|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:48 |
|
| |
רעצט דאך נישט צום דבר, דו האסט טענות אויף עקשטיין פארן קאנטער-קלעימען אויף א קעיס איר האט איהם אריין געשלעפט, פארוואס ווייל די האסט מחליט געווען אז ס'א קלערעפיקעישן? וואספארא מין גערעדעכטס איז דאס, דיין קלערעפיקעשן באבע תירוצים איז איהם לגמרי נישט בינדענט, ממילא איז "אלעס" א נייער קעיס, סיי ענקער א"ג "קלעריפיקעשן" תביעה און סיי זיין קאנטער-קלעים,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 01:55 |
|
| |
נאכאמאל און נאכאמאל דוד עקשטיין האט פארלוירן זיינע זכותים אויפן הויז דורכן געריכט איז ער געקומען מיט א סוער און עלעקטער מעשה, איז בית יואל צוריקגעגאנגען צום שופט דערוועגן, אין נזקקין וואס א חילוק טויטע קעיס צו לעבעדיגע קעיס? 9 יאר שפעטער צו נישט? ער האט פארלוירן די זכותים פון א דין תורה אין נזקקין און פארטיג!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 17:17 |
|
| |
נאכאמאל און נאכאמאל! מיט איבער שרייען אין נזקקין זעסטו אויס ווי א שערי חמלה דראפ אאוט, "אין נזקקין" איז נישט א חובה, עס איז א זכות פארן נתבע, און אויב מיט אין נזקקין באקומסטו קייטעלעך אויף די הענט, מעגסטו גיין צו דין תורה, עטץ מאכטס עפעס אויסקיקן ווי אין נזקקין איז א איסור גמור נאך ערגער ווי גיין אין בג''ץ,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 17:30 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  | רעצט דאך נישט צום דבר, דו האסט טענות אויף עקשטיין פארן קאנטער-קלעימען אויף א קעיס איר האט איהם אריין געשלעפט, פארוואס ווייל די האסט מחליט געווען אז ס'א קלערעפיקעישן? וואספארא מין גערעדעכטס איז דאס, דיין קלערעפיקעשן באבע תירוצים איז איהם לגמרי נישט בינדענט, ממילא איז "אלעס" א נייער קעיס, סיי ענקער א"ג "קלעריפיקעשן" תביעה און סיי זיין קאנטער-קלעים, |
|
נישט ווייל איך האב מחליט געווען נאר דאס איז די פאקט, בית יאל האט קיין שום תביעות נישט געהאט צו עקלשטיין,
אבער די פוינט איז אפילו לשיטתך אז ס'איז נייע קעיס, אין מ'האט איהם "אריינגעשלעפט" איז דאס נאכנישט קיין היתר אויף קאנטער קלעמין, אז איינער גייט מיט דיר לערכעות מיינט דאס נאכנישט אז די האסט א בלענק טשעק איהם צו מסר'ן אויף קלאגעס וואס זענען אינגאנצן נישט דא געווען דער דיון,
אבער דאס איז לשיטתך וואס ס'איז געווען א קלאגע הגם איך ווייס נישט וועלעכע,
ס'איז אינטערעסאנט ווי די נתבעים וואס זענען שוין אזויפיל מאל באקרוויעט געווארן פון בית יואל קענען נישט אנצייגן אויף איין קלאגע אדער מסירה פון בית יואל
אבער פון זיי הזמן יכלו והם לא יכלו
נ"ה -
געקלאגט בית יואל אז זיי מוזן פארלאזן דאס הויז
געקלאגט די רעבעצין אויף טרעספעסינג
געקלאגט אויף פאלסיפייט סיגניטשור פון ר' לייבוש לעפקאוויטש
א.א.וו
דער תירוץ? אה! קיין שום בי"ד האט נישט געוואלט שיקן א הזמנה, כאכאכאכא
פארוואס לאך עך? ווייל קודם כל ס'איז שקר מוחלט סך הכל האט סאכדעס אנגענומן די קלאגע קעגן די ראשי קהילה וואס האבן עס איבערגעשריבן, און צווייטענס ווייל ער ניטאמאל פרובירט צוגיין צו מער בתי דינים, אין דריטנס דאס איז נאכאלץ נישט קיין היתר, ווי דער חכם חרינער זאגט פאר ר' יוסל וו"מ, "ננאכאמאל ששיק מיר אז הזמנה וועל איך גיין צו דין תורה" אפילו ער האט זיך געשוואורן אז קיין שום בי"ד האט נישט געוואלט געבן א הזמנה וועגן טעראר פון.. עם..עם.. יענקל בארעך מיסטאמע,
אבער בית יואל האט אוודאי נישט געהאט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן ווייל זיי דארפן שיקן אן הזמנה....
