איך האלט דער מצב וועט נישט ערגער ווערן פאר די דעמאקראטן, מען קען זעהן אז עטליכע זיצן וועלכע האט שוין אויסגעקוקט אז די רעפובליקאנער וועלן דאס האבן, זענען עפעס ווי ארויסגעפאלן פון זייער הענט, אדער עכ"פ איז דער אויבערהאנט שוואכער געווארן.
למשל דער זיץ פון מאיריטעט פירער הערי ריעד אין נאוואדע, האט היינט ארויסגעקומען א רעסמוסען אנקעטע וואס ווייזט אז די רעפ. קאנדידאטקע שאראן ענגל האט פארלוירן פיר פוינטס פון איר אויבערהאנט איבער די לעצטע צוויי וואכן, שטייענדיג מיט בלויז 7 פראצענט העכער ריעד.
ווידעראום אין נארט קאראליינע, האט דער רעפ. אינקאמבמענט סענעטאר ריטשארד באר פארלוירן אזויפיל 13 פונקטן פון זיין אויבערהאנט אין די לעצטע דריי וואכן, שטייענדיג מיט בלויז איין פראצענט העכער די דמאקראטישע קאנדידאטקע עלעין מארשאל, נאך איר פריימערי געווינס די וואך.
דאס איז אויסערדעם וואס די רעפ. האבן א שטארקן שאנס צו פארלירן די אפענע אהייא און מיזורי זיצן. אפגערעדט פון פלארידע ווי עס קוקט אויס אז דער אינדיפענדעט געווארענער געווערנאר טשארלי קריסט וועט געווינען דעם בענקל.
אבער פון די אנדערע זייט קוקט יא אויס אז זיי וועלן געווינען דעם דרום דעקאטא אפענער זיץ, צוזאמען מיט די דעליוועיר, ארקענסאו און אינדיאנא זיצן, און מעגליך נאך געציילטע בענקלעך וואס איז שווער פארצוזעהן צוליבן אנגייענדן פריימערי. אבער דאס איז נאך ווייט נישט גענוג איבערצונעמען קאנגרעס' אויבערשטע הויז.
 |
|
|