בית פורומים מנשה לוסטיג

עוף מפה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/6/2010 01:54 לינק ישיר 
עוף מפה!

  שוין ווידער! ווייטער האבן זיך אנגעריקט די אומגעבעטענע געסט..

יא די ווילדע גענז!! מיינע גרעסטע שונאים די לעצטע תקופה, און איינע פון די זומער שונאים פון א טייל לייט וואס וואוינען אין די אפסטעיט, וואס האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין זייער חוצפה'דיגע געפירעכץ, די ווילדע קאטשקעס.

מיין בלוט לויפט מיר ארויף אין קאפ, פאר ברויז און נקמה, ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט נאר, אינדערפריה מיטאג און פארנאכטס. אפילו ביינאכט און פארטאגס.. אייביג שפאצירן זיי מיר אנטקעגן און רייצן זיך מיט מיר, מיט גאווה מיט שטאלצקייט, און זענען גרייט אפילו צוגיין מיט מיר אין מלחמה.

ווער האט זיי געפרעגט, ווער האט זיי דא בכלל גערופען.. זיי קומען זיך אהער, און מאכן זיך דא שבת, ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.. א חוצפה, א פרעכהייט! ווען זיי האבן נישט די קינדער מיט זיך, איז א האלבע מלחמה, ווען זיי לאזן זיך נאך אמאל באזיגן, און פליען זיך א גאנג, אויך נישט צו ווייט, נאר כאטש אוועק פון מיינע פיר איילן.

אבער ווען די קינדער זענען נאך ביי זיי אין די ווינדלען.. איז צרות! זיי מאכן אן א מצב, כאילו די וועלט איז זייערס, און דערוואגן זאך זיך איינער צו קומען אין די נאנט. ס'הייבט זיך אן מיט הויעכע נאז קוועטשעריי, ווען דאס שוועלבל ציהט זיך אויס מיט אויסגעריסענע גאווה, און ווי געצייגט, 'גיי דיר פון דא'..

און הייבט און שנעלער און שנעלער מיר אקעגן לויפן, און פראסקעט מיט די שמוציג ברוינע פליגלען, מיט אזא אכזריות און רציחה, און איז גרייט מיך צו באקלאפן, און באשמיצן עד חרמה. האסטו געהערט אזאנס!

כ'זאג ענק איין זאך, לו יש חרב בידי, ווען וואלט איך ווען געהאט א געניטע ביבי גאן אין מיין זרוע הנטוי', וואלט איך זיי אלע אויסגעקוילעט תחת השמש, נאר פאר דעם איינעם בלויזן חוצפה, מיך צו באזיגן.. א בעטשאר יונג!

טאטע קאטשקע מאמע קאטשקע, פארקויף מיר נישט קיין לאקשן, ווער האט זיי געגעבן רשות דא צו וואוינען בכלל. זיי האבן נישט געלערנט ביי אונז אין שטעטעלישע מוסדות, און זיי צאלן בכלל נישט קיין טעקס, און קיין זיץ פלאץ און קיין נדבות באקומט מען פון זיי בלויז, די אויסגאנג שיריים וואס זיי לאזן איבער נאך זיך, ווי זיי שפאנען און שפאצירן נאר מיט באנאנע טריט.

הישמע כזאת? ווי לאזט מען דאס בכלל צו פון די קהילה, ווי זענען די עסקנים? ווי זענען די וועד הצניעות, ווען זיי מאכן אן די גאסן, שפאצירן צוזאמען מיט אפענע דעמאנסטראציע, ווי געזאגט נישטא קיין מושל בכיפה. אזא אויסגעשפיגענע עזות פנים'שאפט.

ממילא דער האזל, דער קעצל, דער מאויקאש. שטייען מיר כאטש נישט אזוי אין וועג, אמאל מאכט זיך א עבירה, און מ'צערייסט א מיסט זעקל, נו איז ער דאך הונגעריג, און מאכט דערנאך א פליטה אין די נאכט אריין. און כאפט אויכעט גענוג פון אונזערע שכינים כאטשיק ווען.

דער ראקאוין, דער סקאנק, און דער ערד גראבער – וויאזוי ער הייסט נאר, ווערן אויכעט אמאל געכאפט, און ביז דאן ווי זיי באהאלטן זיך אין די טיפע היילן, ווי דער מערסט געזוכטע 'אל-קיידא' גרופע. פייגעלעך און מאסקיטאס און כל מיני פליגן און ווערים, באקומען אויכעט זייער תיקון, ווען זיי עסן אויף אונזערע פארדארבענע טשולענט און דערקרענקן זיך דערמיט.

אבער דער עזות פרצוף – דער ווילדע קאטשקע! שפאצירט זיך דא ארום על פני השדה, פראנק און פריי, און ווי די שטח איז זיינס מיט קנין חזקה און אלימות. און ס'קומען נאך די לייכטזיניגע מאמעס און כאפן נאך בילדער פון די כלומרשטע 'זיסע' גענז.. אוי געוואלד!

דא שטעקט טאקע א גרויס חלק פון די חורבן, ווען וואלט דאס מייזל נישט געהאט ווי צו לויפן, וואלט ער נישט גע'לקח'נט.. ווי די גמרא זאגט, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. מיר וואלטן זיי געדארפט לייגן אין חית ! בעסער זאלן מען זיי ארויסלייגן פון דא בכלל..

איך ווארט אויף נקמה, ווייל איך פלאקער פאר צוריק קריג.. איינמאל פאר אלעמאל פארטרייבן די אומגעבעטענע געסט, מיינע לעצטיגע שונאים וואס לויפן מיר צווישן די פיס, און לאזן מיר נישט מנוחה, אין די נאסע היצן און פארכמארעטע אווענטן, אין די פעלדער און הויפן, זייט וועגן און שארטקאטס.

 איבעראל זענען זיי.. גיי פון דא !!!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > עוף מפה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext