|
|
| נשלח ב-7/7/2010 20:37 |
|
| |
| zibala כתב: |  |
['באמת שיין געווען די מלא תוכן'דיגע הספד פון די מאנראער נרדף,
בכלל מיטש איך מעך ארום יארן יארן וואס די טייטש פון יש אם למסורה איז, מילא "מסורה" איז דאך פשוט טייטש מסורה, אבער די ווארט יש אם ס'יז מיר ממש נישט אריין אין קאפ, ביז איך האב געהערט ביי די לויה ווי ער טייטשט אזוי קלאר יש אם "ס'איז דא א מאמע" איז מיר ממש קלאר געווארן, נאכער איז מיר אבער צוריק שווער געווארן, התינח יש אם למסורה ווייס איך שוין וואס איז טייטש אז ס'איז דא א מאמע פאר די מסורה, אבער רבוש"ע וואס איז טייטש יש אם למקרא, דער יש אם ווייס איך נישט, איך ברויך נישט קלערן לאנג, רוה"ק הופיע ער טייטש דאס אזוי שיין איר הערט וואס א חידוש, יש אם - די צווייטע - טייטשט אקוראט די זעלבע ווי די ערשטע,
דאס מיז מיר מודה זיין הייסט א תוכן'דיגע הספד, געהעריג עברי טייטש ווי אין כתה ד', וואס איז די קינדער דארפן נישט פארשטיין?
אזוי איז אנגענגעגאנגן די גאנצע תוכנדיגע היספד יעדע פוינט האט מען איבער געזאגט אויף יעדען שפראך אין לשון אין לענגוויטש כסגנון פוןנעם באוויסטן תוכנדיגע בעל דרשן,
אויף די חלק התעוררות איז ניטאמאל וואס צודינגען נחלי דמעות האט זיך געגאסן ווען ער האט געשריגען אין מייק וועעעעעעעע מ-א-מ-י, דער עולם האט נישט געוויסט צו דער קעניג געזעגנט זיך פון שטאט אדער גאר האווערד דיען האט געווינען אייאווע
|
|
זיבעלע אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן פון דעם מאך נאך נישט ליצנות, סיי אין חיד"א סיי אין של"ה הק' און אין נאך ספרים שטעלט מען זיך אויף דעם לשון יש אם, און פארוואס בנין אב איז א לשון פון א טאטע, מען רעדט דערפון
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2010 20:42 |
|
| |
זיין גרעסטע מעלה איז אז ער גייט אויף די צוויי פאדערשטע, כן נראה לפענ"ד,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2010 20:51 |
|
| |
| באלאנד כתב: |  | בעצם דעם גאנצן טיפשות פון רעדן ביים הספד פאליטיק האט לויט ר' אהרן'ס קליינע מח געדארפט זיין א ענטפער אויף דעם הספד פון רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג וואו דער רבי האט אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם פאקט ווי שיין מ'האט די רעבעצין ע"ה מכבד געווען איבערהויפט די לעצטע פאר יאר, ער האט שיין גערעדט פון זיין ברודער דער זענטער רב וואס האט זיך איבערגעגעבן מיט מסירות נפש פאר די מאמע. ר' אהרן האט אויף דעם געבלוטיגט, דער אמת האט אים געפאטשט אין פנים האט ער מיט זיין גרויס טיפשות פרובירט איינצורעדן פאר זיינע קעלבער אז ער איז נישט געקומען ווייל מ'לאזט אים נישט אריין.
זאגט מיר א אהרוני היינט אז ער פארשטייט באמת נישט זיין רבי'ן, וועם און וואס פרובירט ער דא צו פארקויפן, האלט ער למשל אז איך גלייב אים אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט?! זיין רעבעצין האט געהאט דארט א אפענע טיר, זיין ברודער שלום אליעזר האט געקענט קומען ווען אימער, פונקט ר' אהרן האט מען נישט אריינגעלאזט? אלא מאי איז ער סתם נישט געווען באקוועם אריינצוגיין אין דעם הויז, טא וואס פארקויפט ער מיר דא, זאל ער זיין שטיל און פארטיג. |
|
איינער האט מיר היינט נאכגעזאגט א גוט ווארט פונעם מנחת אלעזר דער מנחת אלעזר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף איינעם און געזאגט ער איז "א כלב" האט מען אים געפרעגט, ס'איז נישט שיין אזוי צו רעדן האט ער געזאגט "זיין מעג ער, זאגן טאר מען נישט"
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2010 22:10 |
|
| |
וואלן, איך האב געמיינט אז דו ביסט א ארוני? אזוי צו רעדן אויף אן אייגענעם רבין?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 00:56 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  |
זיבעלע אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן פון דעם מאך נאך נישט ליצנות, סיי אין חיד"א סיי אין של"ה הק' און אין נאך ספרים שטעלט מען זיך אויף דעם לשון יש אם, און פארוואס בנין אב איז א לשון פון א טאטע, מען רעדט דערפון |
|
אה, הייסט זיי זאגן שוין אז אם טייטשט מאמע? אויש כ'האב געמיינט אז דיין רעבע האט עס מחדש געווען, און אב טייטש טאטע גוט גוט איך מאך שוין פראגרעס,
טיפש מרחם, ליצנות פון וואס אז א זוהן לערנט פאר פאר חדר קינדער גמרא מיט טייטש? דעס האט די חיד"א געטוהן? ביטע מער ספעסיפיק וואס די צילסט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 07:35 |
