגובה דא אז בית יואל האט קיינמאל נישט געקלאגט, סך הכל האבן זיי געבעטן א קלעריפיקעישן אויפן נ"ה פסק, נאך הונדערט מאל זאגן פאנגט עס אן אריין צוגיין אין ענקער קעפעלעך
נו אז מ'קלערעפייט זאל מען שוין אלעס קלערעפייען אלעס ארום דעם הויז, איר קענט זיך נישט וועלן וואס יא קלערעפייען און וואס נישט,
קלעריפייען הייסט אויסקלארן א פסק וואס איז שוין געפסקנט געווארן, נישט אריין געבן נייע תביעות און מסירות
איבעהויפט אז איר האט געהאט א ברירה אז א בי"ד זאל ווען קלערעפייען
אוי הלואי, ווען עקלשטיין מיט חרינער וואלטן ווען אויסגעקליבן בית דין ביים דיון וואלט ווען שייך געווען צו בעטן פון בי"ד קלערעפיקעשן
זאל מען שוין קלערעפייען ווער ס'האט די פארקינג רעכטן, זאל מען שוין קלערעפייען צו איר האט א רעכט צו ניצן דעם הויז פאר א פובליק פלאץ, און באגאנבענען קהל זייער פארקינג רעכטן, זאל מען שוין קלערעפייען צו קהל האט ציטריט צו די דאך און בעיסמענט, זאל מען קלערעפייען וועמען ס'געהער די ארומיגע שטחים,
א קורצה חזרה, קלעריפיען א פריעדיגע פסק מיינט נישט נייע תביעות ומלשינות
נו מ'האט אלעס קלערעפייט, אלעס אויף ענקער איניציטיוו, נו צו וועם האט איר טענות, מיר האמער נישט קיין טענות\קשיות, מיר ענטפערן נאר אייערע טענות פארוואס מיר שיקן נישט קיין הזמנה, אין ווער ס'איז דער מסור וואס האט זיך ארויפגעכאפט אויף א דאקעט נאמבער אלס א היתר ערכעות ומסירה
הרב ראדני, זייער קלוג געפרעגט.
קיינער האט נישט קיין טענות אז מען קלעריפייד וואס צו טון מיט אלע פרטים.
די טענה איז נאר, איינס אז אפשפארן א ביהמי"ד, איז א הימל געשריי, אפילו ווען דו ביסט גערעכט על פי תורה און געזעצליך.
עס מאכט זיך אסאך מאל דיני תורה וועגן השתמשות פאר א ביהמ"ד, אבער כמדומה האט נאך קיין בי"ד בישראל אפגעשפארט א ביהמ"ד, און אפילו לו יצוייר אז יא, האט בני יואל ווייזט אויס זייער א גוטן חוש צו פי אר, און זיי האבן פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס מען קען גוט אויפשפילן. (א שטייגער ווי די מתנחלים...).
אזוי?
קליק דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2729930&forum_id=21016
ביטע זיי מסביר וואס איך דארף דארט זעהן? איך קען נישט קליקן א גאנצן טאג, היידפארק איז נאר מיין סייד דזשאב
צווייטנס, אז דער קאנטעמפט קלאגע וואס ער האט געפיילט, איז געווען ריכטיג מסירה, לשיטת בני יואל, און ס'איז גאנץ שווער זיך צו דינגען דערמיט.
אזוי?
קליק דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2726210&forum_id=21016
קליק דא קליק דארט מאך דיין פוינט, אז וויבאלד איינער האבן געקלאגט ענק מיט 10 יאר קאנטעמפט במילא האט עטס יעצט א FREE PASS צו קלאגן יעדעם, גאנץ גוט! קען איך יוזען דעם היתר צוגיין אין קארט מסרן וויבאלד עטס האטס אין נ"ה אזוי געטהן אדער איך טאר נישט נאר די?
אגב אז מען רעדט שוין, דוד עקשטיין האט געטענה'ט אז וועגן דעם מעג ער פיילן קאנטעמפט קלאגעס (מסירה!) ווייל אויב יענער האט דיך גענומען אין געריכט, און דו האסט געווינען, מעגסטו גיין פאדערן פון געריכט מקיים פסק צו זיין.
