חעצט ווען די הצלה האט זיך אדווערטייזט אז זיי גייען מאכן א פארטי פאר די נשים אין ק"י לאמיר געדענקן די נאבעלע זאכן פין די לעטע יאר וואס די הצלה האט געטיען פאר תושבי ק"י
1) האלטן א נפטר אין אנבלאנס פאר שעה'ן נאר מצער צי זיין א משפחה בשעה צער
2) נישט וועלן קימען צי א אינגערמאן וואס איז געווארן געשלאגן אין בשפריצט מיט שעדליכע זאכן וואס מהאט עם טאקע אריים געפירט שפעטער מיט די נישט אידישע הצלה פין פאליס סטעשן
3) מחלל שבת געווען אין ארויס געהאלפן אפאר קלים צי קענען טעשעפענען גוי אין שבת די הצלה איז געפארן אין זיך אפגעשטעלט ווארטן ביז דער גוי וויטריאל האט געזעגט אז מקען שוין ארויס לאזן דעם אינגערמאן די געים איז גענדיגט
עס זאל נישט אויספעלן, אבער דערווייל ווילאנג אונז נוצן די הצלה על כל צרה שלא תבא, איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן מיט געלט און אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, אויב פאלט איינער צוזאם רופט מען די הצלה, אז איינער האט עפעס אן אנדערע פראבלעים רופט ער די הצלה ח"ו, ממילא איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן, ווייל הצלה דארף צוקומען צו די שטיצע פון אחינו בני ישראל אזוי ווי אין אנדערע פלעצער.
די הצלה ארגאנאזאציע אויב זיי ווילן בלייבן מיט אונזער פולע שטיצע דארף ארויסווייזן עפעס דראסטישע שריט אז זיי לאזן זיך ארויס פון די פאליטיק און זיי פירן דאס ווי א נייטראלע ארגאנאזאציע.
וואס אינז קענען טוהן איז איינס פון די צוויי, אדער מאכן א אייגענע הצלה, וואס חוץ פון דעם וואס דאס איז א שווערע זאך צו מאכן, איז דאס א גרויסע שאלה צו דאס וועט נישט קאסטן קיין נפשות ח"ו, (נאר אויב הצלה שפילט פאליטיק מיט נפשות לוינט זיך שוין צו מאכן אן אייגענע)
די צווייטע זאך וואס מען קען טוהן, איז צו צווינגען די הצלה אראגאנעזעישן צו שטעלן א באורד וואס זאל ארייננעמען מענטשן פון אלע דריי קהילות און די מעמבער'ס זאלן אויך זיין באלאנסירט אלס חצי חצי (היינט איז רובא דרובא ארוינים)
דאס וועט זיין די בעסטע זאך פאר גאנץ קרית יואל, הצלה וועט דאן זיין א נייטראלע ארגאנאזאציע אזוי ווי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, עס וועט האבן פארשטייער פון אונזער קהילה אויך צום פרייד פון יעדן איינעם (אויב עס וועט פאסירן)
די מיטונג קומט מיר פאר ענדליך צי די ועדת החקירה וואס די ציונים האבען אויף געשטעלט וועגען די תימן'ע פרשה, וואס עס האט זיך גענדיגט מיט זייער ענדליכע ראזילטאטן,
איך הער ס'איז דא ערנטסע פלענער ביז אפאר וואכן צי האבן אן עקסטער הצלה אין קרית יואל
נשלח ב-30/6/2010 16:32
לפי עניית דעתי דארף מען קודם פראבירן בדרך השלום. מ'דארף שיקן א בריוו צו די חברה הצלה פארשטייער און צו די סטעיט אין אלבעני און אויב מעגליך אויך צו די ווילידש טראסטי וועלכע געבן א חלק פון די הוצאות. חאטש זיי זענען טאקע איינזייטיג פאר דעם צד פון הרב אהרון שליט"א אבער למעשה מוז מען פראבירן מיט שלום אזוי ווי די תורה פארציילט אז משה רבינו האט געשיקט שלוחים צו די בני עשו. דער בריוו דארף ארויסברענגען די טענות און חאטש זיי לייקענען די מעשה פון ניוויל הנפטר ביי המנוח ר' עוזיאל פ"ש ע"ה, זענען דא גענוג נארמאלע עדות וואס האבן דאס מיטגעהאלטן יענעם גאנצן טאג.