לאך א גוטס
ווייטער - אום תשס"ד בית יואל בעט דעם ריכטער קלארצושטעלן דעם פסק פון נ"ה, נישט פארלאנגט פונעם געריכט קיין שום פרישע דיון גארנישט זיפ זילטש זערא, אין שו"ע שטייט אסור להתדיין ס'איז נישט געווען דא קיין שום פרישע דיון פארלאנג, אין יא ס'געווען אויף א טויטע קעיס, און א נייע דאקעט נומבער, איז וואס? אזאנע קעלבער זענט עטס טאקע?
גיי מיר צוריק צו א פרישע רונדע פון קלאגעס פון די א.ג. יודן וואס גלייכן דין תורה, הערסט גוט, וויבאלד בית יואל האט געפענט א קעיס במילא איז געווארן מותר ואין נזקקין ווילאנג די קעיס לעבט, דהיינו ווי לאנג די ארונים האבן נאכנישט פארלוירן, אבער אזויווי זיי גייען פארלירן גייט עס ווערן א טויטע קעיס אין חס מלהזכיר צו פארלאנגען למשל אז דע שופט זאל עס אינפארסירן ווייל ס'איז טויט...
יעצט הערט זיך גוט צו, סטאפ דרייען א קאפ מיט די אלע טויטע דאקעטס שב ועל תעשה וגומר, זיי דיך מחזק מיט היכל רז"ב אין די לאנגע ליינס אין צאנז קארט און שוחטים וואס שלאפן אין זייערע בעטן, א.ד.ג. ווייל קיין שום נארמאלער בר דעת פארשטייט נישט פארוואס בית יואל מעג זיך נישט דיפענדען אויף קלאגעס שנקראו קאנטער קלאגעס, און קארט ארדערס און קרימינעל מלשינות ומסירות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 18:15 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | נאכאמאל און נאכאמאל! מיט איבער שרייען אין נזקקין זעסטו אויס ווי א שערי חמלה דראפ אאוט, "אין נזקקין" איז נישט א חובה, עס איז א זכות פארן נתבע, און אויב מיט אין נזקקין באקומסטו קייטעלעך אויף די הענט, מעגסטו גיין צו דין תורה, עטץ מאכטס עפעס אויסקיקן ווי אין נזקקין איז א איסור גמור נאך ערגער ווי גיין אין בג''ץ, |
|
נאכאמאל און נאכאמאל! מיט איבער שרייען דין תורה זעסטו אויס ווי א שערי חמלה דראפ אאוט, די ווארט "דין תורה" האט א פירוש המילות,
איך קען דיך פארשטיין אויף צוויי וועגען, אדער מיינסטו אז דין תורה טייטשט איך בין גרויס, אדער לייד איר פון א מחלה וואס הייסט OCD און איר זאגט פשוט איבער איין זאך אזויפיל מאל נישט אויפן פלאץ ל"ע, דאס איז נישט קיין שערי חמלה דראפ אאוט פארקערט און שערי חמלה ווארשיינדליך איז דא א רפואה פאר דעם, א חוץ אז די ווייסט אויך נישט וואס דראפ אאוט מיינט, אויב דאס איז דער פאל דארפט איר זיך גיין לערנען שפראך, אפשר וועלען זיך דאן אויסגראדן א טייל פון אינזערע מיספארשטענדענישן,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/06/2010 18:16:46
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 19:05 |
|
| |
נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, איר זענט אריין בערכאות תשס"ד, נישט עקשטיין.
כדי זיך צו ריינוואשן האבן ענק אפירגעקראצט א געשלאסענע נ"ה קעיס, און אליינס זיך מחליט געווען אז מ'גייט מאכן א שפיל כאילו ס'א המשך פון יענעם קעיס, און שפילן אין נזקקין, און אזוי זיך אליינס מתיר זיין דעם ס"ד ערכאות
אט דער שפיל, מוז נישט עקשטיין מיטשפילן, פארשטאנען?
עטס פארשטייטס רבותי, וואס דא איז פארגעגאנגען, די בית יואל קארפן קעפ האבן בשנת תשס"ד געהאט א פראבלעם מיטן סוער, האבן זיי מחליט געווען אז מ'גייט אין קארט, אבער וואס וועט זיין דער תירוץ פון ערכאות, זענען זיי אויפגעקומען מיט א לצנות המצאה, אז מ'גייט אפירקראצן דעם געשליכטעטע קעיס פון 95, און מאכן א אנשטעל כאילו ס'א המשך פון יענעם קעיס און "אין נזקקין", בום!! אויס ערכאות!! עקשטיין איז גאר שולדיג!! און זיי ערווארטן נאך אז עקשטיין זאל מיט טאנצן מיט דעם געים.
ר' איד ס'ארבעט נישט אזוי, מ'קען נישט מאכן קיין געימס מיט אזאלכע ענינים
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 19:17 |
|
| |
גולם, איך פארשטיי אז דין תורה איז ביי אייך א מחלה, און נאך וואס פאר א מחלה, א מכה אשר לא כתובה בתורה, אבער ענקער פראבלעם איז נישט דאס ווארט "דין תורה", נאר די ווערטער "אין נזקקין", איר האט עפעס אנגענומען אז דאס איז עפעס א געפערליכע מצוות לא תעשה וואס איז ביהרג ואל יעבור, עבודה זרה (בג''ץ) איז מותר, גילוי עריות (פסול'ע סידור קידושין) איז א חיוב, שפיכת דמים (שלאגן שטויסן) איז א מצוה מן המובחר, איין עבירה חמורה איז דא, "אין נזקקין" און אויף דעם וועט איר בשום פנים ואופן נישט עובר זיין, וויפיל די אהרונים וועלן אייך פראבירן איבערעדן דאס אוועק צוקיקן, וועט איר אייך האלטן שטייף, און נישט חלילה עובר זיין אויף די דאזיגע עבירה חמורה. וואס א רחמנות!!!, גלייב מיר ווען די בלייבסט ווען יא אין שערי חמלה און לויפסט נישט אוועק וואלט נאך פון דיר עפעס געווארן, און אפשר וואלסטו נאך אריין געגעבן א ספר תורה, אבער אזוי ווי דו האסט אנגענומען דעם פסק פון די היפאקריטן און ארויס געדראפט, קיק ווי דו זעסט אויס, עס איז א לאסט קעיס, נעבעך נעבעך!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 19:52 |
|
| |
גערעכטער, מוסר דרשות וועט מען הערן ביים פרק שיעור, דא זאלסטו ענטפערן וואס מ'פרעגט דיך,
פארוואס שיקט נישט דוד עקשטיין קיין הזמנה פאר הנהלת בני יואל איידער ער געט אריין מסירות אין קארט אז מ'פארקויפט אלקהאל אן לייסענס און מ'דאווענט צו גאט אן א סייט פלען,
פארוואס לייגט ער נישט פאר דע שטארקע טענות ביי א בי"ד כשר בישראל כדת של תורה???
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 19:56 |
|
| |
ראדני\גערעכטער איך מיז מודה זיין אז איר זענט גערעכט נישטא וואס מוסיף צוזיין
בקיצור בית יואל האט יעצט איינגעזעהן אז עטס זענטס גערעכט, זיי האבן באשלאסן אז זיי האבן נישט קיין שום תביעות אקעגן ענק נישט אין קארט אין נישט אין דין תורה, דערווייל איז דא צווי אפענע קעיסעס, איינס א קלאגע פון קאמטעמפט אף קארט אין אפפיעלס קארט, בית יואל גייט שיקן א הזמנה פון מענדל גאלד צו דזשאדש אוענס, אז ער זאל עס אראפ נעמען, אין די צווייטע קלאגע אז דאס הויז אפערעיט אן א ליגעל סייט פלען, בית יואל גייט סאבמיטן די נייע סייט פלען צו בית דין, און בית דין גייט דן זיין אויב ס'ווייעלעט די ווילידש זאנינג געזעץ, צו נישט.
והכל על מקומו יבוא בשלום, יעצט ווידעראום האב עך באקומען אויף די פאסט א גאנצע מגילה מיט פאקטען און תביעות אדער נתבעות פון קהל יטב לב, אז בית יואל איז שוין דרייסיג יאר אין א געגנבעטע הויז איך פארשטיי אז איר האט עפעס טענות, ביטע שיקט א הזמנה ס'איז ביליגער ווי צושיקן א מעילינג צו גאנץ קרית יאל, און בכלל דארפט איר פארהאלטן עקלשטיין פארן וועסטן קהל'ס געלט פאר "לפני ולפנים משורת הדין" צו פארלאנגען אז איינער זאל האבן תביעות אויף ענק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:03 |
|
| |
ראדני דאס איז פאר דיר, אויף די טענה אז בית יואל לויפט אין קארט און וויל נישט אינטער שרייבן ש"ב, נאכנישט באקומען קיין ענטפער.
| כלהנערים כתב: |  | דעס האט מען געזאגט פאר קהל ס"ד און יעצט נאכאמאל און אויך אינעם התראת בי"ד צום היינטיגן מסור, אז בית יואל איז מוכן ומזומן אינטערצושרייבן ש"ב אויף יעדע תביעה איבער די השתמשות הבימ"ד, אבער דוד עקשטיין וויל נאר אינטערשרייבן שטרי ברורין וואס נעמט אריין די בעלות אויפן הויז, דאס מיינט נישט אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה, ווייל בית יואל האט נישט יעצט קיין שום תביעה אויפן בעלות, און אויב וויל ער בשו"א נישט אינטערשרייבן אויף דע תביעה בדיני ישראל וועט מען פארלייגן דע תביעה בדיני דמלכותא ווי די הלכה איז. |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:05 |
|
| |
ווייל איר האט איהם אריינגעשלעפט אין געריכט, ער האט נישט געוואלט דארט זיין, איר שלעפט איהם דארט אריין מיט געוואלד, קענט איר נישט איינטיילן וואס יא צו דן זיין וואס נישט, פארשטאנען? ס'איז אייער מעשי ידי, דאס גאנצער פעקל איז אויף ענק,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:08 |
|
| |
ניין נישט פארשטאנען.
מ'האט אים אריינגעשלעפט אין געריכט איבער די סוער לעקטער וואסער נישט אויף די בעלות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:17 |
|
| |
אה!! הוא אשר דברתי!!
די רגע וואס דו ביסט דער וואס שלעפט אריין אין געריכט, דו ביסט דער בעה"ב פונעם קעיס, דו ביסט דער פלעינטיף, קענטסטו שוין נישט איינטיילן וואס יא דן זיין און וואס נישט,
הייבסטו שוין אן אביסעלע צו כאפן דעם עסק?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:29 |
|
| |
ראדני ברענגסט זייער גוט ארויס פשוט'ע אין שכל'יגע פאקטען ווי מער מ'טענהט מיט דיר קומט שטערקער ארויס דיין אמת'ע שיטה אלס ריכטיג אפי' פאר די וואס גלייבן אפענע שקרים זעהן אז מ'פיטערט זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:31 |
|
| |
מיין שכן האט מיר לעצטענס גערופן אין קארט ווייל איך נוץ זיין פארקינג לאט, ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך קען פארלאנגען דער זשאדש זאל אים מחייב זיין איבערצופעינטן מיין דיינינגרום ווייל פאר 5 יאר צוריק האבן זיינע קינדער אפגעשיילט די פעינט,
ווען איך שמועס ווען מיט דיר אביסל פריער וואלט איך געהאט יעצט א שיין איבערגעפעינטע דיינונג רום.
חבל.
|
|
|
|
|