ביטע מסביר ווער האט וועם גענומען אין קארט? ווען האט זיך דער דיון אנגעהויבן?
די ווערטער קלינגען אביסל באקאנט, ניין?
און אגב, איך מיין אז ביי די קאנטעמפט קלאגע איז געווען א נייע דאקעט נאמבער... - ניין עס איז די זעלבע דאקעט נומבער
אוי ס'איז די זעלבע?? אקעי ס'איז מותר עיין חושן משפט סימן ?? שאם הדאקעט מספר שוה מותר למסור או להתדיין ואין נזקקין,
תוקן על ידי דיןתורה ב- 23/06/2010 22:44:48 |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 00:47 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?, לויט אייך שרייבט איר אז: די בני יואל האבן נישט קיין תביעות צו ר' דוד עקשטיין, נאכאמאל זיי האבן "נישט" קיין תביעות צו ר' דוד עקשטיין, איז דאך אלעס פיין אין וואויל, דארפן זיי טאקע "נישט" ריפן צו דין תורה, ווייל אז מען האט "נישט" קיין תביעות איז דאך נישטא קיין תביעות, נעקסט, שרייבט איר: איר זענט נאר געגאנגען פאר א קלאריפיקעישאן אין קארט, יא?, איך זאג דאס גיט?, אה קיי, דער קארט האט קלעריפייט די זאך, אבער די קלאריפיקעישאן געפעלט אייך נישט, אמת?
ס'געפעלט אונז זייער, דער קארט האט וועריפייד אז דדי דאך אין בעיסמענט איז בית יואל'ס נאר עקלשטיין האט א יוטיליטי איזמענט
, איז ר' דוד עקשטיין שולדיג?, וואס שרייט איר אויף ר' דוד עקשטיין?
ביזטו טאקע אזא טיפש, הייסט בית יואל איז אריין אין קארט אז ער וויל די דאך אין די קארט האט געפסקנט אז מען דארף צושפארן די שוהל??
בית יואל האט געבעטן די ריכטער קלארצושטעלן די רעכטן פונעם דאך און דער מסור פון ברוקלין פיינענשל מיטן היתר פון דאקעט נאמבער האט אריינגעגבען פרישע נאנרילעטעד קלאגעס, איבער קנס פארן פארקינג, אין איליגעל יוס אף די פרפערטי
איז ער דען דער ריכטער?
ניין ער איז דער קלעגער בשם דיפענדעדנט!
, אה! איר ווילט ער זאל אייך געבן א חלק פון קהל'ס שטח? ער איז נישט בארעכטיגט אייך דאס צו געבן, לויט עם, געהער דאס פאר קהל און דאס איז קהל'ס פראפערטי, איר ווילט דאס אבער פארט האבן? ווייל איר טענה'ט אז דאס באלאנגט צו אייך? רופט עם צו דין תורה!!!,
דין תורה אויף די פראפערטי? א ריכטער האט שוין געפסקנט אויף דעם אין 1995 ס"ה האבן מיר געבעטן א סטאפ ארדער פון יעצטיגן ריכטער א "עיקול" ביז ער קוקט איבער די פסק פון 1995 די גאנצע דיון פון די פראפערטי איז אז בית יואל טענהט אז דער ריכטער האט זיי עס געגעבן אין 1995 ס'בכלל נישט דא קיין פרישע תביעות אדער חזקה טענות, האסט א פראבלעם רוף צו דין תורה
נעמט אייך אריין אין קאפ, אדער אין ווארצעל ווי יענער שמויגער שרייבט, ביי יעדע דין תורה טענה'ט דער תובע אז דער נתבע האט עם באגאנבעט אדער בעוולט, ביי קיין שום דין תורה איז נאכנישט געווען אז דער תובע זאל זאגן פארן בית דין, וואס פאר א נאבלער פערשוין דער נתבע איז און אז ער האט קיינעם נישט בעוולט, און אז דער נתבע וועט חלילה נישט נעמען א זאך וואס איז נישט זיין, און אז איר האלט גאר אז דער נתבע איז פולקאם גערעכט, אזא טענה ומענה האט נאכנישט פאסירט, איר שרייט אז דוד האט אייך באגנבעט?, דאס הייסט אויף לשון הקודש א תביעה, און איינער מיט אזא טענה דארף שיקן א הזמנה לדין תורה, און אויב גייט מען מיט אזא טענה אין קארט איז מען א מרים יד בתורת משה, און א כופר בעיקר, והדברים פשוטים מאוד.