|
| |
יעצט וועל איך מיך קאנצעטרירן אויף דעם לאנג ערווארטע אנאליז אויף דעם איינעם זאץ פון הספד,
איז אזוי, קודם, וויל איך ארויסברענגען אז פאר ר' ליפא מיטן מאנסיער רביצין הינדא, זיך צו גרויסן אז זיי האבן זיך אזוי פיזיש אוועקגעגעבן פארן וואוילזיין און געזונט פון די עלטערן און די צייט וואס ר' אהרן גארנישט, איז סתם א טיפשות, ר' אהרן איז קיינמאל נישט געווען אין קיין פאזיציע ער זאל קענען טון עפעס פאר זיי, קוים וואס ער איז געווען ביכולת צו זאגן א גוטן טאג פאר זיינע עלטערן, עכ"פ זיכער נישט אויף דעם אופן וואס א געווענליכע קינד קען, די איינציגע וועג וויזוי ער וואלט געקענט זיך מטפל זיין מיט זיינע עלטערן איז נאר דורכן גיין אין פעמילי קארט, פארלאנגען די אפיטרופוס-שאפט, און דאס פונקטליך האט ער דאך געטאן אן ערפאלג, און ס'נישטא קיין שום סיבה צו קלערן אז אלימלא ווען ר' אהרן וואלט געווען דער אפיטפרופוס וואלטן די עלטערן באקומען עפעס שוואכערע באדינונגען, ווי וואס ליפא האט געטאן, ר' אהרן און רביצין סאשע, זענען ידוע אז זיי האבן ציטריט און פראטעקציע צו די גרעסטע דאקטורים, זיי האבן א מיליטער פון משרתים און יוצא משרתיו, וואס וואלטן זייער שיין קעיר גענומען פון זיי,
און איך וויל ח"ו נישט מינימיזירן ליפא'ס געטריישאפט, שכרו הרבה מאוד, אבער ליפא ט"ב איז נישט דער איינציגער קינד אויף דער וועלט וואס באדינט אלטע אינוואלידע עלטערן, דאס איז א סדר העולם זייט די וועלט שטייט, מיין באבע זאל ריען אין לעכטיג גן-עדן, האט אויך ליידער בסוף ימיו געדארפו ציקומען צו אסאך הילף, איר האט נישט קיין אהנונג וואסארא מסירת נפש פעטער ברוך מעכיל זז"ג האט זיך אוועקגעגעבן און קיינער האט איהם נישט אויסגערומט ביי קיין לוי' און זיכער נישט פאר טויזענטער מענטשן, עטס מיינטס אז פעטער ברוך מעכיל העט באקומען ווייניגער שכר ווי ליפא טייטלבוים, און מרת הינדל הלברשטם,
יעצט פאר איך גיי ווייטער דארף איך מקדים זיין 2 קריטיש וויכטיגע הקדמות, איינס איז א מאמר חז"ל אין מס' קידושין לא ע"א, און דער צווייטער איז א רעקארדירטע קאסעטע פון לערך שנת תשס"ד,
דער מאמר חז"ל זאגט אזוי: תני אבימי בריה דרבי אבהו, יש מאכיל לאביו פסיוני וטורדו מן העולם, ויש מטחינו בריחים ומביאו לחיי העולם הבא
ד"מ, עס קען זיין א היכי תמצא וואס איינער זאל געבן צו עסן פאר זיין פאטער פעטע גענז אבער ער וועט גאר נענש ווערן דערפאר, און אין די זעלבע צייט קען זיין א היכי תמצא וואס איינער זאל זעצן זיין פאטער ארבעטן ביטער שווער ביי א מיל און גאר זוכה זיין צו עולם הבא, פארציילט אונז די גמרא אין ירושלמי אז איינער האט געגעבן צו פיטערן די טאטע פעטע גענז, און די פאטער האט איהם געפרעגט פון וואנעט האסטו אזעלכע טייערע פליישן האט דער זוהן געענפערט, "שווייג! און נעמדעך קייען" ווי איינער זאגט ס'נישט דיין עסק, נעמדעך פרעסן, ווייטער איז געווען א אלטער טאטע וואס די רעגירונג האט איהם געלאזט רופן צו שווערע צוואנגס ארבעט, האט דער זוהן געזאגט, "טאטע דו בלייב דא טון די גרינגערע ארבעט, ביים מיל, און איך וועל גיין אנשטאט דיר צו די רעגירונג",
היוצא לנו מזה פון דעם מאמר חז"ל אז די מצוות כיבוד אב ואם ווערט נישט געמאסטן פון וואס מ'זעהט אויבערפלעכליך, עס ווענד זיך און די ארומיגע אומשטענדן אין די וועג וויזוי מ'גייט זיך צו צי די עלטערן,
יעצט לשבר את האוזן בימינו אלו, וויזוי ס'קען זיין אזא היכי תמצא, אמשיל לך משל נאה, משל למה"ד, איינער פארט אויף וואקאציע קיין פלארידע מיט זיין פאמילע, זיצנדיג אויפן עראפלאן מערקט ער א אלטער ריטייערטער איד ציזאמען מיטן זוהן, און ווי עס קוקט אויס לפי ראות העין, באגלייט דער זוהן דעם אלטן טאטן ביז פלארידע איהם צו באדינען, נו, וואס קען דען זיין א שענערע זאך פון דעם? דערווייל ווייסט קיינער, אז ממש יענעם נאכט איז די חתונה פונעם עלצטן אור-אייניקל פון דעם אלטען טאטען און דער זוהן שלעפט איהם אוועק און א זמן וואס ער גייט קיינמאל קיין פלארידע ווייל ער פירט א פאליטיק מיטן ברודער, דאס מיינט מאכיל לאביו פסיונו, מ'פירט דעם פאטער צו שיינע קור-ערטער, אבער טורדו מן העולם, די זעלבע פארקערט, לאמיר זאגן איין טאג עפענט איר אויף די חרדישע צייטונג און זעהט א גרויסע בילד מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "רבם דקרו", און עס ווערט באריכטעט מיט גרויס דראמאטיע אז א "אייגען" קינד רופט א "אייגן" טאטע אין געריכט, און דער צייטונג לייגט גרויס דגוש אויף די ווערטער "אייגן" קינד, "אייגן" טאטע, און ווייניג דגוש אויף די עצם תוכן פון די א"ג קלאגע, נו, אזוי לפי ראות העין, וואס קען דען זיין א געמיינערע זאך ווי דעם, דערווייל שטעלט זיך ארויס אז ווי וואס ווען, דא רעט מען פון א זוהן וואס פארלאנגט פשוט די אפטרופוס אויף זיינע עלטערן ווייל דער ברודער ליידער אביוזד די פאטער מיטן טאג און נאכט דערקיטשן און העצן און אים פייניקן ווייל ער האלט אזוי וועט ער אפטין זיין ברודער, דאס מיינט מטחינו ברחיים, ער שלעפט אים מעגליך אראפ אין געריכט, אבער מביאו לחיי העולם הבא, ווייל דאס וועט אפראטעווען זיין פאטער מפני נוגשיו,
כל האמור לעיל איז נאר א משל איך זאג נישט צו ס'איז אזוי טאקע געווען צו נישט, נאר פשוט לשבר את האוזן פארשטייט זיך גוט עפעס ע"פ משל
דאס איז דער ערשטער הקדמה,
הקדמה 2, דער באקאנטער קאסעט פון שאול פערלשטיין מיטן ברך משה, ווי ער העצט דעם ברך משה קעגן זיין אייגן זוהן, און דער ברך משה אין גרויס אנגסט פרובירט בכל אופן עס נישט מקבל זיין, אבער פערלשטיין לאזט נישט נאך און דרייט און שרייט, דער אמת איז איך וויל לעולם נישט עפענען אלטע וואונדען און חלילה באשמוצן ר' שאול קען זיין ער האט שוין תשובה געטאן, און איך וויל חלילה נישט מעורר זיין אן אלטע איבה וואס חסידי ר' אהרן באקומען ווען זיי הערן די טעיפ, אבער די מציאות איז אז דער קאסעט איז פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן פון די גאנצע קורות הסאטמארע מחלוקה, און ליידער מוז דאס ארויפגעברענגט ווערן
איך ווייס אז די זאליס שרייען חי וקיים אז ס'קיין שום עוולה נישט געווען די העצן, און זיי האבן הויפנס תירוצים, מ'ווייס מיר דאס אלעס, אבער דער פאקט איז אז דערווייל האט נאך קיינער נישט אפגעלייקנט אינעם אטענטישקייט פונעם קאסעט, און דער שכל זאגט אז דאס איז אוואדי נישט געווען די איינציגע מאל, און לפי ראות העין קוקט עס אויס מילד גערעט, זייער עקלדיג,
לפי זה, איז אזוי ר' אהרן אין די איבריגע חלק המשפחה דעימיה, האבן מיט רעכט געהאלטן אז אלס חיוב כיבוד אב ואם ברויך ער טאן כל מה שבידו צו ווי שנעלער אפשטעלן די צער ועגמת נפש פון זיין טאטע, און דער אמת איז יעדער האט געקענט זעהן אז אין יענע שווערע תקופה פונעם ברך משה האט מען געזען אז ער איז נעבעך זייער ציגעלייגט און נישט גוט געלאנט, און ס'לייגט זיך אויפן שכל אז ליידער איז דאס פון די ווייטאג אז זיין זוהן האט לויט זיינע אפטרופסים, אויף דער עלטער מורד געווען אין איהם
פאר ר' אהרן צו אפשטעלן דעם פייניקונג, אט דער סארט כיבוד אב איז אינגאנצן אן אנדערע סארט כיבוד אב ווי געווענליכע כיבוד אב, געווענליך ווען איינער טוט עפעס פאר די עלטערן אפי' ווען ס'קומט אן זייער שווער, איז עס פארט א רעספעקטירטפולער אקט, א אקט וואס מ'קען זיך גרויסן דערמיט, און נעמען כבוד, אבער דער סארט כיבוד אב האט ר' אהרן זיך געדארפט אריינווארפן אין מאראסט, און טאן עפעס וואס לפי ראות העין האט עס אויסגעקוקט ווי א דבר בזוי, גיין אין קארט, דאס איז שוין א גרויסע נסיון געווען, פארשטייט זיך אז ר' זלמן לייב האט זיכער געמאכט אז זאל טאקע זיין לפום צערא אגרא, און אויפגעשפילט מיט סענזאציע, די גאנצע קארט, מיט בילדער אין גרויסער קידוש לבנה אותיות, וכו'
יעצט מיט די 2 הקדמות וועל איך ציטרעטן צום הספד זעלבסט, נאר קודם וויל איך זאגן א זייטיגע וויכטיגע נאטיץ, איך האלט אז פאר ר' אהרן און ווי אויך די חלק משפחה וואס איז מיטגעשטאנען מיט איהם, איז די פטירה פון די עלטערן אסאך א טיפערע צער ווי די אנדערע קינדער, ווייל ליפא און רז"ל האבן פארלוירן זייער עלטערן אין די טאג פון די פטירה, אבער ליידער ר' אהרן ודעימיה האבן אין א געוויסן זין שוין פארלוירן זייערע באליבטע עלטער 7-10 יאר פריער, דאס איז זייערע א פיינפולער זאך, אז מ'נעמט מיט געוואלד אוועק זיינע אייגענע בלוט אין פלייש, נאך בחייו, מ'האט אלס געקענט זעהן אויף ר' אהרן'ס פנים ביי זיינע אייגענע שמחות, בחייו פון זיין טאטען, ער האט אויסגעקוקט ווי א אבל, בלי גוזמא, מ'האט געקענט זעהן אז ער איז אין א טיפער צער, ליידער בימי שמחתו, און יעצט ווען ער האט זיך געזעגנט פון זיי לנצח, האט עס נאטורליך שטארק אויסגעקלאפט די טיפער ווייטוג אין זיך אויסגעגעבן,
