בית פורומים אידישע געדאנק

זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2010 20:37 לינק ישיר 

ניין! הרב שלום אליעזר פלעגט יא קומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:58 לינק ישיר 

הער מיך צו, אויב איר גייט מיט דעם הנחה אז ר' אהרן איז פשוט געווארן ביטער אויפגערעגט אויף זיין מאמע ווייל ער האט געהאלטן אז זי, אן אלטן אלטסהיימערס פאציענט, איז גאר שולדיג געוען אין די סאטמארע פאליטיק, האב איך מיך נישט וואס צו טענה'ן מיט אייך,

איך מיין איר זאלט איבערלאזן דעם סברה פאר די אומראשינאלע עקסטרעמיסטן זאליס, און אומקערן די דעבאטע דא אויף שכל'דיגע שינעס,

אגב, איך פלאן שטארק ארומצירעדן וועגן דעם נושא פון ר' אהרן'ס נישט קומען באזוכן, אבער לע"ע וועל איך בלויז גיין מיט דעם הנחה אז אפי' לו יצויר ס'געווען א עוולה, איז זי פארט געווען זיין מאמע מעודו, און מיר זענען נישט ביכולת צו גיין זאגן אז יענער האט געהאט קראקאדיל טרערן ווען א קינד געזעגנט זיך פון א אייגן מאמע פון 50-60 יאר,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:02 לינק ישיר 

נאך א זייטיגע באמערקונג; בשעת ווען ר' אהרן און זיין רב הצעיר מענדל טייטלבוים האט אזוי פארפירט אז דער לוי' אין וויליאמסבורג זאל זיך אנפאנגן 6 פונקטליך עס זאל ח"ו נישט זיין קיין טירחא דציבורא, און מיר האבן זיך דערמיט גערעכנט און געמאכט די לוי' אין וויליאמסבורג היבש געיאגט צוליב די שווערע היצן, האט מען אין קרית יואל פארגעסן דערפון און אויפגעהאלטן דעם ציבור פאר לאנגע שעות אין די שרעקעדיגע היצן אלעס מיר זאלן דארפן הערן ווי שטארק ר' אהרן האט "געוואלט" מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:15 לינק ישיר 

ראדני_קינג; איך ווארט שוין קוים אויף דיין ברייטע אויספארשונג וואס דו וועסט אפהאלטן ארום ר' אהרן'ס נישט באזוכן די מאמע'ן. נאר פאר דו הייבסט אן וויל איך דיר סתם צוצייכענען א פונקט, נניח מ'וואלט דעם ר' אהרן טאקע נישט אריינגעלאזט צו די מאמע קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט געקומען יעדן שני וחמישי צו 550 מיט מחנות פון חיות און פאטאגרעפירער מ'זאל אפכאפן דעם שרעקעדיגן צענע וואו מ'לאזט נישט אריין א קינד צו א מאמע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:19 לינק ישיר 

באלאנד

אין א זייטיגע באמערקונג

וומסב"ג האט זיך די לוי' געדארפט אנהייבן 6 און ס'האט זיך אנגעהויבן בערך 6:55

אין קרית יואל געדארפט זיין 9 און אנגעהויבן 9:35 (נאך לאנגע שעות אין די היצן נעבעך)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:20 לינק ישיר 

באלאנד! ריכטיג געזאגט.


ווער געדענקט דען נישט יענעם אור ליום ערב ראש השנה תשס"ו ווען דער סבלן הדור איז געקומען מיט זיין זון –וועלכער האט אונטערגעשריבן די קלאגע קעגן הייליגן זיידן לויטן באפעל פון זיין טאטן – צום טאטן/זיידן צו ווינטשן א גוט יאר און מען האט אים געזאגט אז נאר ער מיט די רביצין קענען אריינגיין אבער נישט דער אייניקל וואס האט געקלאגט דעם זיידן אין קאורט, האט ער אנגעמאכט א חילול השם אין די גאס, גערופן פאליס און געטומעלט צו ווייזן אז מען לאזט אים נישט אריין.

זיין קומען דעמאלסט איז געווען לכתחילה אויסגערעכנט אז מען וועט נישט אריינלאזן זיין זון וועט ער קענען האבן גוטע פאבליק רילעישאנס.

און דאס איז געווען 2 טעג פארן יום הדין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:33 לינק ישיר 

אין וומס"ב איז געווען דע פראבלעם אז די נשים עסקניות פון די חברה קדישא האבן געדארפט אריינקומען פון די קאנטרי האט זיך עס געשפעטיגט.


