|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:29 |
|
| |
ער איז א פאברעכער ווייסט פארוואס אז די ארוני קהל שרייב אויף זייערע צעטליך אז לויטן פסק פינעם דיין איז עס נישט קיין קדושין אין דער שווייגט איז ער איינס מיט די רוצחים אים מדארף עם אויפ'ן פלאץ שטעלן איינמאל פאר אלעמאל נאר סדארף זיין נארמאל נישט מיט קיין מיסע ווערטער אין אזוי ווייטער ווי אזוי דע פין וועם מיר טיילען זיך אפ טיען כסדר
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:38 |
|
| |
בעט איך דיר, אויב מעגליך, ביטע, די שרייב פאקטן, און איך וועל זיין מיין אייגענע פוסק, פארצייל מיר נישט אז ער איז בראש און ער פירט אן אלעס, וואס דאס מיינט ביי מיר (שווארטץ אויף ווייס) אהרן דוד טייטלשטיין, וואס לדעתי, איז מיט די אלע טענות, דאס נאך אלס נישט די זעלבע,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:49 |
|
| |
זיי ניצען זיין נאמען ווי לאנג ער קימט נישט ארויס איז עס ער מדשתקי שמע מינה דניחה ליה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:54 |
|
| |
כבר היה לעולמים 
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 00:50 |
|
| |
ב"ה אינזער חבר פארמעגליך האט אינז אינזינען געהאט אין ארויף געלייגט פרישע סחורה
מיר אלע זאגן הויך א גרויסער יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 01:09 |
|
| |
זשאסט פאר די רעקארד: עס איז נישט פארמעגליך עס איז א צווייטער וואס באנוצט זיך מיט זיין נאמען ווי מען קען זעהן אויף די אופן פון די שרייבעריי ווי אויך שרייבט ער למשל "ווי פארמעגליך האט עס שוין גיט ארויסגעברענגט..." און נאך וואס זעהט זיך אן קלאר אז דאס איז א צווייטער
אויך א פיינע שרייבער אבער קומט נישט צו בכלל צו אונזער פארמעגליך
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 01:56 |
|
| |
הגם ס'קומט קרעדיט פאר פארמעגליך צוליב זיין שרייבערישן טאלאנט, צו דער זעלבער צייט וויל איך אויסדרוקן מיין שארפסטע
מחאה אדירה
א קעגן די בזיון ת"ח אויף הרה"ג רבי געציל שליט"א, איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין קיין פלפולים, אבער דאס איז קיינמאל נישט געווען אונזער וועג, און בזיון ת"ח איז קיינמאל נישט ערלויבט!
איך בין מוחה בכל תוקף!!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 05:56 |
|
| |
ר' געציל איז ליידער היינט צוטאגס די ראש הטעראריסטן ווען איינער פרעגט אים פארוואס ער טוט נישט עפעס אפצושטעלן די רדיפות אויף אינגע קאפל'ס וועסטו הערן מיט וואס פאר א ביליגקייט און קאלטע ליצנות ער ענטפערט
א אינגערמאן אין קרית יואל וואס זיינ'ס א משפחה מיטגליד האט אדער וועט חתונה מאכן אין די נייע זאל (איך וויל נישט שרייבן פונקטליך מחמת גילוי) האט אנגערופן ר' געציל און אים געזאגט וואס פאר א רדיפות די אינגע קאפל'ס גייען אריבער, מען שרייט זיי נאך אין די גאסן, מען ווארפט פאשקווילן קעגן זיי און נאך, ר' געציל האט מיט א געמאכטע משונה'דיגע ערנסקייט געענטפערט "אזוי??????" איך האב גארנישט געוויסט!? טאקע מען רודפ'ט אינגעלייט? "איך גיי שוין זעהן וואס איך קען טוהן דערוועגן"
ער האט נעבעך געמיינט אז ר' געציל מיינט עס ערנסט האט ער אנגעדרייט א צווייטע אינגערמאן זאל אויך אנקאלן כדי צו מאכן א מצב, מענטשן זאלן קאלן כדי ער זאל טאקע עפעס טוהן דערוועגן, בקיצור דער אנדערע אינגערמאן האט גערופן ווייניגער ווי פינף מינוט שפעטער, און האט אויך אראפגעלייגט די מעשה מיט דרך ארץ אז מען רודפ'ט געפערליך די פרישע אינגעלייט, מען שרייט אויס זייערע נעמען אויף א האטליין, מען שלעפט אראפ די שטריימל.... און אלעס אויפ'ן אינציאטיוו פונעם דיין...
דער אינגערמאן איז נבהל ונשתומם געווארן ווען מיט די זעלבע ליצנות האט דער ר' געצל געפרעגט "אזוי??? איך האב גארנישט געהערט????!!!!!! טאקע אזוי ווי די זאגסט? מען רודפ'ט אינגעלייט? "איך גיי שוין זעהן וואס איך קען טוהן דערוועגן"
ער איז נישט מער ווי א געזונטע לץ וואס שטופט ערליך די וואגן פון רשעות
תוקן על ידי נערמאלער ב- 23/07/2010 06:02:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 06:01 |
|
| |
ווי הגה"צ מטשאטה שליט"א האט געזאגט ביי די דרשה אין חרדים "מענטשן זאגן מען זאל אפשוינען דעם דיין.... ער האט נישט אפגעשוינט דעם כבוד התורה פון שארמאשער רב שליט"א.... ער רופט אים אהן מיט א ביליגע ליצנות "ער מאכט זיך א בית מדרש'ל און ער איז שוין א רב"... רח"ל אים איז נישט בייגעפאלן אפצושוינען די כבוד התורה פון כ"ק הגה"צ משארמאש שליט"א, האט מען נישט קיין אנדערע ברירה נאר מוחה צו זיין אויף כבוד התורה אקעגן ר' געצל
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 16:10 |
|
| |
טייערער פארמעגליך, אר דארפט א ביסל מער מסביר זיין פארוואס איז טאקע נישט קיין פראבלעם אז יעדער זאל מסדר קידושין זיין. דער הייליגער מנחת אלעזר האט זיך דאך נישט געשלאגן פאר גארנישט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 14:43 |
|
| |
מחאה נמרצת
איך בין מוחה בכל תוקף אויף די דברי זלזול אנטקעגן א גדול בישראל די מחאה איז אנטקעגן די זלזול אין הרה"ג ר' געציל . איך האב זייער הנאה פון די באשרייבונגען פון פארמעגליך און פון בודאפעסט אבער יעדע זאך האט א שיעור, דו מוזט נישט אלטן פון אים אבער מ'טאר אזוי נישט רעדן, הזהרו בגחלתן...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 17:24 |
|
| |
איך האב אנאנדערן הערה אויף דעם מונקאטשן אנאליז, ער קומט מיט א מעשה פון מונקאטש, איך קום מיט א געשריבענע תשובה פון רבי'ן ז"ל ווי ער פסקנט קלאר "אז דער פארפאלק זאל נישט וואוינען אין איינעם ביז זיי מאכן נישט איבער די קידושין"
פרעג איך דיר: וואס איז מער מכריע, א מעשה שלא כתוב פון מונקאטש, אדער א תורה שלימה פון סאטמארע רבי?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 01:02 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 01:46 |
|
| |
פארמעגליך קודם כל שלום עליכם איצטער וויל איך פרעגן ווי קען מען אריינשיקן קאפיס פון אלטע פאשקעווילן?
|
|
|
|
|