בית פורומים אידישע געדאנק

זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/7/2010 00:54 לינק ישיר 

דאס האב איך שוין אויסגעפארשט, און לפי השמועה איז עס ווייל ער האט איר געוואלט ציפיקסן פארן צישטערן די רב הצעיר.

פארענטפערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 01:04 לינק ישיר 

אה טאקע דאס איז א סעמפל פון א גדול הדור, לייגט אוועק די אייגענע געפילן אין א זייט צו פארפאסן די מאמע'ס יציאת נשמה אלעס ווייל זי האט נישט געלאזט אז כלל ישראל זאל זוכה זיין צו אזא רב הצעיר ווי ר' אהרן טייטלבוים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 01:22 לינק ישיר 

פארוואס ר' אהרן איז נישט געווען ביי יציאת נשמה איז נישט אזוי גרויסע קשיא.

פארוואס ער איז געפארן וואקאציע ווען זיין מאמע איז געווען קריטיקל, איז אסאך א גרעסערע קשיא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 04:12 לינק ישיר 

יעצט העמיר זיך נעמען צים נעקסטן שלב:

בעצם איז ר' אהרן'ס הספד [אויסער דעם איינעם זאץ, אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב, וואס איך וועל באזונדער אויסשמועסן] געווען א געוואלדיגער הספד, באמת פאסיג פאר א רב ואדמו"ר, ווי א אדם גדול, כדרכו, זייער ארגינעל, אייגענע אינטערסאנטע רעיונות, אנגהויבן פונעם רעיון יש "אם" למסורת, נאכדעם ווי ער האט משלב געווען די פסוקים אשה "יראת" ה' היא תתהלל און "ראשית" חכמה יראת השם, מיטן רש"י אויפן פסוק מראש צורים אראנו ומגבעות אשרנו, זאגט רש"י אני מסתכל ב"ראשיתה", נאכדעם ווייטער בא הכתוב ויחסו אחר "אהרן", ווי ער האט מרמז געווען די אבות פונעם מאמע, וכדומה, וכדומה, בכלל זיין עצם וועג וויזוי ער האט גערעט ווי די בכיות האבן זיך אזוי ציביסלעך געהויבן, איז זייער מעורר הלב, ווייל עס קלינגט זייער נאטורליך, פארפאלן ר' אהרן טויג דערצו, און ער איז ידיעה אין די וועלט פאר דעם, אוואדי דער זאלי וועט עס קיינמאל נישט מודה זיין און קיינער ערווארט עס נישט, אבער ער איז ידועה אלס איינער וואס האט אלס גרייט אויף יעדן פאל זייער פאסיגע אייגענע רעיונות, ס'דערמאנט מיך זייער ווי די וועג וויזוי דער רבי ז"ל בעל דבר"י פלעגט זאגן דברי התעוררת, אויך אלס געהאט ארגינעלע אייגענע רעיונות, דברים נחמדים, געזאגט אלעס שטאט און מיט א שטיקל תניעה,  און אויך די דמעות ובכיות איז אויך געגאנגען אויף דעם סגנון, יעצט צרייסט מיך נישט אז איך בין מדמה ר' אהרן צום רבי'ן, לגמרי נישט, איך רעד נאר פון דעם איינעם פרט דער סטיל וויזוי ר' אהרן זאגט דברי התעוררת,

אויב איך זאל צישטעלן ר' אהרן'ס הספד צו די איבריגע מספידים איז עס מיינע אויגן מיטמאל דומה, ר' אהרן'ס הספד איז און א קלאס פאר זיך, אין אלע הינזיכט, און תוכן, און סגנון, און התעוררת ס'איז אן אנדערע לעוועל אינגאנצן,

וואס יא, ר' ליפא'ס הספד איז אויך געווען זייער מעורר הלב, ווי א אמת'ער קינד וואס בענקט נאר א מאמע, איך בין זייער נתעורר געווארן פין זיין הספד, ר' זלמן לייב איז לכאורה געווען די שוואכסטע, איך ווייס נישט פארוואס, זייןר דרשה איז געווען איין לאנגע גלייכן טאן, זייער שלאפעדיג, זייער אומקלאר, צאמגעכאפט ווערטער, איך בין איהם נישט דן אז ער האט ח"ו זיך געמאכט, איך מאך נישט חוזק, קען זיין ער איז געווען אויסגעמיטשעט צו וואס, אבער למעשה איז עס געווען זייער שוואך,

