מאטראצן ברענען:
עס רינען טרערן פון די אויגן ווען ס'דערמאנט זיך די שרעקליכע סצענעס וואס האבן זיך אפגעשפילט וועכענטליך. פארנט פון א באנק האט געברענט א מאטראץ מיט די גאנצע האב-און-גוטס וואס דער בחור האט פארמאגט... ווען מען האט געזען די מחזה האט מען שוין נישט געדארפט פרעגן "פארוואס?" ס'איז געווען א דבר פשוט אז דער בחור האט א טאטע וואס איז מסוגל אים איינצושרייבן אינם נייעם ישיבה, די שאלה איז נאר געווען "ווער איז היינט אויפן או-טו-דאפע?" עס זענען געווען וואכן וואס די מחזה האט זיך אפגעשפילט 2 3 און אמאל 4 מאל אין זעלבן וואך רח"ל, נישט אלעמאל איז דאס געקומען ביזן פארברענען עד הסוף, אויב איז דער קרבן געווען גליקליך איז ער אפגעקומען מיט א דורכגעווייקטע בעט און לאקער פארפלייצט מיט וואסער. בסך הכל האבן 11 בחורים פארלוירן אין א שריפה דאס גאנצע אינהאלט פון זייער "לאקער" צוזמען מיטן מאטראץ.
די מצב אין בחורים קעמפ במשך דעם זומער איז געווען אז עס האבן זיך געפינען דארט "צו אסאך" אהרונים... נישט ווייל רוב בחורים אין קעמפ זענען געווען אהרוינים, ניין בהחלט נישט. די סיבה פאר די ריבוי אהרונים איז געווען דאס ארויסשיקן קיין קעמפ איחוד "איגעלייט" און "בחורים" פון מתיבתא אין קרית יואל. די קעמפ האט זיך געמיטשעט מיט "פרעמדע איגעלייט" וואס זענען אריין אין ארויס פון באנק'ס אן קיין קאנטראל, אפשטעלן די מאדנע ערשיינונג איז נישט געווען ווי אזוי. איבערגעבן די אינגעלייט אלס טרעספעסער'ס איז נאך נישט געקומען אויפן געדאנק, מסר'ן די רודפים און רוצחים איז נאך געווען א אומבאקאנטע זאך ביי חסידי הברך משה, דעמאלטס איז דאס נאך געווען א מיטל וואס נאר בני יואל האט געניצט. נאכט נאך נאכט זענען אנגעקומען קיין בחורים קעמפ, אינגעלייט פון איחוד און בחורים פון מתיבתא אין מאנרא זיי האבן אנגעזייט דעם גאנצן קעמפ מיט פרישע פאשקעווילן, דערנאך האבן זיי באהאלטן אין וואלד פרישע באקסעס מיט פאשקעווילן פאר "זייערע בחורים" וואס געפינען זיך אין קעמפ, צו קענען צושפרייטן די פאשקעווילן במשך דעם טאג נאכדעם וואס די הנהלת המחנה האט ארויסגעשיקט די גוים אויפרייניגן דעם קעמפ.
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווען מען קוקט אריין אין "די ביכער" פון קעמפ און עס שטעלט זיך ארויס אז די הנהלת הקעמפ האט אין יענעם איינעם זימער באצאלט פאר "זויבערן דער ערד פון פאשקעווילן, וואשן און איבערפארבן ווענט וואס זענען געווארן אנגעשפריצט מיט פעינט" די אויסטערנאמישע סומע פון איבער 70 טויזענט דאלאר! די קעמפ האט אויפגעהאלטן א שטאב פון 18 גוים פול טיים צו אויפהייבן פאשקעווילן און איבערפעינטן די ווענט וואס די אהרונים האבן אנגעשפריצט מיט ספרעי פעינט, הן אין קעמפ און הן אין קרית זופניק. די "מלחמה לופט" וואס האט געהערשט אין בחורים קעמפ (נישט פארגעסן אז די קעמפ'ס זענען די אויסשלוסליכע נכסים פון די מוסדות אין וו"ב, ווי די חסידי ר' אהרן קענען בכלל נישט האבן א תביעה דערויף, אבער זיי האבן דאך געהאלטן אז וו"ב איז אויך ר' אהרן'ס...) האט טאקע נישט קיין סאך צוגעגעבן צו די הצלחה פון די נייע ישיבה וואס גייט זיך אט אט גרינדן. צענדליגע בחורים וואס זייערע טאטעס האבן זיי איינגעשריבן אין די נייע ישיבה האבן פארקויפט פאר זייערע חברים אז זיי גיין קיין מאנרא, אלס פחד נישט צו פארלירן זייערע חפצים... און דאס איז שוין חוץ די אונאת בדברים וואס די אהרוינישע בחורים האבן דעמלטס פראקטעצירט. אין פשוט'ן זין פון ווארט קען מען זאגן אז די מצב איז געווען איום ונורא, עס האט געהערשט א פחד אין די לופט, די איינציגסטע וואס האבן זיך געדרייט מיטן קאפ ארויף און געלאכט פון די וועלט זענען געווען די אומגעלאדענטע איחוד אינגעלייט אין מתיבתא בחורים מיט עטליכע 30 קעמפ בחורים נאכשלעפער פון די געסט. לויט'ן מצב וואס האט געהערשט אין די לופט האט א נייע ישיבה גדולה אויסגעזען א חלום. די הנהלה האט באמת נישט געוויסט צו זיי וועלן מצליח זיין צו עפענען א ישיבה גדולה, דעריבער האט די הנהלה פארבעטן א בחור א בר דעת ער זאל ארומגיין ממש פון בחור צו בחור און ארויסשנאפן פונם בחור וואס זענען די פלענער אויף קומענדיגע זמן... (נישט צום גלייבן). דער בחור האט געמאכט א גוטע ארבעט, ער האט גערעדט מיט יעדן בחור באזונדער, ער האט דאס געמאכט אויף זייער א סאלידע אופן און די בחורים האבן בכלל נישט געוויסט אז ער מאכט יעצט א אפיציעלע סורוועי. די תוצאות זענען געווען ווי די פאלגאנד: פון די הונדערט פערציג בחורים וואס האבן געדארפט אריבערגיין אין ישיבה גדולה פארן קומענדיגן זמן האבן 70 געזאגט אז זיי גייען אויף זיכער אדער אז זיי ווילן גיין צו די נייע ישיבה גדולה. 35 האבן געזאגט אז זיי גייען אויף זיכער אדער אז זיי ווילן גיין קיין מאנרא און די איבריגע האבן געזאגט אז זיי ווייסן נאך נישט. ווען די נומערן זענען צוריק געקומען צו די הנהלה (פארשטייט זיך אלעס מיט נעמען פון די בחורים), איז די הנהלה געבליבן געפלעפט, זיי האבן אליינס נישט געגלייבט ווי ווייט זיי האבן זיך געלאזט פארפירן פון די ווינט וואס די אהרונים האבן אנגעמאכט. עס איז קלאר געווארן פאר די הנהלה אז אויב די הנהלה אליינס האט זיך געלאזט טערעראזירן פון די אהרוינים און ציטערן כאילו די אהרוינים זענען א רובה דמונכר, האבן זיי זיך יעצט איבערצייגט אז די גאנצע רב הצעיר סינדראם איז א אויפגעבלאזענע באלאן, און הערשט יעצט האבן זיי אינאכט גענומען אז אויב די איינגעשטעלטע האבן געציטער פאר זייער הויט, על אחת כמה וכמה וואס אי צעירי הצאן גייען נעבעך אריבער פון די חיות בצורת אדם.
_________________
 |
|
|