בית פורומים אידישע געדאנק

הרבנית הצדיקת ע"ה האט געראטעוועט סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2010 19:57 לינק ישיר 
הרבנית הצדיקת ע"ה האט געראטעוועט סאטמאר

ביי די לוי' פון הרבנית הצדיקת ע"ה האט יעדער ארויסגעברענגט די מעלות פון די נפטרת, זה בכה וזה בכה.


אבער איין זאך וואס קיינער האט נישט בארירט (פארשטייט זיך אז עס איז נישט געווען אין פלאץ צו רעדן דערפון בשעת די לוי' וד"ל) איז דער פאקט אז הרבנית הצדיקת ע"ה איז געווען די וואס האט געטראטעוועט סאטמאר אין יענע גורלדיגע מינוטן, חול המועד פסח תשנ"ט, ווען דער סבלן הדור האט געהאלטן אינמיטן דורכפירן זיין "פוטש" קעגן זיין גרויסן טאטן מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.

עס איז זיכער א זכות פאר הרבנית הצדיקת ע"ה אז זי האט דערמיט געראטעוועט די הייליגע הארעוואניע פון רבינו הקדוש זי"ע וואס איר בעלה מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ממשיך געווען און נישט געוואלט משנה זיין קיין זיז כל שהוא.

ווי באקאנט, איז דער סבלן הדור געווען זונטאג נאכט חול המועד פסח ביי זיין גרויסן טאטן "אפנעמען דעם מזל טוב" צו זיין "התמנות אלס רב הצעיר". פרשטייט זיך אז דארט ביים טאטן אין שטוב האט דער סבלן נישט געזאגט אז ער וויל ממלא זיין רצון קדשו פון טאטן וועלכער וויל ער זאל אריינקומען אין שטאט ווען דער טאטע געפינט זיך ווינטער אין פלארידע אדער זומער אין גארטן אין קרית יואל. פארן טאטן האט ער פארקויפט אן אנדערע מעשה, אז קהל וויל ער זאל אריינקומען. למעשה האט אים דער רבי זצ"ל געענטפערט אין פינטל, און עס איז געווען קלאר פאר די באטייליגטע אז דער רבי וויל ער זאל בלייבן אין די ישיבה אין ק"י.

דער סבלן האט אבער נישט געוואלט פארשטיין דעם שפראך, און איז אנגעגאנגען מיט זיינע גרויסארטיגע פלענער, צו די "היסטארישע מעמד ההכתרה" א טאג דערויף מאנטאג נאכט וואס וועט זיין ביי זיין דרשה אין גרויסן ביהמ"ד אין וומס"ב ביי די יערליכע אסיפה כללית.

זונטאג איז דער סבלן אויך אריין צו די מאמע הרבנית הצדיקת ע"ה אפנעמען מזל טוב. די פרויען וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די רביצין ע"ה זענען אנגעזאגט געווארן דורך אשת ר' מענדעלע אז מען זאל מאכן זיכער אז די באבע גייט נישט אריין צום זיידן אין שטוב. הפנים זי האט געוואוסט אז די באבע קען נאך צעשטערן די שמחה...

למעשה האט דאס פאסירט מאנטאג חול המועד פסח. די רביצין ע"ה האט געזען אז מען פירט איר נישט אריין צום רבי'ן אין שטוב, האט זי זיך אליינס צוגעשלעפט אין שטוב אריין און גענומען פארפירן אז "אהרן וויל אונז אריינשטעלן אין א האום אריין". זי האט געזאגט פארן רבין אז די רב הצעיר מיינט פשוט און פראסט אז ער וויל אלעס איבערנעמען און שיינערהייט באזייטיגן די עלטערן.

ווי נאר דער רבי זצ"ל האט דאס געהערט האט ער אריינגערופן בנו היקר הגה"צ מזענטא שליט"א און אים געפרעגט וואס דא גייט פאר. דער רבי האט אים פארגעהאלטן אז ער האלט מיט מיטן "פוטש" קעגן אים. אבער דער זענטער רב שליט"א האט זיך גענומען וויינען אז דאס האט גארנישט מיט אים, אדרבה ער איז ברוגז דערויף אבער ער האט נישט געוואלט מצער זיין דעם טאטן האט ער נישט געוואלט רעדן דערפון.

אינצווישן איז אנגעקומען א פעקס פון די מודעה וואס "קהל" מעלדעט אז "רב הצעיר דקהילותינו הק' די בכל אתר ואתר" וועט האלטן זיין דרשה ביינאכט אין גרויסן ביהמ"ד, און אויך א פעקס פון לאנדאן ווי קהל שיקט א מז"ט פאר רבינו זצ"ל איבער דאס התמנות פונעם "רב הצעיר דקהילותינו הק' די בכל אתר ואתר". דאס איז שוין געווען דער מכה בפטיש.

איך וועל נישט מאריך זיין אין די פרטים, איך וועל איבערלאזן פאר "פארמעגליך" צו שילדערן באריכות פאר די ליינער וואס עס האט זיך אפגעטאן יענע טעג.

בעיקר האב איך געוואלט ארויסברענגען דעם גרויסן זכות פון הרבנית הצדיקת ע"ה אין ראטעווען די הייליגע קהילה.

יהא זכרה ברוך!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:43 לינק ישיר 

א שיינעם דאנק עכטער_חסיד פארן ארויסברענגן דעם געוואלדיגן נקודה. זאל איר דער זכות ביישטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:06 לינק ישיר 

עס איז קיין שום ספק נישט אז רבינו הקדוש זי"ע וועט איר דאס מכיר טובה זיין בעולם העליון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:09 לינק ישיר 

יא יא ר' אהרן האט דאך געזאגט ביי די לוי' אז זי וועט זיך דארט טרעפן מיטן טאט'ן און זיי וועלן איבערשמוסן דעם אמת...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:13 לינק ישיר 

מיטוואך פרשת בהעלותך, דעם אנדערן צופרי נאכדעם וואס מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ממנה געווען כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א אלס סאטמארער רב אין וומס"ב, איז דער רבי אריין צו די רביצין און איר געזאגט אז עס קומט אונז א מזל טוב, און דערציילט די גוטע בשורה. די רביצין האט דאס אויפגענומען מיט גרויס שמחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הרבנית הצדיקת ע"ה האט געראטעוועט סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext