ובא השמש וזרח השמש: הרב מענדעלע טייטלבוים אויפגענומען פאר רב הצעיר אין קרית יואל!
פרייליכע נייעס הערט מען אצינד אז ר' מענדעלע טייטלבוים בנו בכורו פון ר' אהרן מלפנים אב"ד סיגוט וויליאמסבורג ואח"כ אב"ד סאטמאר אנטווערפן ואח"כ ראש ישיבה בבעיסוואטער ואח"כ אב"ד דרייצען הופפער, איז אין די טעג געקרוינט געווארן בתור רב הצעיר אין קרית יואל, אזוי אז ווען דער טאטע וועט נישט זיין דאהי און דער עולם לעכצט דאך (מדברי ר' אהרן חוהמ"פ תשנ"ט באסיפת ראשי הקהילה בבית מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל) וועט ער זיין דער רב הצעיר (טיטל נאכנישט אויסגעארבעט געהעריג ווארום ר' אהרן וויל נאכנישט זיין רב הזקן) און טון אלע רבנישע פונקציעס אין קרית יואל.
פונקטליך וואס האט באוואויגן ר' אהרן צו טון דעם קלוגען שריט ווייסן מיר נאכנישט, עס איז אבער יא אינטערעסאנט וויאזוי עס איז געלונגן פאר ר' מענדעלע צו באקומען דאס רבנות נאך וואס אין טאטן'ס שטוב האט ער א היבשע צאל שונאים וד"ל.
ר' מענדעלע האט שוין באקומען א הויז אין קרית יואל, נעקסט צום בנין קרן ויואל משה וואו ער וועט אויפנעמען דעם ברייטן ציבור וואס לעכצן.
די וואך שבת זענען ארויסגעפארן אלע נאנטע מענטשן פון ר' מענדעלע קיין קרית יואל צו וויילן דעם ערשטן שבת במחיצתו דינענדיג אלץ רב הצעיר פון קרית יואל.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה זיווה והדרה - פני הדור כפני המנהיג...
נשלח ב-3/7/2010 02:27
איך זעי אז די קענסטיך גוט אויס דארטן אפשר קענט איר מיר פונקליך מסביר זיין ווער עס זענען זיינע שונאים און ווער זענען זיינע שטוב מענטשן?
און אפשר קענט איר מיך אויך זאגן ווי ער ער וועט פראווענען איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווי ער פירט די וואך איך האב זייער ליב זיינע טישן?
נשלח ב-3/7/2010 02:27
איך זעי אז די קענסטיך גוט אויס דארטן אפשר קענט איר מיר פונקליך מסביר זיין ווער עס זענען זיינע שונאים און ווער זענען זיינע שטוב מענטשן?
און אפשר קענט איר מיך אויך זאגן ווי ער ער וועט פראווענען איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווי ער פירט די וואך איך האב זייער ליב זיינע טישן?
נשלח ב-4/7/2010 06:15
שלום עליכם onlyemes, דא האסטו פון די אהרונישע אימעיל'ס.
קרית יואל יצ"ו
מיט פרייד ווערט אויפגענומעו ביי אנשי שלומינו תושבי קרית יואל אז במשך די זומער וואכען וואס רבינו שליט"א וויילט
אויף אפרוה און ניו העמפשור, וועט הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א וויילן אין קרית יואל, דער רב שליט"א וועט
דאווענען די וואך שבת אלע תפלות אין היכל הישיבה אויך וועט דער רב שליט"א פראווענען די סעודת ליל שבת קודש
אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה.
-לקראת שבת לכו ונלכה-
נשלח ב-4/7/2010 07:37
ווי שטייט אז ער האט ביי זיין טאטע שונאים און ווי שטייט אז זיינע אלע שטוב מענטשן זענען ארויסגעקומען אויף שבת און זייט ווען הייסט א שבת התוודות מיט די תלמידי הישיבה אז ער ווערט אויפגענומען פאר רב הצעיר (בד"וו ער פירט שוין א היבשע פאר יאר שבתים מיט די ישיבה)
און וואס שטערט דיר אז ער גייט דארט פירן ער נעמט עפעס צו פין דיר?
נשלח ב-4/7/2010 19:15
איך זע אז דו קענסט נישט גוט ליינען, דער אשכול הייבט זיך אן "פרייליכע נייעס קומט אצינד".
יא מיר פרייען זיך פאר ר' אהרן אז אלעס קומט אים אהיים, מענדעלע וויל שוין אויך פארכאפן די רעביסטעווע בחיי האב, אקוראט ווי ער האט געוואלט אוועקכאפן בחיי אביו רבינו הברך משה זצ"ל.
נשלח ב-4/7/2010 19:32
דערמאנונג פאר אלע קליין קעפיגע אהרוינים וואס פרעגן תמימות'דיג "ווי זעסטו אז ער ווערט רב הצעיר?"
חול המועד פסח תשנ"ט איז געווען א מיטינג אין קהל און דערנאך זענען די קהל'ס לייט אריבער צום רבי'ן, די גאנצע מדובר איז געווען אז ר' אהרן זאל קומען קיין וו"ב ווען די רבי איז נישט נישט שטאט... פון קומען ווען די רבי איז נישט דא איז אומפארשטענדליך געווארן א "רב הצעיר" און א "רב דקהלותינו הקודושות די בכל אתר ואתר"
עיין פארמעגליך
איך האף אז יעצט איז אייך גרינגער צו פארשטיין די מהלך פון אייערע קארפן קעפ.
תוקן על ידי נפל ב- 04/07/2010 19:38:08
נשלח ב-4/7/2010 21:44
ער פראוועט שוין אפאר יאר שבתות התוועדות מיט די תלמידי הישיבה ווען די רבי איז אויף וואקאציע ווייל עס איז זייער שווער צו צומאכן די ישיבה פאר 3 שבתים און איין צי! וואס האבן ענק זיך יעצט דערמאנט?
נשלח ב-5/7/2010 17:57
רבותי ! פאוואליע!
זייט נישט אזוי אנגעצויגען!
ר' מענדעלע איז א חשובער אינגערמאן, ער 100% ראוי צו זיצן אויף זיין פאטערס שטיעל. ער איז נישט ווייניגער פון עהם, ער איז געבוירען דא אין אמעריקע ביי חשובע משפחה מגזע קדושים און געגעסן אלע יאהרן פון די זעלבע שחיטה ווי זיין פאטער און די זעלבע מצות ווי זיין פאטער. ער האט דערצו נאך א הוספת זכות מער פון זיין פאטער, אז ער איז נישט אזא גרויסער עזות פנים געוועהן פאר'ן קאשויער רב ז"ל און פאר אנדער גדולי הדור ווי זיין פאטער. ער קען געזונטערהייט זיין א מנהיג פאר זיין פאטערס חסידים.