יעצט דער הספד; איך האלט אז ר' אהרן'ס עיקר זארג דורכאויס די תקופה, אויסער זיין פערזענליכע ווייטאג אז ער האט נישט געהאט קיין ציטריט צו די עלטערן, איז ער בעיקר געווען באזארגט אז אפשר האט ער נישט גענוג געטאן צו מציל זיין זיינע עלטערן מפני נוגשיו, [און איך טרוי מיך צו זאגן אזא שארפע אויסדרוק "נוגשיו", "פייניקער", צוליב די פערלשטיין קאסעט, וועגן דעם האב איך מקדים געווען דעם וויכטיגן הקדמה], ער האט זיך געזארגט צו ער קען זאגן רואיגערהייט ידינו לא שפכו הדם הזה, ממילא באותו זמן וואס ער האט מפייס געווען זיין מאמע, תיכף נאכן זאגן די ווערטער "מאמע זיי מיר מוחל" האט ער געזאגט איך האב געטאן כ"מ שידי מגעת צו מכבד זיין די עלטערן, איך האלט אז ער האט און ספעציפיש געמיינט די פעמילי קעיס, ווי ער האט זיך משפיל ומבזה געווען פאר די גאנצע וועלט און מיט מסירות נפש געטאן אלעס צו פארגרינגערן דאס לעבן פון די עלטערן, און בעולם האמת ווייסט מען דעם אמת, אז ס'קען אמאל זיין א זוהן זאל זעצן דעם טאטן ארבעטן שווער ביי א מיל און גאר טאן די שענסטע פאר די עלטערן, דאס איז געווען א פיוס והתנצלות ווען ער האט זיך געזעגנט פון די עלטערן,
איך האלט אויף אזוי ווייט אז ר' אהרן האט געהאט עפעס א אויסטערלישער סייעתא דשמיא מיטן פעמילי קעיס, ווען ער טוט עס ווען נישט וואלט ער זיך אפשר קיינמאל נישט געקענט מוחל זיין אז אפשר האט ער נישט גענוג געטאן צו מציל זיין זיינע עלטערן
זעלבסטפארשטענדליך אז פאר ר' ליפא און ר' זלמן לייב האט עס זייער נישט געשמעקט, איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן געשפירט אז זי וויל זיך באגראבן לכאורה, אבער אויב נעמען זיי קרעדיט פאר זייערע שיינע מעשים און זייער געטריישאפט צו זייערע עלטערן, ווי זיי האבן מאכיל געווען פסיוני, מעג ר' אהרן אויך נעמען קרעדיט פאר זיין מסירות נפש פאר זיינער עלטערן, אפשר טאקע מטחינו ברחיים, אבער, מביאו לחיי העולם הבא!
עד כאן דער אנדערע זייט פון די מטבע, וואס איך האלט אז עס אלס יושר מעג עס עכ"פ געהערט ווערן.
איך וויל נאר זאגן א הבהרה וגלוי דעת, אז איך ווייס באמת נישט צו איך וועל קענען רעאגירן אויף אלע תגובות, פאר 2 סיבות, איינס איך האב נישט קיין סאך צייט, ושנית והוא העיקר, אז היות די סאטמאער מחולקה איז שוין קע"ה צום גוטן 10 יאר אלט, און אלע טענות ומענות זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף היידפארק צען טויזנט מאל, בלי גוזמא, און איך ווייס שוין סייווי פונקטליך וואס די תשובות וועלן זיין, האב איך פשוט נישט קיין געדולד זיך צו אריינלאזן אין לאנגע פארצויגענע וויכיחים אויף ענינים וואס יעדער ווייסט שוין ממילא וואס די צדדי הטענות זענען, למשל אזא איינער ווי פארמעגליך וועט לכאורה זאגן אז איך בין א חלה דעקל און קיי שטרוי, מסכים איך לאז, אן אנדערער וועט זאגן אז רא"ט איז געפערליכער שייגאץ און ס'קומט אים אהיים, א דריטער וועט זאגן אז אלעס איז ליגנט, א פערטער תנא קמא, וועט שפילן cool, און זאגן אז "די וועלט רייסט זיך פאר געלעכטער פון אהרן", זאג איך אייך מיינע פריינד איך ווייס שוין פאראויס די אלע זאכן, דאס גאנצע ציל וואס איך האב דא איז בלויז ארויסברענגן דעם אנדערן זייט פונעם מטבע, ותו לא,
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 08/07/2010 07:53:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 17:29 |
|
| |
ראדני! איך האב געוואוסט אז דו קענסט
אבער אזוי גוט!
יעצט א ווארט צו זיבעלע, איך קען דיר נישט פערזענליך, און איך ווייס נישט ווען דו האסט די לעצטע מאל געלערנט א שטיקל גמרא, ממילא פרעגסטו ווי א תם, איך געב דיר א מראי מקום ווי צו קוקן, אויב פארשטייסטו איז גוט, און אז נישט פרעג דיין מלמד, אבער צו מיר קום נישט צוריק, ווייל א בר דעת וואס האט אמאל גלערנט א אידיש ווארט ווייסט וואס איך מיין
קוק אין של"ה תושבע"פ כלל בנין אב
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 19:33 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  | יעצט וועל איך מיך קאנצעטרירן אויף דעם לאנג ערווארטע אנאליז אויף דעם איינעם זאץ פון הספד,

תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 08/07/2010 07:53:49 |
|
ראדני קינג האט הערליך אראפגעלייגט זיין זייט פון די מטבע, אזש אז די דעקלעך האבען עס אדאפטירט און ארויפגעלייגט אויף זייער פורום, הפנים זיי האלטען אז דאס איז טאקע די באמבע צו פארענטפערען די בעיבישע זעלבסט באקלאגעכץ פון זייער רעבע. איצטער וועל איך פרובירען צו אראפלייגען די אנדערע זייט פון די מטבע, איך האב נישט ראדני'ס פעדער אבער איך האב די פאקטען מיט מיר איז דאס א גרינגערער ג'אב. קודם א הקדמהלע אמת אהרן ט"ב האט נישט געקענט טון וואס זענטע רב און רעביצין האלבערשטאם האבען געטון זיך פיזיש אוועקגעגעבען פאר די עלטערען מחמת כמה טעמים, אריינגערעכענט אז ער איז א וועלטס אויסגערופענער שוטה און צו באדינען פיזיש עלטערען אין די מצבים דארף מען נוצען שכל וואס דאס האט ער זייער מצומצםדיג. נאך א סיבה ווייל ער איז און זיין דמיון א "חכם ואינו לפי כבודו" עס פאסט נישט אז א רב זאל זיך ארומשלעפען צו דאקטורים און אפטייקען, זיין פארנומען פיזיש א גאנצען טאג מיט געבען צו עסען לייגען שלאפען און אלע ארומיגע באדערפענישען. דאס איז פארשטענדליך און דאס מאכט זיך ביי יעדער משפחה אז עס פאלט ארויף אויף איינס אדער צוויי קינדער צו טון די פיזישע ארבעט און די איבעריגע קינדער פרובירען ארויסצונעמען זייער חלק אויף אנדערע אופנים. אבער ווי פארשטענדליך אז די איבעריגע קינדער פארשטייען אז די קינדער וואס געבען זיך יא אוועק יומם ולילה, שליחי דידן נינהו און מיטען פולסטען רעספעקט באדאנקט מען זיך פאר זיי פארען פיזיש אוועקגעבען די שטוב, די ארבעט די אייגענע משפחה פאר די עלטערען אין די גאלדענע יארען. קיינער האט נישט ערווארטעט פון אהרן ט"ב צו אריינמופען אין טאטענס שטוב און געבען צו עסען, דער טאטע כידוע האט נישט דערהויבען קיין שוטים און וואלט אים ארויסגעטראסקעט נאך 24 שעה, אבער די עזות פון רודפ'ן די געטרייע קינדער וואס געבען זיך אוועק זייער גאנצע לעבען פאר די עלטערען דאס איז א אומפארגעבליכע נידעריקייט. ווייטער איז דא אנדערע סארט נחת\עגמ"נ וואס מען קען פארשאפען פאר די עלטערען און די קינדער וואס געבען זיך נישט פיזיש אוועק פרובירען כאטש צו פארמערען די נחת און פארמינערען די עגמ"נ בכל יכולתם. דאס איז קלאר אז עס איז נישט דא קיין גרעסערע עגמת נפש פאר עלטערען ווי דאס אז אייגענע קינדער קריגען זיך. די מינומום וואס אהרן ט"ב האט געקענט טון איז צו מינימיזירען די מחלוקת אין די קהלה און משפחה, דאס איז ערווארטעט פון יעדען ערענסטען קינד. גענוג משפחות האבען די קינדער סיכסוכים צווישען זיך אויף ירושה פלענער וכדומה, און א ערענסטער מענטש איז אלעס מוותר כדי נישט מצער צו זיין דעם טאטען אויף די עלטערע יארען. רבינו הקדוש בעל ברך משה האט זיך אויסגעדריקט פרייטיג איידער די הכתרה פון כ"ק אדמו"ר שליט"א "איך האף ער וועט האבען שכל און אריינקומען, דאס איז דאך מיין שמחה". ווען אהרן האט גערופען פרייטאג נאכמיטאג זאגען א גוט שבת און נישט געמאלדען אז ער קומט אריין האט דאס רבינו זצ"ל גענומען ווי א פערזענליכע שטאך. ווען רבינו האט אויפגענומען כ"ק אדמו"ר שליט"א, אפגעזען די סיבה, אפגעזען די קאנספיראציעס וואס אהרן האט ארומגעדמיונט, אויב וואלט ער געהאט א ביסעל ערענסטקייט, וואלט ער געזאגט פאר זיינע מענטשען, פארפאלען דאס איז דעם טאטענס רצון, מיינע דמיונות ארבעטען זיך נישט אויס, מען מאכט שלום מיטען מצב אלעס כדי ח"ו נישט גורם צו זיין עגמ"נ פאר די עלטערען, איבערהויפט פאר א הייליגען טאטען. (נישט צו פארקריכען, בכלל ווי אזוי קען איינער מכלומפרשט א רבי א ערליכער איד אנדרייען א וועלט מלחמה מיט שפיכת דמים פאר זיין אייגענע כבוד? עס האט נישט קיין שום פשט נישט? איך מיין אז אפילו די חלה דעקליך האלטען נישט אז אהרן האט פשוט געמיינט צו ראטעווען כלל ישראל דורך דעם וואס ער וועט זיין דער איינציגער סאטמאר רבי) אנשטאט האט ער זיך אויפגעשטעלט האלטען די פלניא גזלנא, אנגעפירט מיט די איבערקערענישען ביי די טישען פונעם טאטען, קלאטשען וכדומה והדברים עתיקים, אויפגעשטעלט א דור פון מחוצפים וואס האבען 5 יאר כמעט מדי שבת בשבתו איבערגעדרייט דעם טאטענס בית המדרש און הייליגע טישען אויפ די עלטערע יארען. אזא "כיבוד אב" איז נישט צו ערווארטען פון א גוי, און אוודאי נישט פון א רבי'ן און אזא איינער האלט זייער ווייט פון מקיים זיין כיבוד אב ואם "עד מקום שידי מגעת". ראדני פארשטייט אז אהרן האט געחלשט פיזיש צו באדינען דעם טאטען, און פארדעם האט ער אנגעפירט דעם פעמילי קאורט. אויב האלט ער באמת אזוי, איז ער א האנארערי מעמבער פון די "דעקליך" קלאב. ער אליין שרייבט אז אהרן וואלט געהאט א גאנצע שטאב צו באדינען דעם טאטען, אויב אזוי מה נשתנה "שטאב" מ"שטאב", פארדעם דרייט מען איבער א שטאט מען קלאגט אין געריכט קבל עם ומלואו אז דער טאטע ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, אלעס צו טוישען "שטאב"? נאך א קריטישע הקדמה. דער מאמר חז"ל זאגט אזוי: תני אבימי בריה דרבי אבהו, יש מאכיל לאביו פסיוני וטורדו מן העולם, ויש מטחינו בריחים ומביאו לחיי העולם הבא ראדני ברענגט אראפ צוויי משלים, איינס אוועקטראגען דעם טאטען אויף פלארידע אין טאג פון א חתונה און די צווייטע פון רופען אין פעמילי קאורט. השתתפות רבינו הקדוש במסיבות