א גוט ווארט פון א אהרוני
טענה'נדיג זיך מיט א אהרוני צי עס איז יא אדער נישט א דורכפאל פאר מהרי"י אז ער האט געברויכט קענסלען די נסיעה קיין לאנדאן צוליבן מצב הבריאות פון די מאמע לרפו"ש. געב איך אים אזוי א פרעג,
און וואט אבאוט דיין רבי? וויאזוי פארט ער וואקאציע אין א צייט וואס די מאמע ליגט אויפן קראנקען בעט אין א קריטישן מצב?
איך מיין ס'איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז ווען די מאמע איז אין שפיטאל קריטיש, פארט מען נישט אויף וואקאציע זיך אויסלופטערן - פונעם שווערן "האלינעס געים" וואס מען ברויך נעבעך שפילן א גאנץ יאר פאר די חלה דעקלעך וואס עקספעקטן נעבעך א "צווייטן יטב לב" - איך מיין סוכ"ס איז זי דאך זיין מאמע! בלוט איז דאך נישט קיין וואסער?
דער אהרוני פארטראכט זיך א מינוט, איידער ער בליצט אויף:
ווייסט וואס כעל דיר זאגן, פאר אונזער רבי'ן איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעם, ער קען דאך זיין אין ניו העמפשיער, און זען פון דארט פונקטליך וואס עס טוט זיך אין ניו יארק ...
ונפרדנו לשלום. מיט א גוטן געמיט...
תוקן על ידי אומזיסט ב- 02/07/2010 22:07:01
|
|