איך האלט אז דער מיינונג פון אובן דעמאנטן שרייבער בשם נערמאלער. קען שטארק העלפן די זאך ברענגען צו א פארשטענדעניש. ולמעשה האט מען בשנים הקודמים געהאט אסאך טענות אקעגן פארשידענע פון די חברה ההצלה ווי למשל ביי די פרשה פון ר' אברהם וואלף ט ע"ה ווען א מעמבער פון די הצלה האט עהם מחמת סיבה נישט ריכטיג באהאנדעלט אויפן וועג צום האספיטעל און ער איז ל"ע אומגעקומען אינטער די באהאנדלונג. דערנאך האט די הצלה אנגעהויבן צו באצאהלן פאר א לייסענסד פערעמעדיק אז אזעלכע טעותים זאלן נישט פארקומען.
אבער דערווייל ווילאנג אונז נוצן די הצלה על כל צרה שלא תבא, איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן מיט געלט און אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, אויב פאלט איינער צוזאם רופט מען די הצלה, אז איינער האט עפעס אן אנדערע פראבלעים רופט ער די הצלה ח"ו, ממילא איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן, ווייל הצלה דארף צוקומען צו די שטיצע פון אחינו בני ישראל אזוי ווי אין אנדערע פלעצער.
די הצלה ארגאנאזאציע אויב זיי ווילן בלייבן מיט אונזער פולע שטיצע דארף ארויסווייזן עפעס דראסטישע שריט אז זיי לאזן זיך ארויס פון די פאליטיק און זיי פירן דאס ווי א נייטראלע ארגאנאזאציע.
צווינגען די הצלה אראגאנעזעישן צו שטעלן א באורד וואס זאל ארייננעמען מענטשן פון אלע דריי קהילות און די מעמבער'ס זאלן אויך זיין באלאנסירט אלס חצי חצי (היינט איז רובא דרובא ארוינים)
דאס וועט זיין די בעסטע זאך פאר גאנץ קרית יואל, הצלה וועט דאן זיין א נייטראלע ארגאנאזאציע אזוי ווי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, עס וועט האבן פארשטייער פון אלע קהילות
נשלח ב-30/6/2010 23:15
די הצלה האט זיך טאקע זייער שיין פארענטפערט אז דער עוכר ישראל איז טאקע א מעמבער און זיי האבן געמוזט איהם טראסטן ווען ער האט געקענסעלט דעם אמבולאנס, אבער פארוואס נעקסטן שבת ווען איינער האט מקדש שם שמים געווען און זיך אונטער געווארפן אונטער די נייע שבת גוים האט מען איהם אריינגענומען אין הצלה גאראדזש און געהאלטן דארטן א שעה צייט ביז דער מחלל שבת האט אריינגעזאגט אין ראדיא אז די דזשאוק איז אווער? אויב זענען זיי אזוי אומשולדיג און מיט געבינדענע הענט האבן זיי נישט געקענט שיקן דעם אמבולאנס אבער אדרבה זיי זענען געווען זייער גערעגט אויף וויטריאל, נו וואס טאנצסטו ווייטער מיט איהם?
יעצט נאך א זאך ווי באקאנט נעמט הצלה נישט אויף קיין מעמבערס וואס זענען פון די זאליס אדער ב"י, זיי האבן די פאר אלטע מעמבערס וואס זיי ווארפן נישט ארויס און מיט דעם זענען זיי יוצא די "האבן נישט ארונים מעמבערס אויך" און יעצט קען מען זיי שוין נישט באשולדיגן אין דיסקרימינירן, איך האב געהערט פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן זיך געלערנט און קין איינעם פון זיי נעמט מען נישט אן....