מיר האמער נישט קיין שום טענות אויף עקלשטיין נאר אז ער זאל זיך פאקן פעק מיט זיין חארינער אינאיינעם אין עוקר מן השורש זיין, ובערת הרע מקרבך |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 00:57 |
|
| |
שוטה וואס דו ביסט! דוד האט אויך געבעטן א קלעריפיקעשאן, און דער ריכטער האט קלעריפייט!, איר האט עפעס א עקסקלאסיוו אויף בעטן קלעריפיקעישאן? ביי דעם איז אויך שייך הא לן והא להו?, אז איר מעגט בעטן א קלעריפיקעישאן אויפן דאך מעג רבי דוד בעטן א קלעריפיקעישאן אויפן ניצן אלץ בית המדרש, אויפן סוער, עלעקטריק, און פראנט יארד! און איי האט דער ריכטער געגעבן א קלארע קלעריפיקעישאן, פארוואס ביי אייך צו צונעמען פון קהל דעם דאך און בעיסמענט הייסט חלילה נישט קיין תביעה נאר א קלעריפיקעישאן, און ווען רבי דוד בעט דעם גאנצן בנין מיט דעם חצר און דער ריכטער זאגט אז דעם בנין קען ער נישט באקומען, דעם חצר יא, און דעם בנין קען מען נאר ניצן פאר א רעזידענשל דירה הייסט דאס מסירה, אויב איז דיינע מסירות א קלעריפיקעישאן, איז רבי דוד'ס קאנטער תביעה אויך א קלעריפיקעישאן!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:07 |
|
| |
[quote] שוטה וואס דו ביסט!
העי קיפ קאאל
דוד האט אויך געבעטן א קלעריפיקעשאן, און דער ריכטער האט קלעריפייט!, איר האט עפעס א עקסקלאסיוו אויף בעטן קלעריפיקעישאן? ביי דעם איז אויך שייך הא לן והא להו?, אז איר מעגט בעטן א קלעריפיקעישאן אויפן דאך מעג רבי דוד בעטן א קלעריפיקעישאן אויפן ניצן אלץ בית המדרש, אויפן סוער, עלעקטריק, און פראנט יארד!
קלעריפיקעשן קען מען נאר בעטן אויף א פריערדיגע פסק
קאון איי האט דער ריכטער געגעבן א קלארע קלעריפיקעישאן, פארוואס ביי אייך צו צונעמען פון קהל דעם דאך און בעיסמענט הייסט חלילה נישט קיין תביעה נאר א קלעריפיקעישאן, און ווען רבי דוד בעט דעם גאנצן בנין מיט דעם חצר און דער ריכטער זאגט אז דעם בנין קען ער נישט באקומען, דעם חצר יא, און דעם בנין קען מען נאר ניצן פאר א רעזידענשל דירה הייסט דאס מסירה, אויב איז דיינע מסירות א קלעריפיקעישאן, איז רבי דוד'ס קאנטער תביעה אויך א קלעריפיקעישאן! [
אוודאי ביי עקשטיין איז אלעס מותר אזוי ווי און נ"ה,
אפילו לשיטתך אז בית יואל האט נישט געמעגט פארלאנגען א קלעריפיקעשן אויפן פריערדיגע פסק איז דאס נאכנישט קיין היתר אויף קיין שום קאנטער קלאגע, ווייל אויב יא קען בית יואל ניצן דעם היתר אין זאגן אז די א.ג. יעצטיגע קלאגע איז נאר א קאנטער קלאגע פון נ"ה, אוי כ'כהא פארגעסן ש'שטייט קלאר ארויס אין חו"מ אז א קאנטער קלאגע איז מותר נאר מיט די זעלבע דאקעט נומבער - טעיתי ביזט גערעכט
[/quote]
תוקן על ידי zibala ב- 24/06/2010 01:13:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:10 |
|
| |
זיי פראד מיט דיין דוד אזא אויסגעהאלטענע מענטש, איך מיין אז ווען דוד איז ווען די אלע יארן נישט און קהל, און קהל וואלט דאך געדארפט יעצט נעמען די ערלעכע אויסגעהאלטענע שריט וואס זיי נעמען טאקע יעצט, וואלט דוד ווען יעצט אריין געקומען און קהל פשוט זיין אויסגעהאלטנקייט איז עד להפלה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:15 |