המשך יבוא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 04:47 לינק ישיר 

עס איז אן אלטער טאקטיק צו נעמען משוגעת'ן און עס אנרופן "אייגנארטיגער סטייל", 

אן אריינגיין אין זיינע פאליטישע מאטיוון.
קען זיין אז דער "סטייל" פון איבערזאגן די זעלבע ווערטער "טייערע מאמע, טייערע מאמע וכדומה" הונדערט מאל איז ביי דיר נושא חן, מיך גרוילט עס פשוט, ער קען רעדן 10 מינוט סלאגאנען, איבערזאגן די זעלבע זאך פופציג מאל און גארנישט האבן געזאגט!
זאלסט אויסקוועטשן זיינס א האלבע שעה'דיגע דרשה קען מען עס זאגט רואיגערהייט אין 5 מינוט.

דערנאך קומט צו זיין רעדן פון "זיך" אויף א גרויסן פארנעם וואס עקלט אויך אסאך מענטשן, און במציאות האב איך געזען אז סתם פרעמדע מענטשן זענען בכלל נישט "נתעורר געווארן" פון זיין הסבר, פארקערט עס האט ארויסגערופן א געלעכטער.
אמת, דער "יש אם למסורת" איז געווען א שיינע מליצה, אבער אפילו דאס האט צופיל מאל איבערגעזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 04:56 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
ראדני קינג, פאר די גייסט ווייטערהאב איך צו דיר געציילטע פראגעס:, די האלטס דיך פאר א נארמאלע יושר'דיגע מענטש, ענטפער מיר, האט שוין ר אהרן טייטעלבוים אמאל געטון עפעס רשעות אין זיין לעבן?, האט שוין דיין פארטיי אפגעטון מעשה נבלה?, האט שוין דיין פארטיי בכלל אמאל געטון עפעס ראנג?,אויב דיין ענטפער איז ניין אויף אפילו איינע פון די פראגעס ביסטו א זאמד-קאפ-שטעקענדע-בת היענה. און די וועסט דאן קלאר פארשטיין וויי ווי דאנט געט עלאנג 


זיכער האלט איך אז מיין פארטיי האט שוין אמאל געטאן עפעס ראנג, למשל דאס שטעכט מיר באמת זייער אז מאיז מכנה שם אלע בני יואל ודומיהם אלס "קרעציג" און "ווערמדיג", און מיינע אויגן איז דאס א היטלערישע אויסדריק ווי ער האט אפגעזיגלט אלע אידן אלס פאראזיטן, איך האלט דאס איז איינע פון די הויפט סיבות וויי ווי דאנט געט עלאנג, אז מ'קען אזעלעכע גיפט אריינלייגן און אידישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב,

יעצט איז דיין טורן, קענט איר אפשר זאגן עפעס וואס אייער פארטיי טוט ראנג?
דער ראדני איז דאך אנבעליוועבעל, איך פרעג אים צו ער קען מיר זאגן עפעס רשעות וואס זיין פירער האט געטון, די איינציגסטע זאך וואס ער קומט אויף איז דאס אז די ברך משה, האט זיך פאר פופצען יאר צירוק (בשעת כעסו) אויסגעדריקט אויף די בני יואל ווערעמדיגע,....  היש לך בת היענה גדולה מזו, דער רא"ט דיינער, האט דאך שוין אפגעטון הינדערטער חתיחות דרשעי זינט דאן,אויף יחידים און אויפן רבים, איבערגעדרייט און פארשפארט בתי מדרשים, ציבראכן אידישע שטיבער, מבזה געווען גאונים וקדושים, ביזו חיים והמתים, לצנות אויף רבתינו נ"ע, ביזיון מזיון, רציחה ממש, היזק ממון ישראל, ועוד ועוד שאי אפשר לפורטם, ווייסטו דען נישט זיין בליטיגע היסטאריע, און די האסט אויסגעקליבען אריינצישטעקן דיין גראדע גאנץ פיין קעפל און די זאמד אריין, און ארויסבליקען ווי א תמים און פרעגן וויי דאנט ווי אלל זשאסט געט אלאנג?... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 05:17 לינק ישיר 

אז דו גייסט צוריק א שלב וועלן מיר גיין מיט דיר ביינעזאם, דער הספד פון כ"ק מרן רבינו שליט"א איז געווען קורע אל הלב, עס איז געקומען נאכן זיך נישט אוועקרירן פון שפיטאל פון מוצש"ק ביים זמן ביז צו די פטירה, און פון א וואך בעפאר שלאפלאזע נעכט און זיצענדיג אין שפיטאל. אנדערש ווי דער הספד פון ר' אהרן וואס איז געקומען נאך א אויסגעשלאפענע וואך אין ניו העמפשער, געקומען "באזוכן" די מאמע פון מוצאי שבת ביז די פטירה.
 
