פאלגענד איז א עקסלוסיוו רעפארט פאר "אידישע געדאנק": דער טאג-ארדענונג פאר קומענדיגן דינסטאג אין וואשינגטאן עיר הבירה!
דינסטאג אין די פריע צופרי שעות פארן ארויס הונדערטער קארס און באסעס פון אלע געגענטער איבער גאנץ ניו יארק, איבערגעפולט פון טויזנטער אידן זקנים עם נערים, וואס וועט מאכן דעם וועג צו די הויפט-שטאט וואשינגטאן.
דער היסטארישער "וואשינגטאן דעמאנסטראציע" וועט זיך אי"ה אנהייבן אום 12:30 מיטאג פארנט פון די איזראעלישע אמבעסי אין וואשינגטאן די.סי., וואו דער גאנצער ציבור וועט זיך דארט פארזאמלען אויסצושרייען א קול מחאה, און די עסקני וחשובי העדה וועלן ארויפגיין צום אמבאסאדער אויף א פון-פאראויס-באשטימטע אפוינטמענט, איבערצוגעבן די פעטיציעס מיט צענדליגער טויזנטער אונטערשריפטן מיט כלל ישראל'ס מעסעדש.
פון דארט וועט דער גאנצער ציבור צופארן צום "ווייסן הויז" אויף 1600 פענסילוועניע עוועניו בערך אום 1 אזייגער, אין די צייט וואס עס ברויך פארקומען דער באגעגעניש פונעם ראש ממשלת הכופרים מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט, און מען וועט שטיין הארט אקעגן איבער דאס ווייסן הויז, און אויך אינעם דערנעבעדיגן לאפיעט פארק.
עס ווערט דארט — פארנט פון ווייסן הויז — אויפגעשטעלט א ריזיגע פלאטפארמע פאר די גדולי ישראל רבותינו שבגולה וואס וועלן באשיינען אין שפיץ פונעם דעמאנסטראציע. ביי דער געלעגנהייט וועט מען בעז"ה אויסשרייען דאס וויי געשריי פון כלל ישראל קעגן דעם מלכות המינות — עס וועלן געהערט ווערן פייערדיגע דרשות פון רבנים און עסקנים, און מען וועט גלייכצייטיג מארשירן מיט טאוולען און אויפשריפטן.
פון דארט וועט מען אי"ה אום 3 אזייגער צופארן צו די אפיס פונעם "סטעיט דעפארטמענט", וואו דער גאנצער ציבור וועט זיך אהין פארזאמלען, און די רבנים ועסקנים וועלן אויף א פון-פאראויס-באשטימטע אפוינטמענט ארויפגיין צום סעקראטערי-אוו-סטעיט קלינטאן, איבערגעבן דעם ענגלישן פעטיציע פון די התאחדות הרבנים מיט די צענדליגער טויזנטער אונטערשריפטן, מיט א בקשה צו די רעגירונג אז מען זאל אונטערווענירן די מושלי המדינה הציונית אז מען זאל זאפארט אפשטעלן די קברים גראבנגען, און אויפהערן מיט די אינקוויזיטארישע מעטאדן אויף אחב"י תושבי ארה"ק.
פון דארט וועט מען אום 3:30 נאכמיטאג צופארן צו די אפיסעס פון די קאנגרעסלייט און סענעטארן, וואו מען וועט איבערגעבן אין אלע אפיס קארידארן דעם ספעציעלן "בראשור" מיט די שוידערליכע פאקטן באגלייט פון בילדער און אלע אינפארמאציע, וואו מען וועט גלייכצייטיג אויפפאדערן באלדיגע הילף פון די הויכע רעגירונגס לייט צו דרוקן אויף די מושלים עריצים.
עס איז אין פלאן בעז"ה אום 4 אזייגער נאכמיטאג, ארויסצופארן צוריק אויפן וועג אהיים, צו זיין צוריק אויף אכט אזייגער פארנאכטס, וחפץ ה' בידינו יצליח. מען בעט שטארק אז יעדער זאל זיך האלטן די גאנצע צייט צום זעלבן סדר הבאסעס, עס וועלן זיין נומערן אויף יעדע באס, און מען בעט צו האלטן א ארדענונג.
די עסקני וועד הפעולה שע"י התאחדות הרבנים בעטן בכל לשון של בקשה אז מ'זאל אויספאלגן די אנווייזונגען און דירעקציעס פון די פאליציי און סדרנים במשך די גאנצע דעמאנסטראציע, אז עס זאל געקרוינט ווערן מיט א סוקסעס ויתקדש ש"ש על ידינו.
כולנו למערכה ולה' הישועה!
צו הערן כסדר'דיגע אפדעיטס אין צוגרייטונג צום וואשינגטאן פראטעסט, ווי אויך פונקטליכע דעטאלן איבער טראנספארטאציע דינסטאג אינדערפרי פון אלע געגנטער, רופט דעם ספעציעלן אינפא ליין 718.838.3869
נוסעים אנחנו לוואשינגטאן לקדש שם שמים.