ובשמחת מהר"א. קליינע דערמאנונג, די הויכפונקט פון די לעצטע שמחות און מסיבות וואס רבינו הקדוש האט זיך משתתף געווען צוזאמען מיט אהרן ט"ב איז געווען די לעזער פוינטערס אויף משה גבאי, מיט דעם האבען זיך משמח געווען מבכור פרעה, דער גרויסער בכור שוטה בעיבי ביז די בכור השפחה. צושטערען טישען איז געווען א דבר הרגיל, לדוגמא אריינזינגען וראה בנים אינמיטען די קרעפיל פשעטיל פון כ"ק אדמו"ר שליט"א בפניו און ביים טיש פון דעם הייליגען רבי'ן בעל ברך משה. די דערמאנונג איז אויף אזויפיל צו דערמאנען ווי שטארק אהרן האט מחשיב געווען דאס האבען דעם טאטען אויף מסיבות און שמחות, און דעם גרויסען כבוד וואס ער האט אים אפגעגעבען ווען ער איז יא געווען צוזאמען מיט אים ביי פארשידענע געלעגענהייטען. יעצט צו די שמחות, עס איז נישט געווען פלוצלינג אז דער טאטע האט אויפגעהערט צו קומען צו די שמחות, עס האט געהאט א פארשפיל און א נאכשפיל, אן אפיציעלע ווארענונג איז געקומען פון טאטען נאך דעם וואס דער אמסטערדאמער צוזאמען מיט די קרית יואלער קהלה האבען דורכגעפירט אן אומדערהערטע גניבה שטיקעל תחת השמש. רבינו הקדוש האט געהאט א הויז אין קרית יואל וואס קהל האט אים געבויט. דער הויז פונקט ווי זיין געהאלט איז געווען זיין פרייוואטער אייגענטום, כאטש קהל האט דאס געבויט, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז זיין געהאלט איז א פרייוואטער אייגענטום כאטש קהל האט דאס געגעבען. צו פארזיכערען אז דאס איז טאקע פרייוואט האט דאס רבינו הקדוש איבערגעשריבען אויף זיין פרייוואטען נאמען, אויף זיין קאנג. עצי חיים, וואס ער האט גענוצט פאר זיינע פרייוואטע נכסים כידוע. אנדערש ווי די הויז אין וויליאמסבורג, האט ער דאס בפועל איבערגעשריבען אויף זיין אייגענעם נאמען און דאס גערעכענט ווי א פרייוואטע אייגענטום. דער אומאפפרעגבארער פאקט איז אז מענדעלע מיט קהל אין קרית יואל האבען דורכגעפירט א גניבה האלד אפ אויף א 85 יעריגען איד און איבערגעשריבען זיין פארמעגען בלי רשות. דאס איז דער פאקט. תירוצים איז דא א גאנצע זאק, אבער דאס טוישט נישט דער פאקט אז מענדעלע האט בפועל געהייסען פאר ר' חיים יושע געלבשטיין איבערשרייבען דעם הויז פאלשערהייט. ווען רבינו הקדוש האט אריבערגערופען ר' חיים יושע און פארגעהאלטען דערויף, האט ער בתמימות זיך פארענטפערט אז מענדעלע האט אים באפוילען. רבינו הקדוש האט דאס געזען ווי א אויסערגעווענליכע מרידה אין אים ביי די אייגענע קינדער און אייניקלעך און האט אריבערגערופען מענדעלע און די זעלבע פאר אהרן אויפען טעלעפאן האט ער באפוילען אז ווי לאנג דאס הויז ווערט נישט צוריקגעשטעלט וועט ער זיך נישט באטייליגען ביי די שמחות. וואס האט דער גרויסער "סבלן" און בעל "כיבוד אב ואם עד מקום שידי(בעסער געזאגט שכיסי) מגעת" געטון, ער האט באשטעלט די חופה פארענט פון טאטענס הויז, צו צווינגען דעם טאטען מיטצוהאלטען די שמחה דורך די פענסטער. עס איז אים קיין רגע נישט איינגעפאלען צוריק צו געבען די גניבה, דאס איז מיטאמאל געקומען אין באטראכט. אים איז ליבערשט געווען צו וויינען מיט קראקאדיל טרערען ביי די חתונה אז מען לאזט נישט דעם טאטען קומען, עס איז אים ליבערשט געווען דעם טאטענס הארץ זאל צוגיין ווי די קינדער צוטיילען די ירושה בחייו בגניבה, ווי איידער צוריק צו געבען די גניבה וגזילה. און דאס איז א מנהיג ישראל, דאס איז א סבלן, דאס איז א מכבד אב, און ער איז נאך נעבעך די רחמנות "מיטגעמאכט צער און עגמת נפש 10 יאר" אלעס פאר א פארשטינקענע הויז וואס ער האט בגנב'ט. דער גבאי וואס האט געטראגען דעם טאטען אויף פלארידע עמיר אנאליזירען אן אנדערס, דער חתן דנן יעצט איז אהרן'ס כיבוד אב, זיין עגמת נפש פון נישט האבען דעם טאטען אויף שמחות, דאס איז די קלארע פאקטען. דער ליגענט וואס ער האט געזאגט לפני מיטתה אז מען האט אים צוגעשפארט די טיר, איז דאך שוין א מיליאן מאל אויפגעוויזען געווארען ווי א הוילע שקר אן קיין שום אחיזה אין מציאות. ווען מען האט נישט געלאזט זיינע באגלייטערס וואס זענען געווען די זעלבע מענטשען וואס האבען איבערגעדרייט די תפילות און הייליגע טישען אריינקומען האט ער געסטרייקט און אויך נישט אריינגעקומען. די מוראדיגע "יסורים און עגמת נפש" איז געווען אז ער האט געמוזט אריינקומען צום טאטען נאר מיט 2 גבאים אנשטאט 15 בוליס, טאקע א מוראדיגע רחמנות. און אויף די 15 בוליס האט ער נישט געקענט מוותר זיין, אנשטאט האט ער מוותר געווען צו באזוכען די עלטערען און דאס רופט דער ליגענער און היפאקריט אן "עד מקום שידי מגעת". איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז צו באזוכען דעם מאמע האט ער מיטאמאל פרובירט, ווייל פון דעם האט ער נישט געקענט שלאגען פאליטישע קאפיטאל. פאר ראדני פאלט נישט ביי אז אהרן האט געהאט די ברירה צוריקצוגעבען דעם הויז, אריינקומען צום טאטען אין שטוב ווי א ציווילער בירגער מיט 2 גבאים, שלום מאכען מיטען פאקט אז דער ברודער האט אויך א רבנות פאסטען... דאס פאלט אים מיטאמאל איין אויפען ווילדסטען געדאנק..... איין איינציגע ברירה האט ער געהאט........ צו קלאגען אין געריכט אז דער טאטען איז עבר ובטל, דאס איז די איינציגסטע ברירה וואס ראדני האט געטראפען און דאס רופט מען אן "עד מקום שידי מגעת".... איך האב שוין געזאגט "חלק דעקיל"? אויב נישט דא האסטו.... חלה דעקיל הקדמה 2 די קאסעט פון ר' שאול. קודם א דערמאנונג, עס איז דא א געוויסע קאסעט פון א מאמע מיט איר שנור און זון רעדען דברי נבלה וואס מען הערט נישט אזא שמועס ביי אן ארענטליכען גוי און אוודאי נישט ביי א מאמע מיט א זון. דער טעיפ איז שוין פארשפרייט אויף די גאס עטליכע אין 20 יאר. מען דארף געדענקען אז אין יענע צייטען איז נאך די טעכניק נישט געווען אזוי ווי היינט, קיין דיזשיטעל רעקארדערס איז נאך מיטאמאל געווען א חלום, קאמפיוטערס איז נאך געווען א זאך וואס דער פענטאגאן האט פארמאגט און פעלשעווען\שטיקלען א טעיפ איז כמעט נישט שייך געווען. צו פארווישען יענעם פלעק, שמירט מען דאס ארויף היינט אז דאס האט א געוויסער איד וואס זיצט אין תפיסה נאכגעמאכט דעם שטימע. עס איז לעכערליך צו זאגען אז עס איז אפילו שייך נאכצומאכען 3 שטימעס איבערהויפט אז מען הערט די שטימעס רעדען עטליכע מאל איינער איבער דעם אנדערען צוזאמען, און ווי געזאגט מיט די אלטע קאסעטען איז דאס נישט שייך געווען בכלל, אבער מיר דארפען גלייבען באמונה שלימה זייער ווערסיע. אבער די קאסעט פון ר' שאול, וואס איז אפילו לפי גירסתם געשטיקעלט, דארפען מיר גלייבען אז די שטיקלעך וואס זיי האבען געלאזט איז אין קאנטעקסט. אבער נניח, איך געב זיי נאך, אז דער קאסעט איז אויטענטיש און אין קאנטעקסט. אהרן טייטלבוים האט געמעגט דורכפירען א פוטש, און ר' שאול איז דער שגץ פארען דערציילען דעם טאטען דערפון?? אהרן טייטלבוים מאכט א וועלט מלחמה און די קהלה, זיי דרייען איבער די הייליגע תפילות און די טישען און ווען רבינו הקדוש פרעגט ווער עס טוט דאס, זאל מען נישט ענטפערען דעם אמת? און דאס איז טייטש פייניגען דעם טאטען? פארדעם האט מען נישט קיין ברירה און מען גייט קלאגען אין קאורט אז דער טאטע איז עבר ובטל? הלזאת יקרא רבי? אהרן טייטלבוים האט געהאט א ברירה אפצושטעלען די "פיינוגונג" (כלשונו פון ראדני) אדער דורך אויפהערען די מלחמה מיט קיט"ל וויליאמסבורג, אבער דאס פאלט מיטאמאל ביי פאר "ראדני" און אוודאי נישט פאר דעם אני ואפסיניק א"ט. א כפרה מיטען טאטען מיטען מאמען מיט א גאנצע דור וואס ווערט נתחנך מיט מחלוקת, עזות וכו', אבער א"ט וועט זיין קאמף נישט אויפגעבען. איין איינציגע ברירה איז געבליבען....... פעמילי קאורט...... מיט א שווער געמיט האט זיך ארון באשמוצט און נגד רצונו אנגעפירט דעם קאורט –לפי ראדני- פשוט ווייל עס איז נישט געווען קיין ברירה, מען דארף אפשטעלען די פיינוגינג פון דעם טאטען... נאדיר נאך איינס ראדני..... חלה דעקיל נאך די 2 הקדמות, איז שוין איבעריג צו פירען וויכוחים און דיסקוסיעס איבער די נארמאלקייט פון דעם הספד, עס איז קלאר ווי דער טאג אז אהרן האט זיך ווייניג געקימערט איבער זיינע עלטערען ווען עס איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין אגענדע, די בכיות איז געווען נאך א רינגעלע אין קייט פון זיין שפיל דורכגעווייקט מיט פאלשקייט און בלאף. זיין כיבוד אב האט אזא פנים ווי זיין סבלנות, זיין שכל ווי זיין גוט הארץ און אזוי ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 20:50 |
|
| |
נאדיר איינס פון די
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 21:13 |
|
| |
כבוד מאסרי, איך עפרישיעט דיין לאנגער אנטווארט, אבער דיין גאנצער אנאליז איז געבויט אויף א פארפוילטער פאלשער הנחה, אז מקלאמפערשט איז די רבי פערזענליך גאר געווען דער וואס איז געווען אינוואלווד אין די מערכה, דער הנחה איז פאלש, און כדי דאס אייך צו אויפווייזן וועל איך טאקע אנכאפן די אקס ביי די הערנער, און נעמען דיין אייגענע ארגומענטן און עס צוריק אויסדרייען צו דיין ריכטונג, די רעדסט פון די הויז אין מאנרא, וועל איך אייך פארציילן א פאקט וואס דאס וועט טאן די ג'אב.
פאקט:
דער סיכסוך פון דעם הויז איז אנגעקומען צו א בי"ד, ווי משה גבאי מיט ליפא האבן מקלאמפערשט "אין נאמען פון רבי'ן" געריפן דוד עקשטיין און וומ"ב רב צו די"ת, ווי נאר די די"ת האט זיך אנגעהויבן, האט דער נתבע געטענה'ט אז אויב דער רבי אליינס איז טאקע דער בע"ד איז דאך נישט מער ווי יושר צו אריינגיין צום רבי'ן און איהם פערזענליך פרעגן צו ער האט עפעס טענות איבער די הויז, ווי נאר זיי האבן דאס דערהערט זענען זיי תיכף אנטלאפן ווי די שווארץ פעפער, און ווי געזאגט איך בין מוותר אויפן הויז אבער איך לאז נישט א פרעמדער זאל רעדן מיטן רבי'ן
איך האלט אז אט דער אינצידענט געבט א טיפער בילד פון די גאנצע השחתה און קאראפטירטע ווירטשאפט ענקער צד האט געפירט, ענק האבן זיך אלס פארשלייערט מיט ליגנטס און קאראפציע, פון סמכות עליונה, אבער ווי נאר ס'געווען סיי וועלכער מעכליכקייט צו אויפווייזן ענקער פאלשקייט, האבן ענק געטאן אלעס אויף די וועלט צו עס אפשטעלן,
פארדעם, איז זייער וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן דעם שאול פערלשטיין קאסעט, ווייל דער קאסעט, דעקט טאקע אויף דעם אמת וואס איז פארגעגאנגען בחדרי חדרים, אז לא די וואס די גאנצע סמכות עליונה איז געווען א ליגענט, נאר מ'האט נאך געהאט די העזה צו פייניקן און אים דערקיטשן, אלעס נאר פאר אייגענע פארשטינקענע שנאה קעגן ר' אהרן, וואס זאל אייך זאגן דער קאסעט דיסטרויט ענק.
(דער קאסעט פון וואס די רעדסט איז אינגאנצן שלא מן הענין, אויסער א גזירה שוה "קאסעט" "קאסעט" קומט עס בכלל נישט אהער דא)
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 22:32 |
|
| |
מאסרי טייערע
איך האב נאך נישט געהאט די צייט איבערצוליינען בעיון וואס דו שרייבסט, אבער איין בקשה, איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן סיי ברבים און סיי ביחידות פון מענטשן דא אויפן פארק, איך וויל הערן דעם טעיפ
איך האלט בשיטה אז אזא טעיפ עקזעסטירט נישט, ווייל ווען יא וואלט דאס שוין לאנג געווען צו באקומען, איך קען נישט די זאלונים פאר אזעלכע רחמנים
אויב ביסטו מיר גרייט צו שיקן שרייב מיר אין אישית און איך וועל דיר שיקן א אימעיל אדרעס
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 22:40 |
|
| |
תוקן על ידי sybarit ב- 08/07/2010 23:21:23
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 22:46 |
|
| |
תוקן על ידי sybarit ב- 08/07/2010 23:20:07
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 23:00 |
|
| |
ראדני איין קושיא נאר. אבער די קושיא לאמיר קלאר אויסשמיעסן. מהר"א איז געקומען מיט א געוויין אז ער האט געטון אלעס עד שידו מגעת. און דיין וויו אויף די געוויין איז אז ער האט געפילט אז אפשר האט ער נישט גענוג געטון. און ער האט גילטי פילינגס אז האט נישט געטון גענוג אא"וו. און די האסט עס באמת זייער גוט און ברייט ארויסגעברענגט. און אויך דעם האט מאסרי גענטפערט זייער א לאנגס און א ברייטס. און די האסט צוריק אפגעפרעגט און אזוי קען זיך עס ציען און ציען. און יעצט לאמיר פרעגן. וואס איז די אפטייטש פון עד שידו מגעת. ווי ווייט גייט עס. און ווי איז די ענד אז מען קען זיך שוין אפשטעלן. (איך שרייב אויפן בב סוי וועל איך מקצר זיין) מהר"א האט אפשר זייער געוואלט מכבד זיין זיינע עלטערן. אבער זיין ידו מגעת איז געווען אנגעוויזן און זיינע אייגענע אינטערעסן און אין זיין אייגענע כבוד. דארט ווי ער האט געפילט אז ער מוז עפעס אוועקגעבן פון זיך. דארט און ווייטער האט שוין זיין האנט נישט מער דערגרייכט. לאמיר דיר פרעגן ראדני ווען מהר"א זאגט ווען נ"ט אז ער איז מסכים צו זיין טאטנס החלטה און אפילו ס'איז נאר געווען לויט ענק משה גבאי וואס איז געשטאנען אונטער אלעס. אבער וואס טוט מען נישט פאר כיבוד אב. מען האט דאך פרובירט עד שידו מגעת. און לאמיר זאגן אז ער האט נישט געטראכט אז ס'וועט גיין אזוי ווייט אז ער וועט נשיט קענען מער מכבד זיין זיינע עלטערן. האט מען עם דען נישט געגעבן גענוג אפציעס שפעטער.צו קענען איבערבעטן די עלטערן. אזוי אז ער זאל ווייטער קענען געהעריג מכבד זיין. און אזוי וואלט ער זיך נישט געדארפט שפעטער פילן שולדיג אז ער האט נישט געגוג געטון. נאר זעט אויס אז ביי מהר"א טייטשט ידו מגעת ביז עס רירט אן די אייגענע כבוד. און שוין. אויב אזוי איז די קושיט פארוואס ער האט אזוי געוויינט ביי די לוי' אסאך שטרעקער. ווייל אויב ער האט באצת געוואלט וואלט ער געדארפט מפשר זיין מיט מהרז"ל און דאן וואלט ער געקענט געהעריג מכבד זיין.
און איין ווארט ער האט לכבודו פון זיינע עלטערן גארנישט געוואלט געבן פון זיין כבוד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2010 23:00 |
|
| |
ראדני: אויב ביי דיר הייסט "כיבוד אב" צו רופן דעם טאטן אין קאורט! האט רא"ט נישט "יוצא געווען" און נישט געטאן "עד שידו מגעת". ווייל ער האט נישט אליין אונטערגעשריבן די קאורט פאפירן!
ער האט נאר געצווינגען זיינע קינדער און איידעמער (חוץ רש"ז מייזליש וועמען ער האט יארן לאנג "געפיינינגט" פאר'ן נישט אונטערשרייבן).
פארוואס האט ער נישט אליין אונטערגעשריבן???
|
|
|
|
|