אבער אין ק"י האט עס געקענט זיין גאנץ צייטליך, נאכדעם וואס די מיטה איז שוין דארט געווען 9:05. אבער דער סבלן האט נישט געוואלט אנהייבן, וויבאלד זיין יונגערער ברודער איז נאכנישט דארט געווען און ער האט נישט געוואלט אז ער זאל פארפאסן זיין היסטארישן הספד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:39 לינק ישיר 

אי"ה, איך האף צו אנקומען צו אלעם, לויט וויפיל מיין צייט וועט מיר ערלויבן, אפשר שפעטער ביינאכט, געוויסע ענינים האט איר זיך שוין אליינס אומוועלנדיג פארענטפערט, למשל, הא גופא אז איר האט טענות אז מ'האט נישט פארלאנגט די אפיטפרופוס פון די רביצין, אין די פעמילי קעיס, זענט איר אזוי אומוועלנדיג מודה אז די קעיס איז לגמרי נישט געווען נעגאטיוו קעגן דעם ברך משה אדער די רביצין,

מ'העמיר בעז"ה צו אלעם אנקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 22:52 לינק ישיר 

ראדני קינג, פאר די גייסט ווייטערהאב איך צו דיר געציילטע פראגעס:, די האלטס דיך פאר א נארמאלע יושר'דיגע מענטש, ענטפער מיר, האט שוין ר אהרן טייטעלבוים אמאל געטון עפעס רשעות אין זיין לעבן?, האט שוין דיין פארטיי אפגעטון מעשה נבלה?, האט שוין דיין פארטיי בכלל אמאל געטון עפעס ראנג?,אויב דיין ענטפער איז ניין אויף אפילו איינע פון די פראגעס ביסטו א זאמד-קאפ-שטעקענדע-בת היענה. און די וועסט דאן קלאר פארשטיין וויי ווי דאנט געט עלאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 23:02 לינק ישיר 

די אהרונים הייבן צוביסלעך אן ארויסקומען פון די מייזן לעכער און פאברעצירן א ווערסיע איבער די אפמאכן נעכטן ביי די לוי'. עס איז לגמרי נישט אינטערעסאנט אראפצוברענגן יעדע פון זייערע נארישע טענות וואס האבן נישט קיין הענט און פוס, עס איז נאר כדי צו ציטירן וואס זייער נייער רב הצעיר ר' מענדל האט געזאגט נעכטן ווען מ'האט פרובירט צו פארהאנדלן אז די לוי' זאל אדורכגיין בשלום און מיטן גרעסטן מאס כבוד ווי עס פאסט, האט מענדל געזאגט "פון מיין טאטן וועל איך נישט באקומען קיין הסכמה אויף גארנישט, ער וועט טון וויאזוי ער וויל".
 
יעצט פארשטייט איר שוין וואס די 'כיבוד אב ואם עד שידי מגעת' באדייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 23:17 לינק ישיר 

אייזענבאך כתב:
ראדני קינג, פאר די גייסט ווייטערהאב איך צו דיר געציילטע פראגעס:, די האלטס דיך פאר א נארמאלע יושר'דיגע מענטש, ענטפער מיר, האט שוין ר אהרן טייטעלבוים אמאל געטון עפעס רשעות אין זיין לעבן?, האט שוין דיין פארטיי אפגעטון מעשה נבלה?, האט שוין דיין פארטיי בכלל אמאל געטון עפעס ראנג?,אויב דיין ענטפער איז ניין אויף אפילו איינע פון די פראגעס ביסטו א זאמד-קאפ-שטעקענדע-בת היענה. און די וועסט דאן קלאר פארשטיין וויי ווי דאנט געט עלאנג
 


זיכער האלט איך אז מיין פארטיי האט שוין אמאל געטאן עפעס ראנג, למשל דאס שטעכט מיר באמת זייער אז מאיז מכנה שם אלע בני יואל ודומיהם אלס "קרעציג" און "ווערמדיג", און מיינע אויגן איז דאס א היטלערישע אויסדריק ווי ער האט אפגעזיגלט אלע אידן אלס פאראזיטן, איך האלט דאס איז איינע פון די הויפט סיבות וויי ווי דאנט געט עלאנג, אז מ'קען אזעלעכע גיפט אריינלייגן און אידישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב,

יעצט איז דיין טורן, קענט איר אפשר זאגן עפעס וואס אייער פארטיי טוט ראנג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 23:45 לינק ישיר 

ראדני קינג די פרעגסט מיר זאלן גיין אפירזוכן עוולות פון אונזער פארטיי, עס איז בכלל נישט קיין ענין אפירצוזוכן קיין עוולות, און נישט דאס האט מען געמיינט מיט די קשיא צו די טרעפסט עוולות ביי ענק ארוינים.

