סיום מסכת יומא והתחלת מסכת סוטה נעכטען אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל - אין קרית ויואל משה מאנטיסעלא נ.י.
מיט א שמחה של מצוה איז נעכטען נאכמיטאג פארגעקומען דער געהויבענער מעמד סיום מסכת יומא און התחלת מסכת סוטה וואס ווערט געלערנט דורך אלפי אנ"ש אין די ראמען פון "חבורת יסודי התורה" וועלכער איז נתייסד געווארען דורך מרן רבינו שליט"א.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן גאהר פונקליך ווען אלס יו"ר האט געדינט הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל רוחני פון כיתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק, דערנאך האט אויפגעטערעטן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו. אין ב"פ מיט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אלעזר מרישא זצ"ל נכד פון דעם הייליגען רבי אלימלך זי"ע, וואס דער סעודת הסיום איז נתנדב געווארן לעילו נשמתו לרגל די יומא דהילולא זי"ע.
נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א האט מסיים געווען די מסכת און געזאגט דעם הדרן, האט אויפגעטרעטען דער נואם הכבוד הרה"ג רבי משה גרין שליט"א ראש ישיבה ד'מאנסי, איבער דאס חשיבות פון לימוד התורה דרבים.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען די דברות קודש ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון לימוד התורה און אז יעדער איינער זאל זיך אנשליסן אין די חבורה.
דער רבי שליט"א האט ערווענט די געוואלדיגע סגולה פון לימוד מס' סוטה וואס וועט העלפן אויף די היינטיגע נסיונות היצר.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקרי'.
מיט פולע הויפענעס חיזוק איבער דאס חשיבות פון לימוד התורה ברבים איז דער עולם זיך צוגאנגען מחיל אל חיל ווייטער ממשיך זיין פון איין מסכת צו צווייטען.
-שישו ושמחו בשמחת התורה-
♦♦♦
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאוועט שחרית אין ישיבה גדולה - שיעור ג' ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר ליפא גרויס הי"ו פון וויליאמסבורג.
היינט נאכט וועט זיין די לעצטע געלגענהייט פאר זמן כניסה ביי מרן רבינו שליט"א בעפאהר דער רבי שליט"א גייט אי"ה אויף אפרוה.
זמן כניסה היינט נאכט איז פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
♦♦♦
סיום מס' יומא געפראוועט געווארען אין אלע צענטערן
מאנטריאל
אין מאנטריאל איז דער סיום פאהרגעקומען אין קרית ברך משה זוממער קרי' ווי עס איז זיך צוזאמענגעקומען א שיינער צאהל אנשי שלומינו לומדי וחברי חבורת יסודי התורה צו א רייך צוגעגרייטע סעודה לכבודה של תורה.
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער הי"ו מנהל התאחדות אברכים וועלעכער האט מיט א ווארימע דרשה אנגעווארעמט די לבבות אנ"ש ווייטער אנצוהאלטן און גיין מחיל אל חיל אין די ראמען פון די הייליגע חבורה.
דער סים און אמירת ההדרן האט געמאכט הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מנהל במתיבתא הק' וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פאהרן צו דינען אלס נואם הכבוד ביי דער מסיבה.
♦♦♦
מאנטשעסטער
אין שטאט מאנטשעסטער איז פאהרגעקומען נעכטן דער סיום אין היכל בית מדרשינו ווי עס איז סערווירט געווארען א שיינער סעודה מיט די השתתפות פון פולע אנשי שלומינו פון די שטאט.
הגה"צ אבד"ק קהלתינו שליט"א האט מסיים געווען און געזאגט דעם הדרן, און האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המאורע.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יצחק אדלער שליט"א מגי"ש בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו אין מאנטשעסטער.
♦♦♦
ירושלים עיה"ק
נעכטען איז פארגעקומען דער סיום מסכת יומא און בית מדרשינו און ירושלים עיה"ק אינאיינעם מיט'ן מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לע"נ פון הרה"ח ר' בנציון דאווידאוויטש ז"ל וואס ווערט געשריבן דורך קהלתינו הק'.
אום 9:00 אזייגער האט זיך אנגהויבען די סעודה של מצוה אלס יו"ר האט געדינט הר"ר מנחם מענדל פאלאטשעק הי"ו מגי"ש בבית מדרשינו, דערנאך האט אויפגעטרעטען מיט דברי פתיחה הרה"ג ר' דוב בער קליין שליט"א מרבני הכולל, מיט'ן סיום מסכת איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה צבי סופר הי"ו פטרון מס' סוטה אין ירושלים לע"נ זיין טאטע הרה"ח ר' שמואל בנימין ב"ר מרדכי אפרים פישל ז"ל.
דערנאך האט אויפגעטרעטען אלס נואם הכבוד כ"ק האדמו"ר מדעעש בני ברק שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די שבח פונע'ם חבורה וואס איז נתייסד געווארן דורך מרן רבינו שליט"א דער ממשיך פונע'ם גאלדענעם שלשלת פון בית סיגוט-סאטמאר, און אויך האט דער נואם הכבוד שליט"א ארומגערעדט אז עז איז בלי שום ספק אז דער גאנצער מערכה וואס שפיעלט זיך אפ אצינד אין ארה"ק איז נאר בכוחו של אותו זקן מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
דערנאך האט הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א אנגעהויבן מיט'ן כתיבת ספר תורה. און האט אויפגעטראטען מיט קורצע דברי ברכה.
דערנאך האט אויפגעטרעטען הרה"צ ר' משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א אב"ד סעקלהיד ב"ב א ברודער פון הרה"ח ר' בנציון ז"ל מיט דברי הערכה אויף זיין ברודער.
אום 11:00 אזייגער האט הגה"צ דער דיין שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' משה צבי סופר הי"ו מיט ברכת המזון.
עס ווערט איבער געגעבן פונעם וועד לכתיבת ספר תורה אז ווער ס'וויל זיך משתתף זיין מיטן זכות פון דעם ספר תורה קען רופן מוה"ר דוב בער דאווידאוויטש הי"ו אויף 057-312-1060.
♦♦♦
בני ברק
אין בני ברק איז נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן די שיינע מעמד "סיום מסכת יומא" אין היכל ביהמ"ד ויואל משה דחסידי סאטמאר בני ברק יצ"ו, עס האט געהערשט אַ יו"ט'דיגן שטימונג לכבוד די סיום המסכתא וועלכע איז געלערנט געווארן דורך נאנט צו דריי הונדערט בני הקהילה בליעה"ר אין די ראמען פון די וועלט'ס בארימטע חבורת "יסודי התורה".
איינגעלייטעט די מעמד הסיום האט דער חשוב'ער טשערמאן הר"ר חיים דוב בלוישטיין הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די שמחת הקהילה היינטיגן טאג מיט'ן מסיים זיין נאך אַ מסכתא וועלכע איז געלערנט געווארן מיט גרויס התמדה און חשקות התורה דורך די הונדערטער לומדי השיעורים.
ווי אויך האט דער געניטער יו"ר מזכיר געווען לשבח די הויפט בעלי שמחה די חשוב'ע מגידי שיעור כאו"א בשמו הטוב יבורך וועלכע לערנען פאר די שיעורים, איבערהויפט האט ער אויסגעלויבט בשם כל הקהל הקודש דעם מייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, און אזוי אויך זיין ציר נאמן הגה"צ דער ראש הישיבה שליט"א וועלכער באגלייט די גאנצע סדר הלימודים און ער שטייט בראש פון די חשוב'ע אוממידליכע עסקני החבורה שליט"א.
מיט'ן סיום ואמירת ההדרן איז נתכבד געווארן דער עלטסטער פון צווישן די מגידי שיעור פון יסודי התורה הרבני הנכבד הרב בנימין זאב ווייס שליט"א.
עס איז געווען אַ ערהארבן בילד מלא התרגשות צוזעהן ווי הונדערטער אידן אנגעהויבן פון אינגעלייט אונטער די צוואנציג יאהר און אזוי ווייטער ביז די בעה"ב וזקנים אינעם טיפן עלטער פון אכציג יאהר און ארויף לאויט"א, אלע אינאיינעם בשבת אחים גם יחד זענען בעלי שמחה אינעם סיום המסכתא און זאגן צוזאמען מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש די תפילת והערב וואס מ'זאגט בסיום מסכת.
דאן האט דער טשערמאן אויפגערופן איינער פון די חשוב'ע מגידי שיעור הרב שמעון יואל בראך הי"ו זוהן פון הרבני הנגיד מוה"ר שלמה יודא בראך הי"ו דער נדבן פון די סעודה של מצוה לגומרה של תורה.
דערנאך האט זיך די ציבור צוגעהערט מיט אַ שטילקייט צו די שיינע דרשה פונעם נואם הכבוד כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א א נאנטער ידיד פון די קהילה זייענדיג א מתפלל אין ביהמ"ד, ער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט דברי חיזוק והתעוררות איבער די גרויסקייט פון קביעות עתים לתורה.
ביים ענדע פון זיינע ווערטער האט דער סטריקוב'ער רבי שליט"א מרבה געווען בשבח פון די חבורת יסודי התורה וועלכע קלינגט אפ מיט איהר געוואלדיגע הצלחה אין די גאנצע עולם התורה והחסידות, ומייסדה בראשה כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלכער האט געגרידעט די הייליגע חבורה.
דערנאך האט אויפגעטרויטן דער ראש ישיבה שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט אז די סיום מסכת איז פאסיג ביים אריינטרעטן אין די ימי בין המצרים, ווי אויך האט ער באגריסט דעם נדבן הסעודה הרבני הנגיד ר' שלמה יודא בראך הי"ו, און אזוי אויך האט ער באגריסט הרבני הנגיד ר' זלמן לייב וואלדמאן הי"ו א לאנג-יעריגער תומך נלהב פאר די סאטמארער קהילה אין ב"ב מיט זיין זוהן ר' יוסף זאב הי"ו א קביעות'דיגער שטיצער פון די חבורת יסודי התורה אין ב"ב.
ביים ענדע האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען מ'זאל ווייטער מתפלל זיין פאר די רפואה פון די באבע הרבנית הצדיקת תליט"א.
נאך די דרשה האט זיך די ציבור ארויסגעלאזט אין א ריקוד של מצוה בשמחת התורה, מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן דער ראש ישיבה שליט"א, נאכ'ן בענטשן האט זיך די עולם צושפרייט מיט אַ געהויבענעם גייסט און התרוממות הנפש זייענדיג פעסט אנטשלאסן אנצוגיין ווייטער מיטן לימוד הש"ס ביתר שאת וביתר עוז.
♦♦♦
יומ"א טבא לרבנן
♦♦♦
מעמד סיום מס' יומא והתחלת מס' סוטה בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל בקרית ויואל משה
בילדער דורך:
SOS IMAGES
הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - יו"ר

הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו.


דער רבי שליט"א ביים הדרן

הרה"ח ר' שמואל אברעלאנדער הי"ו סגן ראה"ק ביי קדיש

מרן רבינו שליט"א באגריסט ידי"נ הרה"ג דומ"ץ פאפא ב"פ שליט"א

ביי לחיים


דרשת הרה"ג רבי משה גרין שליט"א ר"י ד'מאנסי - נואם הכבוד

ביי די דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א





הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקרי' ביי ברכת המזון

♦♦♦
קרית ברך משה - מאנטריאל
הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו

א חלק פונעם ציבור


הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מנהל במתיבתא הק' - נואם הכבוד

♦♦♦
בני ברק
הרב חיים דוב בלוישטיין הי"ו - יו"ר

הר"ר בנימין זאב ווייס הי"ו מגי"ש בחבורת יסודי התורה ביים מסיים זיין

הרב שמעון יואל בראך הי"ו זוהן פון הרבני הנגיד ר' שלמה יודא בראך הי"ו וועלכער האט מנדב געווען די רייכע סעודה של מצוה

כ"ק אדמו"ר מ'סטריקוב שליט"א - נואם הכבוד

הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א

דער ראש ישיבה שליט"א ביי ברכת המזון

הרבני הנגיד ר' יקותיאל יודא וואלדמאן הי"ו און זיין זוהן הנגיד ר' יוסף
וואלדמאן הי"ו נעמען א ברכה פון כ"ק האדמור מ'סטריקוב שליט"א

א חלק פון הערליכן ציבור ביים מעמד