|
| |
מ'מאכט זיך אליינס התירים, פון קלערעפייען, שמערעפייען, מ'איז זיך אליינס מחליט אז אין נזקקין, מ'מאכט זיך אליינס אפ א ס'א המשך פון א טויטער קעיס, און מ'לויפט בערכאות אריין אויף אייגן געמאכטע היתרים, איר האלט ערענסט אז דאס איז ע"פ תורה, מ'קען זיך נישט אליינס מתיר זיין אזאלכע דברים חמורים,
איר זעהט נישט וואסערע אויסגעשפראכענע היפאקריטן איר זענט, פון איין זייט געבן ענק זיך היתירים צו עפענען נייע קעיסעס ווייל ענק האבן מחליט געווען ביני לבין עצמך, אז ס'גייט זיין א המשך פון א אלטע קעיס, און עקשטיין מוז גאר מיט טאנצן דערמיט, אבער ווען עקשטיין קאנטער-קלאגט אינעם זעלבן קעיס וואס איר האט באשאפן דער קעיס וואס איר זענט די פלעינטיפס, דא קענטס שוין נישט פארשטיין דעם המשך פון עקשטייןס קלאגע צו ענקער קעיס, א מין מעשה? א באזונדערע קעיס פון ס"ד איז לשיטתכם א המשך צו א טויטער קעיס פון נ"ה, אבער א קאנטער קלעים פון ס"ד האט קיין שום שייכות צו אקוראט דעם זעלבן קעיס פון ס"ד, ווי איז ענקער קאמאן סענס?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:23 |
|
| |
ראדני איך ווינטש דיר נישט, אז די זאלסט קענען לערנען דודן ווייל איך קען מענטשן וואס האבען עם קענען געלערנט די ערשטע מאל ביי זיך אינדערהיים ווי ער איז אריין געקומען במחתרת און צי בראכען די גאנצע שטוב ל"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:24 |
|
| |
| zibala כתב: |  | | [quote] שוטה וואס דו ביסט!
העי קיפ קאאל
דוד האט אויך געבעטן א קלעריפיקעשאן, און דער ריכטער האט קלעריפייט!, איר האט עפעס א עקסקלאסיוו אויף בעטן קלעריפיקעישאן? ביי דעם איז אויך שייך הא לן והא להו?, אז איר מעגט בעטן א קלעריפיקעישאן אויפן דאך מעג רבי דוד בעטן א קלעריפיקעישאן אויפן ניצן אלץ בית המדרש, אויפן סוער, עלעקטריק, און פראנט יארד!
קלעריפיקעשן קען מען נאר בעטן אויף א פריערדיגע פסק
קאון איי האט דער ריכטער געגעבן א קלארע קלעריפיקעישאן, פארוואס ביי אייך צו צונעמען פון קהל דעם דאך און בעיסמענט הייסט חלילה נישט קיין תביעה נאר א קלעריפיקעישאן, און ווען רבי דוד בעט דעם גאנצן בנין מיט דעם חצר און דער ריכטער זאגט אז דעם בנין קען ער נישט באקומען, דעם חצר יא, און דעם בנין קען מען נאר ניצן פאר א רעזידענשל דירה הייסט דאס מסירה, אויב איז דיינע מסירות א קלעריפיקעישאן, איז רבי דוד'ס קאנטער תביעה אויך א קלעריפיקעישאן! [
אוודאי ביי עקשטיין איז אלעס מותר אזוי ווי און נ"ה,
אפילו לשיטתך אז בית יואל האט נישט געמעגט פארלאנגען א קלעריפיקעשן אויפן פריערדיגע פסק איז דאס נאכנישט קיין היתר אויף קיין שום קאנטער קלאגע, ווייל אויב יא קען בית יואל ניצן דעם היתר אין זאגן אז די א.ג. יעצטיגע קלאגע איז נאר א קאנטער קלאגע פון נ"ה, אוי כ'כהא פארגעסן ש'שטייט קלאר ארויס אין חו"מ אז א קאנטער קלאגע איז מותר נאר מיט די זעלבע דאקעט נומבער - טעיתי ביזט גערעכט
[/quote]
וואס האט דאס געדויערט אזוי לאנג, אויף דעם האב איך געווארט! ענדליך איז ער מודה...
תוקן על ידי zibala ב- 24/06/2010 01:13:07
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:29 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  | מ'מאכט זיך אליינס התירים, פון קלערעפייען, שמערעפייען, מ'איז זיך אליינס מחליט אז אין נזקקין, מ'מאכט זיך אליינס אפ א ס'א המשך פון א טויטער קעיס, און מ'לויפט בערכאות אריין אויף אייגן געמאכטע היתרים, איר האלט ערענסט אז דאס איז ע"פ תורה, מ'קען זיך נישט אליינס מתיר זיין אזאלכע דברים חמורים,
מיר זעמער נישט אליין'ס ח"ו נישט מחליט אזאנע דברים חמורים, קודם כל האבן מיר דעם היתר פון תשנ"ה אפילו אנצוהייבן א נייע קעיס, נאכדעם ווי ווערט געברענגט ערגעץ אין די פוסקים אז מען טאר נישט בעטן א קלעריפיקעשן, סך הכל שטייט אסור להתדיין, וואס איז טייטש קלאגען (אין נ"ה) קאנטער קלאגן, קאנטעפט קלאגן, ארעסטירן, אדרבה ברענג מיר די מקור פון די איסור צופרעגן א ריכטער איבער א "טויטע" קעיס,
איר זעהט נישט וואסערע אויסגעשפראכענע היפאקריטן איר זענט, פון איין זייט געבן ענק זיך היתירים צו עפענען נייע קעיסעס ווייל ענק האבן מחליט געווען ביני לבין עצמך,
ווידער ביטע ברענג מיר די חילוק פון א טויטע קעיס וואס דעמאלטס טאר מען נישט אין א לעבעדיגע קעיס וואס מען מעג יא, איז דאס א שטיקל אגל דבש אדע א זבח לאוב, אין נאכדעם טרעף אין שפיגל דעם היפאקריט
אז ס'גייט זיין א המשך פון א אלטע קעיס, און עקשטיין מוז גאר מיט טאנצן דערמיט, אבער ווען עקשטיין קאנטער-קלאגט אינעם זעלבן קעיס וואס איר האט באשאפן דער קעיס וואס איר זענט די פלעינטיפס, דא קענטס שוין נישט פארשטיין דעם המשך פון עקשטייןס קלאגע צו ענקער קעיס, א מין מעשה? א באזונדערע קעיס פון ס"ד איז לשיטתכם א המשך צו א טויטער קעיס פון נ"ה, אבער א קאנטער קלעים פון ס"ד האט קיין שום שייכות צו אקוראט דעם זעלבן קעיס פון ס"ד, ווי איז ענקער קאמאן סענס?
טייערער קלאץ א קאנטער קלעים איז נישט קיין דיפענס ז'איז א נייע קלאגע א נייע דיון א נייע מסכת ס'האט נישט קיין שום שייכות צו די לעבעדיגע ווייערס אדער די טויטע, קאמען סענס זאגט מיר אז אויף א טויטע קעיס וואס איז געווען לכל הדיעות שלא ברשות בי"ד מעג מען פארלאנגען פונעם שופט א קלעריפיקעשן, און קאמען סענס זאגט מיר אז דעס איז נאכנישט קיין אטאמאטישע היתר צו קאנטער קלאגן אינטערן שלייער פון דיפענדענט אדער דאקעט נומבער, |
|
 |
|
|
|
|
|