די פאקט איז נאר אז אויב זעסטו נישט קיין עוולות אין די ארוינישע רשעים און אויב איינער קען נאך בכלל מיטגיין מיט זייער פארטיי איז דאס נישט אנדערש ווי ער לייגט אריין זיין קאפ אין דער ערד און מאכט זיך בלינד צו די מציאות

אין יעדע פלאץ קען מען טרעפן עוולות מיט פעלערן, עס איז אבער גענוג גיט ווען מען פרובירט כאטשיג צו גיין אויפ'ן נערמאלן גראדן ליניע און מען האלט זיך ביי די ערליכע גרעניצן אנדערש ווי די ארוינים וואס האבן א נחלה בלי מצרים אן קיין שום גרעניץ פון מענטשליכקייט שכל און אידישקייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2010 00:00 לינק ישיר 

סא וואס איז דיין פוינט, אז אזוי לאנג איך בין בכלל א אהרוני בין איך א רשע אין א בת היענה?

הייסט אזוי, קודם זאל איך טוישן מיין אלידשענס צו א זאלי, דערנאך וועל איך ווערן א נארמאלער מענטש און אויס בת היענה און ווערדפול צו דעבאטירן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 00:20 לינק ישיר 

ראדניקינג כתב:
איך האלט אז דאס קענען ביידע צדדים עגריען אז ס'נישט קיין יושר צו דן זיין א פרעמדע משפחה...
קען מיר אונז נישט קומען, ווילד פרעמדע מענטשן און גיין זאגן אז ס'קראקדיל טרערן, ווייל און דיין פאליטישע קאפ האט די רביצין נאר עקזיסטירט די לעצטע 10 יאר...

אין געווענליכע אומשטענדן ביזסטו גערעכט, אבער ווען ר' אהרן האט מחליט געווען צו אטאקירן זיינע געשוויסטער, אויסנוצנדיג די לויה, איז דאך טייטש אז ער וויל נישט זיין קיין "פרעמדע משפחה", נאר ער וויל דוקא ארויסטראגן די משפחה סכסוכים צום ברייטן פובליק, זיי זאלן זיך אננעמען פאר אים.
אין אזא פאל, האט דער ציבור רעכט צו רעאגירן אויף זיינע אטאקעס לויט זייער פארשטאנד.

ראדניקינג כתב:
וואס איז דיין פוינט? אז ער האט נישט ליב געהאט זיין מאמע?

עס איז שווער צו וויסן וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין הארץ, אבער ארויסגעוויזן נארמאלע געפילען האט ער נישט.
און דאס איז אויך זיכער אז "זיך" האט ער מער ליב געהאט, אויף זייער א שטארקן אופן, און ווען עס קומט ביי אים צו "איך מיך און זיך" הערן די אנדערע זאכן אויף צו עקסזיסטירן, אריינגערעכנט זיין טאטע מאמע (ווייב און קינדער, שנירן און איידעמער).

דער סך הכל איז, ער האט זיך נישט אויפגעפירט ווי א קינד צו א מאמע, נישט בחייה, און נישט ביים מספיד זיין.

קיינער לאכט נישט ווען א מענטש איז חלילה בצער, קיינער האט נישט געלאכט ווי ר' אייזיק ווייס פון ירושלים אדער דער יאווזשנער רב האבן היינט גע'בוכה'ט ביים פראטעסט אין וואשינגטאן.

אבער ווען איינער איז א היפאקריט, און א קאלטער פאליטישן, און ער "מאכט זיך וויינען" רופט דאס ארויס געלעכטער.
יא!
ווי פאני עס הערט זיך, אז א קינד קען זיך "מאכן" וויינען ביי זיין מאמע'ס לויה! 


דיין געוואלדיגע קשיא: "וואס איז דיין פוינט? אז ער האט נישט ליב געהאט זיין מאמע?"
די קשיא פרעגן מיר שוין לאנגע יארן, סיי בנוגע דעם טאטן און סיי בנוגע די מאמע!
נאר מיר האלטן שוין ביי די תירוצים, נישט ביי די קשיות!

אבער נישט אלעס האט דער גאנצער ציבור מיטגעהאלטן, אבער די לויה האט יא א גרויסער ציבור מיטגעהאלטן, און ס'האט ארויסגערופן געלעכטער ווי נאריש א 62'יעריגער מענטש קען זיך אויפפירן.

אויסצונוצן זיין מאמע'ס לויה פאר אביסל אטענשאן סיקינג בעבישקייט.

הלואי וואלט איך געקענט שרייבן, ווי שיין ער האט מספיד געווען די מאמע, און ווי בכבוד'דיג ער האט זיך אויפגעפירט. ער איז פארט דעם רבינ'ס א קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 00:49 לינק ישיר 

ראדני_קינג; ווען דו מאכסט דיין אויספארשונג ווער אויך געוואויר פארוואס ר' אהרן איז נישט אריינגעקומען צו די מאמע ביי יציאת נשמה, ווער האט אים דעמאלס נישט אריינגעלאזט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.