היינט אינדערפרי איז די רעבעצין לרפו"ש אריינגעברענגט געווארן אין שפיטאל דורכצוגיין א געוויסע פראסידזשער, און געזאלט אהיימקומען אין די אווענט שטונדן. נאכמיטאג האט די בלוט דרוק גענומען פאלן, און פאר אפאר שעה צוריק האט מען איר אריינגעפירט אין די איי.סי.יו.
רבינו שליט"א ואחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א זענען גלייך אריבערגעפארן אין שפיטאל, זיך צו געפונען נאנט צו די מאמע'ס בעט.
פריער האט זיך דער באקאנטער בן מכבד אם, דער סבלן וועלכע האט די מאמע נישט געקוקט אין פנים זינט די הסתלקות פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, אויך באוויזן אין שפיטאל מיט א ענגע קבוצה פון זיינע שוויצער'ס.
כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה, דער מצב איז זייער קריטיש.
נשלח ב-24/6/2010 08:17
די דאקטער איז יעצט אריינגעקימען מיט די גיטע בשורה אז די מצב גיי ב"ה צו א פארבעסערונג, די בלוט דריק האט זיך אביסל געהויבען
נשלח ב-24/6/2010 09:06
יעצט קומט די ידיעה אז דער מצב האט זיך ב"ה שטארק פארבעסערט. כלל ישראל ווערט ווייטער געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתה השלימה.
דער חכם מכל אדם, דער ניק היראים/רעביאנקל און נאך, האט ציטירט אונזער באריכט בנוגע דעם געזונט צושטאנד פון די רעבעצין לרפו"ש און מתיבתא פארום. אבער מ'דארף דאך אבאכט געבן אז א אהרוני זאל ח"ו נישט זעהן די פאר ציפעדיגע אמת'ע ווערטער, נעמליך אז ר' אהרן האט זיך נישט באוויזן דעם פנים צו די מאמע די לעצטע פאר יאר, נעמט מען דאס ארויס און יעצט ווערט עס אויס פאקט. נעבעך!
דא האט איר דעם שטיקל:
אויך האט זיך דער באקאנטער בן מכבד אם, דער בועט וועלכע האט די מאמע נאך געטרונקען די בלוט נאר פין פאר די הסתלקות פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, אויך באוויזן אין שפיטאל מיט א ענגע קבוצה פון זיינע שוויצער'ס.
נשלח ב-24/6/2010 23:20
בקשו רחמים!
נשלח ב-24/6/2010 23:34
אין די מינוטן האט זיך די מצב ביי די רעבעצין פעסיל לאה בת חי' שטארק פארערגערט, די בלוט דרוק איז דראסטיש געפאלן. אידן ווערן געבעטן איינצורייסן רחמי שמים לרפואתה.
אצינד 10:30 אויפדערנאכט געפונען זיך אלע בני רבינו בעל ברך משה זי"ע אין שפיטאל, רבינו שליט"א האט נארוואס פארענדיגט מעריב.
די מצב ביי די רעבעצין איז קריטיש, די בלוט דרוק איז נידריג אבער סטאבעלזירט ב"ה. כלל ישראל ווערט געבעט ווייטער מפציר בתפילה צו זיין לרפואתה הרבנית פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש בקרוב.
נשלח ב-25/6/2010 07:19
רבינו שליט"א ואחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א בלייבן אין שפיטאל פאר די נאכט מיט מנין.
יעצט געמערקט אז ארגינעלער שעלט און ווילדעוועט פארן נישט אריינלאזן די נכדי רבינו זצ"ל אין שפיטאל צו די רעבעצין לרפו"ש.
קודם כל דארף מען קיינעם נישט זאגן אז דאס איז א פאלנער שקר וואס איינס פון די צענדליגער משוגעים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט מיטגעברענגט מיט זיך אין שפיטאל היינטיגן אווענט האט פאבריצירט.
אבער נניח אז מ'לאזט זיי נישט אריין, איז דאס מיטן פולן רעכט. אז די א.ג. געטרייע אייניקלעך האבן אונטערגעשריבן א קלאגע קעגן זייער אייגענעם זיידן רבינו בעל ברך משה זי"ע, טאר מען זיי צו די באבע נישט אריינלאזן! ביליגע אינגן וואס זיי זענען.
ארגינעלער, כאפ דיך אריבער אין שפיטאל און ברענג א פונקטליכע ליסטע פון די 'געטרייע' נכדי רבינו וואס זענען דארט געבליבן אין אזא קריטישע נאכט. אפילו דיין סבלן ר' אהרן איז שוין לאנג אין זיין אייגענעם געלעגער אין קרית יואל.
נשלח ב-25/6/2010 19:03
נאא, עטס האט שוין פארגעסן די פורים תורה די געוואלדיגע נחיצות פון שלאפן אין די אייגענעם בעט
נשלח ב-25/6/2010 19:51
אפדעיט: די מצב ביי די רעבעצין לרפו"ש איז סטאביל, די בלוט דרוק איז נידריג אבער צופרינדשטעלענד. השתדלו והרבו תחינה לרפואתה השלימה.
לויטן היצטיגן פלאן וועט רבינו שליט"א און דער זענטער רב און די אייניקלעך בלייבן אין שפיטאל איבער שבת.
תוקן על ידי באלאנד ב- 25/06/2010 20:02:08
נשלח ב-25/6/2010 20:23
דאס ליצנות איז ריזיג (עס טוט וויי צו לאכן ווען די מצב איז קריטיש, אזא מצב רופט מען אין אידיש "א ביטערע געלעכטער"... ליידער). אין די צייט וואס די געטרייע קינדער זיצן שבת "אין שפיטאל" ווייל די מצב איז קריטיש און מקען נישט וויסן וואס די קומענדיגע מינוט קען ברענגען. הענגען די אהרוינים אויס גאנץ וו"ב מיט צעטלעך "צדיק בא לעיר" אויף שבת וועגן די מצב פון די רבצי'ן...
ער גייט פראווען שבת אין וו"ב במקום זיצן אין שפיטאל... פאר דעם געלט קענסטו בלייבן אין קרית יואל
נשלח ב-25/6/2010 21:24
נאך איז אנטערעסאנט ווי די ארונים שעלטן אין זייערע מעסיזשעס אז דער רעביצין איז אינעם -כלשונם- עקעלדיגע בית ישראל האספיטאל צוליב ר שלום יוסף דייטש...