א גוטע וואך ליבע לייענער שיחי'איך וויל מיר היינט באציען צו א טעמע, וואס דרוקט מיר שוין פון אלעמאל אן, און טאקע דערפאר ווייל אין די ימי המצרים וואכן, איז נישט קיין פאסיגע זמן צו שרייבן סתם פעליטאנען און וויצן, איז יעצט די פאסיגע צייט צו שרייבן א ערנסטע טעמע צוגלייך.
גייענדיג אויפן גאס, איז מיר אייביג געווען די צייט, ווען איך וויל מיך אויסלופטערן, כאפן דעם אטעם מיטן באשעפער'ס געבענטשטע לופט, די טייערע קלימאט וואס ווערט איבערגעפרישט אין נאטור, און געבט א פרישע מוהט אנצוגיין אין ווייטערדיגע לעבן, מיט פרישקייט און רואיגקייט.
אבער ס'זענען פארהאנען שלעכטע גייסטער, אויף דעם וועלט, וואס שטערן צומאל די מנוחה פון די בעלי חיים, און האבן פאר וועלכע סיבה נאר, איין אינטערעס, צו טרעטן אויף יענעמס געפילן, און טרעטן אויף יענעמס דאוימען פינגער, און שרייען 'איך האב גארנישט געטוהן' איך מעג טוהן וואס איך וויל און גיי בייס א בוים!
זייער שיין, דאס שטאמט פון ווייניג חינוך, און דאס פינטל פון עגאאיזעם וואס ליגט ביי זיי אין הארצן טיף איינגעווארצעלט.
און דא קומען זיי מיר ווילד פאר די אויגן, ווען אומער איך שפאציר מיר אויפן שטראסע, פליען זיי מיר אריבער ווי די ווילדע רוחות..
ס'מעגן זיין קינדער, קליינטשיגע קינדערלעך, קוים קריכענדיגע פיצלעך, וואס ניצן אויס די זומער אויף זיך וואלגערן אין די הייסע זאמדט און זיך פארגינען צו שפילען זייערע טייערע יארן מיט פארגעניגען, אבער ס'איז א פחד, ווען יעדע פאר מינוט, איז א לעבנס געפאר, ס'פליעט! אריבער א קאר, א טראק, מיט אזא מאס שנעלקייט, וואס בלי ספק א מלאך וואלט נישט געבליבן גאנץ.. טאמער קלאפט ער זיך אן אין דעם שטן המשחית – דער ווילד לויפנדע מאשין.
ס'שפאצירן צומאל פרויען אין מאנאטן, אלטע יודען וואס זעען קוים און הייבן זיך קוים, יונגע אלטע, פאר וועלכע סיבה זיי האבן געקליבן יעצט אראפצוטרעטן אויפן גאס, און האבן נישט געגליכן די 'סייד-וואלק', אבער זיי זענען שוין מחויב אפצוקומען מיט טויט שרעק. ווייל איך וויל יעצט פליען אין בויבעריק להנאתי ולתאוותי הרב.
דו האסט א טענה, אז קיינער אויסער קארן, געהערן נישט צוזיין אויפן שאסיי? אמת, קודם כל איז דא נישט קיין שאסיי, און געזעצליך טאר מען נישט פליען מער ווי פינעף מייל פער שטונדע. און צווייטענס, איז עס דאך נישט קיין שלאכט פעלד מיט שונאים, איר ווילט דאך אוודאי קיינעם נישט אראפקלאפן. אזוי גלייב איך טראכט איר אינעוויינג אין קאפ.
אויב אזוי, וויאזוי וועט איר שפירן ווען איר וועט בטעות אמאל איינעם שעדיגן, אויב נישט לעבענס לענגליך, איז אבער ווייטאגליך, ווען ס'נישט מעגליך זיך צו ראטווען ווען א קאר רירט בלויז אן איינעם, און יענער זאל נישט צאלן א טייערע פרייז פונעם לעבן.
וואס וועט איר דעמאלטס זאגן תירוצים, וואספארא תירוצים זאגן אייערע חברים, וואס האבן שוין מצליח געווען צו שעדיגן און קענען זיך נישט מוחל זיין אינעם לעבן. ס'דען ווערט די הנאה פון פליען אין א שיכור פרייליכע מינוט, צו אפי' א אנגעצויגענע מינוט, אויפן חשבון פון א ספק סכנת נפשות?
און ווען איינער צייגט אייך 'נישט פליען' לאכט מען זיך אונטער.. ווי א שטן שמייכל ביים שעכטן נשמות..
מיר פערזענליך נעמט עס אוועק די גאנצע הרחבת הדעת, עס רואינירט מיך, ווען איך זע מיט מיינע פליישיגע אויגן, ווי קארן פליען אריבער, ממש געמאסטענע אינטשעס פון שפאצירנדיגע מענטשן, פון שפילענדיגע קינדערלעך. איך
בייס מיך ציין און נעגל, און כ'קען נישט זאגן קיינעם, ווייל ס'איז היינט א געלעכטער – כ'ווייס נישט פארוואס.
איז עס דען א היסטארישע זאך פון טויזענט יאר צוריק, אז א היימישער האט געשעדיגט אויפן לעבן א קינד א עלטערע? ניין, ס'פאסירט ליידער נישט הויעך געזאגט –זייער אפט! און מ'בריעט זיך אפ, און מ'שפיעלט זיך ווייטער??
אוי ווי שכל זייערע ליגן אין ליקעריש באקסעס.. קיין אנדערע לימוד זכות האב איך נישט. אנטשולדיגט די רוצח! כאפ דיר ביים קאפ, און.. סלאוי דאוין!!!