און וועגן געלט וואס זיי דארפן האבן, האט איינער דא אויבן דעזאגט אז זיי האבן געבילט די אינשורענס פאר 900, איך ווייס פון אינעם וועמען זיי האבן געטרענספערט צו גוד סעם און ווען ער האט געקאלט שפעטער פידעליס און אגב האט ער געפרעגט וויפיל די אמבולאנס האט זיי געטשארדזשט (נאכדעם וואס זיי האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען א ביל פון די הצלה) האבן זיי געענטפערט $1800
נשלח ב-1/7/2010 01:45
וואס נאך
קען זיין אז די רעדסט פון א קאל אין אפשר פאר דעם באקומט מען מער
איך רעד פון איינעם וואס הצלה פון קאנטרי האט געברענגט ביז קרית יואל שב"ק אין קרית יואל הצלה האט געטראגען ביז וועסטשעסטער אויף דעם טרענספארט האבען זיי באקומען 925$
אגב עס קען זיין אז די אלע מעשיות קעגען הצלה קרית יואל זענען שקר, אבער למעשה ווילבאלד עס איז א געלט געשעפט פארוואס זאל נישט די אנדערע קהילה מעמבער'ס אויך מאכען געלט?
הצלה איז טאקע א וויכטיגע ארגעניזאציע, און פארדעם איז טאקע וויכטיג אז זיי זאלן אוועקשטיין פון פאליטיק,
מ'דארף זיין א מוח קטן צוזאגן אז וויבאלד די קאמפעני ראטעוועט יודישע לעבן'ס טאר מען נישט קריטיקירן ווען זיי שפילן פאליטיק אויף יידישע לעבן'ס
א נארמאלע - נישט חלה דעקל- מענטש פארשטייט, אז ווען א שפיטאל אדער א דאקטער באגייט אן עוולה קען מען דאס נישט פארשווייגן אפילו זיי ראטעווען לעבן'ס, ווייל טאקע פארדעם ברויך מען פארשרייען א עוולה ווייל יודישע לעבן'ס זענען אנגעוואנדן אין דעם
די מטרה פון גרינדן הצלה איז געווען טאקע צו פארשרייען די עוולות פון די שטאטישע אמבולאנסן און כהיום איז די קעי דזעי עמביולעט קאמפעני א מאניסיפעל רעטונגס ארגענעזאציע וואס ארבעט מיט ביוקראטישע רעגולאציעס ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זונטאג פרשת קרח אז א טרעפיק אגענט (וויטריאל) האט באוויזן אפצושטעלן א עמערדזענסי קאל, דאס וואלט קיינמאל נישט פאסירט מיט קיין שום אנדערע הצלה אגענטור אז א יוד זאל רופן הצלה און זיי זאלן נישט קומען אפגעזען אז א יאקעל מיט א באנטש שליסלעך צו א פאליס (אן קיין EMT לייסענס) זאל דאס קענסלען
און יא מיר רופן ווייטער הצלה ווייל מיר זענען טעקס פעיארס און מיר מעגן קריטיקרן די גאווערמענט און בהאי שתא ניצן די גאווערמענט, אזוי ארבעט עס אין אמעריקא.
אן אייזל פון ארוני פארשטייט אז אויב מ'קריטיקירט בלומבערג אדער מעיאר ווידער פון קעי דזשעי דארף מען זאפארט אויפהערן צו נוצן די שטאטישע באדינונגען, ווען מיר זענען שטייער צאלער און באצאלן פאר די סערוויסעס, אזוי ווי די קרוין הייטס יודן וואס האבן קריטיקריט די פאליציי בעת די ראיאטען האבן ווייטער גענוצט די פאליציי בעת הצורך.
און געלט געבן פאר די ארגענעזאציע? חס מלהזכיר, אזויווי די FDNY אדער די NYPD גיב איך מישט מער וויפיל די טעקס אסעסאר פארלאנגט פארוואס געבן פאר די ביוקראטישע ארגענעזאציע געלט???
און געלט געבן פאר די ארגענעזאציע
תוקן על ידי zibala ב- 01/07/2010 18:25:03
נשלח ב-1/7/2010 19:39
מען דארף זיכער מאכן אז אפי' אויב מען רופט ח"ו הצלה זאל מען נישט אריינלאזן דער וויטריאל אין שטוב, איך האב געהערט פון עטליכע פעלער וואס וויטריאל איז אנגעקומען 'ראטעווען' און מען האט איהם נישט אריינגעלאזט און פארטריבן פון דארט, און ער האט אפגעטראגן בבושת פנים. אזוי דארף מען טוהן!
נשלח ב-1/7/2010 20:29
די שאלה איז נאר צו אז די זאליס וועלן מאכען א חברה הצלה וועלן זיי קענען האבען קשר מיט הצלה העדקוואדער'ס