רבינו שליט"א האט געזאגט א הספד פון הארץ בשעת ווען ר' אהרן האט געזאגט א הספד ווארט ביי ווארט פון א צעטיל, ווי דו זאגסט וואס פאסט פאר א מנהיג הדור.
 
אבער פארוואס זיך טענה'ן אויף נארישקייטן, דו האסט זייער גוט געזאגט, ר' אהרן האט געזאגט א הספד ווי א גרויסע רבי וואס איז מספיד א אשה חשובה, און נישט ווי א קינד וואס איז מספיד א מאמע אזוי ווי די אנדערע מספידים, און יא, דעם איין זאץ וואס דו ווילסט דייקא נישט רעדן האט ער שוין יא גערעדט עפעס וועגן א מאמע צו א קינד האט ער געמוזט מישן פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 05:54 לינק ישיר 

בעצם דעם גאנצן טיפשות פון רעדן ביים הספד פאליטיק האט לויט ר' אהרן'ס קליינע מח געדארפט זיין א ענטפער אויף דעם הספד פון רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג וואו דער רבי האט אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם פאקט ווי שיין מ'האט די רעבעצין ע"ה מכבד געווען איבערהויפט די לעצטע פאר יאר, ער האט שיין גערעדט פון זיין ברודער דער זענטער רב וואס האט זיך איבערגעגעבן מיט מסירות נפש פאר די מאמע. ר' אהרן האט אויף דעם געבלוטיגט, דער אמת האט אים געפאטשט אין פנים האט ער מיט זיין גרויס טיפשות פרובירט איינצורעדן פאר זיינע קעלבער אז ער איז נישט געקומען ווייל מ'לאזט אים נישט אריין.
 
זאגט מיר א אהרוני היינט אז ער פארשטייט באמת נישט זיין רבי'ן, וועם און וואס פרובירט ער דא צו פארקויפן, האלט ער למשל אז איך גלייב אים אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט?! זיין רעבעצין האט געהאט דארט א אפענע טיר, זיין ברודער שלום אליעזר האט געקענט קומען ווען אימער, פונקט ר' אהרן האט מען נישט אריינגעלאזט? אלא מאי איז ער סתם נישט געווען באקוועם אריינצוגיין אין דעם הויז, טא וואס פארקויפט ער מיר דא, זאל ער זיין שטיל און פארטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 06:47 לינק ישיר 

וואס טוסטו באלאנד?, ראדני מיז יעצט אריינשטעקען ס'קאפ זיינער נאך טיפער אינעם זאמד, קוים וואס די פיס שטעקן נאך ארויס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 07:17 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
יעצט העמיר זיך נעמען צים נעקסטן שלב:

בעצם איז ר' אהרן'ס הספד [אויסער דעם איינעם זאץ, אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב, וואס איך וועל באזונדער אויסשמועסן] געווען א געוואלדיגער הספד, באמת פאסיג פאר א רב ואדמו"ר, ווי א אדם גדול, כדרכו, זייער ארגינעל, אייגענע אינטערסאנטע רעיונות, אנגהויבן פונעם רעיון יש "אם" למסורת,  וגומר
אויב איך זאל צישטעלן ר' אהרן'ס הספד צו די איבריגע מספידים איז עס מיינע אויגן מיטמאל דומה, ר' אהרן'ס הספד איז און א קלאס פאר זיך, אין אלע הינזיכט, און תוכן, און סגנון, און התעוררת ס'איז אן אנדערע לעוועל אינגאנצן, 


המשך יבוא


['באמת שיין געווען די מלא תוכן'דיגע הספד פון די מאנראער נרדף,

בכלל מיטש איך מעך ארום יארן יארן וואס די טייטש פון יש אם למסורה איז, מילא "מסורה" איז דאך פשוט טייטש מסורה, אבער די ווארט יש אם ס'יז מיר ממש נישט אריין אין קאפ, ביז איך האב געהערט ביי די לויה ווי ער טייטשט אזוי קלאר יש אם "ס'איז דא א מאמע" איז מיר ממש קלאר געווארן, נאכער איז מיר אבער צוריק שווער געווארן, התינח יש אם למסורה ווייס איך שוין וואס איז טייטש אז ס'איז דא א מאמע פאר די מסורה, אבער רבוש"ע וואס איז טייטש יש אם למקרא, דער יש אם ווייס איך נישט, איך ברויך נישט קלערן לאנג, רוה"ק הופיע ער טייטש דאס אזוי שיין איר הערט וואס א חידוש, יש אם - די צווייטע - טייטשט אקוראט די זעלבע ווי די ערשטע,

דאס מיז מיר מודה זיין הייסט א תוכן'דיגע הספד, געהעריג עברי טייטש ווי אין כתה ד', וואס איז די קינדער דארפן נישט פארשטיין?

אזוי איז אנגענגעגאנגן די גאנצע תוכנדיגע היספד יעדע פוינט האט מען איבער געזאגט אויף יעדען שפראך אין לשון אין לענגוויטש כסגנון פוןנעם באוויסטן תוכנדיגע בעל דרשן,

אויף די חלק התעוררות איז ניטאמאל וואס צודינגען נחלי דמעות האט זיך געגאסן ווען ער האט געשריגען אין מייק וועעעעעעעע מ-א-מ-י, דער עולם האט נישט געוויסט צו דער קעניג געזעגנט זיך פון שטאט אדער גאר האווערד דיען האט געווינען אייאווע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 07:27 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
פארפאלן ר' אהרן טויג דערצו, און ער איז ידיעה אין די וועלט פאר דעם, אוואדי דער זאלי וועט עס קיינמאל נישט מודה זיין און קיינער ערווארט עס נישט, אבער ער איז ידועה אלס איינער וואס האט אלס גרייט אויף יעדן פאל זייער פאסיגע אייגענע רעיונות, ס'דערמאנט מיך זייער ווי די וועג וויזוי דער רבי ז"ל בעל דבר"י פלעגט זאגן דברי התעוררת, אויך אלס געהאט ארגינעלע אייגענע רעיונות, דברים נחמדים, געזאגט אלעס שטאט און מיט א שטיקל תניעה,  און אויך די דמעות ובכיות איז אויך געגאנגען אויף דעם סגנון, יעצט צרייסט מיך נישט אז איך בין מדמה ר' אהרן צום רבי'ן, לגמרי נישט, איך רעד נאר פון דעם איינעם פרט דער סטיל וויזוי ר' אהרן זאגט דברי התעוררת,



קיינער צורייסט דיך נישט מ'קאטשעט זיך פאר גלעכטער ווי די דערמאנסט דיך פון רביה"'ק ווען די הערסט א הינט בילן....

וועגען די אייגענארטיגע רעיונות, דעס איז דאך מתוק מדבש, אבער דאס איז נאר וועםן ער זאגט עס אנעם צעטיל, א שטייגער די אויסגעפיצטע פרויען נאך די חתונה ביי די שארטקאטס, עפרא לפומיה וכו' וכו' וכו'

אבער די פארגעשריבענע צענזורירטע גמרה שיעור, דעס קען נישט אנגערופן רעיונות,
בכלל די תניעה וואס די ביזט זיך אזוי מתענג מיינסטע אוואדאי די שברים תרועה'ס, איך פארשטיי דיין טעיסט, על טעם ורעם אין להתוכח, די דמעות זענען נאר געווען ליודעי חן איך קען נישט קאמענטירן אויף דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 08:44 לינק ישיר 

ראדני,
די גלייבסט טאקע אז די גייסט יעצט אהער קומען, זיך נעמען רעדן ווי א מעסיגער פארשטאנדיגער אהרוני, אין מסביר זיין מיט ארונישע "פאקטן".. הסברים פארוואס ר' אהרן איז נישט געווען קעריוז אין צודרייט ביים רעדן פון זיינע 10 יאר עגמת נפש אין צער ביים הספד פון א מאמע'ס לוויה,

ר' ראדני, די וועסט נישט טוישן קיינעמס מיינונג אויף דיין רבי'ן, ווארום, מיר האבן גאנץ אנדערע "פאקטן" סייווי, וואס וועט נישט קענען טראגן דיין בנין וואס די ווילסט דא בויען צו פארענפערן ר' אהרן דא.

ווי למשל איין פאקט ווי מ'טייל מיר זיך שוין, אין טאקע נאך פאר די הייבסט אן דיין הסבר, איז צו מ'האט עם יא אריינגעלאזט אין ער האט געקענט קומען ווען ער האט געוואלט אדער נישט, וואס דיין שמועס דא איז אסאך תולה אין וועלעכע "פאקט" מ'נעמט אן, אין מיר האבן אנדערע פאקטן ווי אייך..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2010 09:11 לינק ישיר 

האלטס ענק רואיג רבותי, איך וועל עווענטועל זיך נעמען צו דעם זאץ פון "נישט אריינלאזן אין שטוב" פון דעם הספד, און איך ווארן אייך שוין אז איר זאלט רעזערווירן אלע אייערע ווילדע רעטאריק פאר דעמאלטס, ווייל מיין אנאליז וועט אייך לכאורה זייער נישט שמעקן, אבער מה יעשה אז ס'דאך נישט מער ווי יושר אז ביידע זייטן פון שטעקן דארפן געהערט ווערן, און רייסט מיך נישט אראפ פאר דעם,

כבוד הניק אייזנבאך, פאר איך גיי ווייטער שפיר איך פאר וויכטיג אייך צו מגלה זיין, אז איר האט מיך אינגאנצן נישט גוט פארשטאנען מיט וואס איך האב גאזאגט בנוגע "ווערמיג" און "קרעציג", כאילו איך האב גאר אינזין געהאט דעם ברך משה, לגמרי נישט, ס'אויף קיין רגע נישט אריבער מיין מח, כוונתי איז בלויז געווען אז ס'באדערט מיך אז עד היום הזה זענען דא אסאך אינעם ארונישן לאגער וואס קוקן אן די בני יואל אלס סאב-יומענס רח"ל, כאילו זיי זענען עפעס אנדערע סארט באשעפענישן, איך האלט אז אזעלעכע מחשבות איז שרעקליך, שרעקליך, ווען ביידע צדדים וואלטן אויסגעריסן די גיפטיגע מחשבות, we would of gotten along a while ago, והשתא דאתיין להכי, אז איך האב ארויסגעברענגן א עוולה פון מיין פארטיי, איז דיין רייע, איך וועל עס מאכן גרינגער פאר דיר איך וועל דיר נישט בעטן צו זאגן א נעגעטיווע זאך פון דיין פארטיי, איך ווייס דאס איז שווער פאר א מענטש, זאג מיר כאטש איין פאזיטיווע זאך וואס די קענסט זאגן אויף ר' אהרן, עפעס, קוק, דו האסט ערווארט פון מיר אז איך זאל גיין אזוי ווייט און מודה זיין אז ר' אהרן איז א "רשע" און עפעס ווייניגער ווי דעם בין איך א בת היענה, מיין איך אז איך מעג פארלאנגען פון א גרינגע זאך ווי בלויז זאגן איין פאזיטיווע זאך אויף ר' אהרן, אנדערש וועל איך לויט "דיינע" סטאנדערטס דיך מוזן אפזיגלן אלס א בת היענה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 16:25 לינק ישיר 

ער איז געוואלדיג בא'חנ'ט, א גוט וואט אייביג אויפן פלאץ, ער פאטשט ווי א מומחה,א וואונדערבארע בעל תפלה, וואשט אויס אידישע הערצער בכל עת, רבותי העלפטס מיר ארויס ווייל איך לויף אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 17:16 לינק ישיר 

ראדני דארפסט שוין גארנישט פארענטפערן, נעכטן איז דער גרויסער מח און סטראגעטיסט ענקערער, מתתי' דייטש, געזיצן כדרכו אין רעסטוראנט און געפרעסן האט אים איינער געפרעגט, דו שעמסט זיך נישט אזאכע שטותים רעדט דיין רבי?! האט מתתי' געענטפערט "ער מוז דאך עפעס געבן פאר די מיטעלמאנ'ס אויך"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.