בית פורומים אידישע געדאנק

הגר"י ראטה שליט"א: דוד עקשטיין = יוזל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2010 21:15 לינק ישיר 
הגר"י ראטה שליט"א: דוד עקשטיין = יוזל

ר' יחזקאל האט נישט געזאגט אקוראט די ווערטער, איך וועל נאכשרייבן ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט. געווען איז דאס פארגאנגענע וואך א א שיעור ברבים.

די אהרוינים דרייען זיך ארום ווי צושמיסענע חוזק'ס מיט זייערע מסירות לערכאות רעכט'ס און לינק'ס, נאכן אנערקענען אז מען קוקט זיי שטארק אראפ דערוועגן האבן זיי אנגעהויבן א נייע ניגון "מיר ווילן זיי צווינגען צו קומען צו דין תורה"... איי האסט בכלל נישט געשיקט קיין הזמנה?!

איינע פון די משתתפי השיעור האבן גענומען די דרייסטקייט און געפרעגט דעם רב אויב מען מעג גיין צו ערכאות בשעת מען איז זיכער אז מען וויל זיך נישט ח"ו דן זיין בערכאות נאר פאר די מטרה פון צווינגען יענעם צו קומען צו דין תורה.

דער רב האט גענטפערט בקיצור בזה"ל "זיכער אז נישט, דער רמ"א שרייבן אין חו"מ אויף אזא איינעם ראוי למתחו על העמוד"

איך האב זיך מטריח געווען און נאכגעקוקט דעם לשון הרמ"א אינעווייניג, די רמ"א געפינט זיך אין חושן משפט סימן כ"ו סעיף א' וז"ל 
אפילו אינו דן לפני עובדי כוכבים, רק שכופהו על ידי עובדי כוכבים שיעמוד עמו לדין ישראל, ראוי למתחו על העמוד
עכ"ל

ווייסט איר וועמען מען האט מותח געווען על העמוד? יא איר האט צוגעטראפן "יוזל" ימ"ש



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 23:00 לינק ישיר 

האסט אפשר א בעסערע וועג וויזוי צו ברענגן די קרעציגע צו דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2010 06:57 לינק ישיר 

ווען די זאגסט קרעציגע מיינסטע די בני יואל?? (אין "מיין קאמף" רופט ער אן גאנץ כלל ישראל אזוי, ביטע קלעריפייען)  איך האב זייער א פשוטער וועג

שיק זיי א הזמנה - סימפעל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2010 22:44 לינק ישיר 

zibala כתב:
אין "מיין קאמף" רופט ער אן גאנץ כלל ישראל אזוי, ביטע קלעריפייען



זיער גוט געזאגט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגר"י ראטה שליט"א: דוד עקשטיין = יוזל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext