בית פורומים כל העולם כולו

כ"ג תמוז תש"ע: גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2010 20:58 לינק ישיר 
כ"ג תמוז תש"ע: גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה!

חסידי סאטמאר זענען היינט דינסטאג אויפגעשטאנען צו א נייעם טאג מיט גרויס צובראכנקייט נאך די פטירה פון הרבנית הצדקנית פעסיל לאה ע"ה בת הרה"ק ר' אהרן זי"ע מחברתו הטהורה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ואמא של מלכות להבלחט"א כ"ק מרן רביה"ק שליט"א וועלכע איז נעכטן מאנטאג כ"ג תמוז תש"ע נסתלק געווארן לדאבון לב כל בית ישראל און איז געברענגט געווארן למנוחה און אהל רבותינו הק' אויפן בית החיים און קרית יואל. יהא זכרה ברוך.

אצינד איז די צייט צו מאכן אביסל א חשבון הנפש איבער די "גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה" וואס איז פארגעקומען און קומט אלס פאר ואין פוצה פה.
לאמיר נישט אריין גיין און די גזילה פון די יחידים שהשתלטו על נכסי הציבור און די לעצטע 10 יאר. נאר מיר וועלן ארויסברענגען די גזילה פון פריוואטע חפצים וירושות וועלכע איז נישט צוטיילט געווארן כדת תורה ווי אזוי מען פירט זיך ביי יעדע אידישע משפחה ביי כלל ישראל ווען עס פאסירט אן אימגליק ה"י. און צווישן דעם טייערע חפצים וועלכע איז בירושה מדור דור פון רבותינו הק' זי"ע

> די הייליגע מנורה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.
> די מגילה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.
> די הייליגע תפילין וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט באקומען בירושה פונעם קדושת יו"ט זי"ע.
> די באוואוסטע בריוו (בציפותינו ציפינו) פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע.
> די באוואוסטע בריוו פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
> די בארדיטשובער סידור פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וועלכע רביה"ק זי"ע האט שופך געווען נחלי דמעות און דעם סידור ימים נוראים ביי מלכות זכרונות שופרות.
> די הייליגע קאפטן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע מיט וועלכע רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט גיין הושענה רבא ביינאכט.
> די שופר פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.


(ווער עס וויסט פון נאך זאל ביטע ברענגען)
און נאך פיל טייערע חפצים וועלכע געהערט ע"פ תורה פאר די יורשים כולם שווים כאחד.

> ועל הכל הכל נאך פיל אייגענע חפצים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

גנבים! גזלנים! עתידים אתם ליתן את הדין!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:03 לינק ישיר 

וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין תורה מחזרת לאכסניה שלה! וואזי האט די רעבעצען אלטא פייגע ע''ה געזאגט?

ר' אהרן וועט גארנישט ירשענען... אוי אירע היילגע אויגען האבען זייער ווייט געזען






תוקן על ידי פאלאק ב- 06/07/2010 21:05:56




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:10 לינק ישיר 

גיי זיי מסביר פאר דעם בור
אז ס'נישט קיין שום כבוד צו האבען הייליגע חפצים ווען מ'האט עס בגניבה...

דא זענען ע''פ תורה דא 4 יורשים, אין קיין איין חפץ איז נישט זיינס

נאר וואס דען, אויב קען ער מאכען א לישיב בסוכה, אין א סוכה וואס די מענטשן וואס האבען געבויט די בנין שרייען פלניא גזלנא, אא''וו אלע אנדערע גניבות וכ'

וועס קען מען שוין ערווארטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:13 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס ענק שעלטען אזוי! רופט דעם בור..צי דין תורה נוסח דוד עקשטיין..אין פארטיג פארוואס ווארטען ענק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:16 לינק ישיר 

פארוואס זענען די שופר און מגילה נישט הייליג און די קאפטן יא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:17 לינק ישיר 

די חילול השם און חילול כבוד התורה איז גענוג גרויס און די וועלט אז מען וויל נישט מאכן נאך גרעסער די חילול ה' ווען מען ווייסט אז רז"ל וועט זיך משתמט זיין פון גיין און דין תורה אזווי אייביג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:32 לינק ישיר 

דעס קענסטי פארקופען פאר די קינדערלעך... ווייז מיר איינמאל ווי ר' זלמן לייב האט באקימען א הזמנה אין ער האט נישט גענטפערט

תוקן על ידי פאלאק ב- 06/07/2010 21:33:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:34 לינק ישיר 

האט דער שטריק געשיקט 2 הזמנות ביי הצלת רבינו צו נישט?
ווען מ'האט אים גענטפרט אז מ'איז גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת תכף ומיד איז געקומען נאך א אנטווארט?
ניין!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:40 לינק ישיר 

א) דארף מען בכלל גיין אויף די נושא צו דין תורה? עס איז ירושה פינקט ווי ביי יעדע אידישע משפחה ביי כלל ישראל!
ב) נעבעך דער שטריק בעל נועם המידות ער ווייסט נחישט פון די גאנצע סכסוך דקהילותינו די לעצטע 10 יאר ער ווייסט גאר נישט אז זיינע מענטשן גייען און ערכאות........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:41 לינק ישיר 

פארוועם האט ער געשיקט א הזמנה פאר ר' בערל פרידמאן אדער פאר ענקער רבין?
סארי איי עמ נאט סטאפיד איךך ליינ נישט די בלאט...

תוקן על ידי פאלאק ב- 06/07/2010 21:47:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:43 לינק ישיר 

פאלאק כתב:
דעס קענסטי פארקופען פאר די קינדערלעך... ווייז מיר איינמאל ווי ר' זלמן לייב האט באקימען א הזמנה אין ער האט נישט גענטפערט

תוקן על ידי פאלאק ב- 06/07/2010 21:33:47




פאלאק עס איז נישט שיין צו רופן א רעבין אויפן נאמען.....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:46 לינק ישיר 

עירהתורה כתב:
א) דארף מען בכלל גיין אויף די נושא צו דין תורה? עס איז ירושה פינקט ווי ביי יעדע אידישע משפחה ביי כלל ישראל!
ב) נעבעך דער שטריק בעל נועם המידות ער ווייסט נחישט פון די גאנצע סכסוך דקהילותינו די לעצטע 10 יאר ער ווייסט גאר נישט אז זיינע מענטשן גייען און ערכאות........


אין די רעבעצענס הויז איז נישט קיין ירושה? טא אויב אזוי פארוואס טיען ענק אפ אלע שייגץ שטיקען אין נאכדעם זאגען ענק אויב האבען זלמן לייב וואלדמאן א פראבלעם זאל ער ריפען צי דין תורה! ילמדינו רבנו וואס איז אנדרעש בית רבינו פין די חפצי רבינו
אדאנק....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:47 לינק ישיר 

פאלאק: אויף וועמען'ס נאמען איז די גניבה און שיכון קרית יואל און בני ברק? (רמז: בעל נועם המידות..) וי מעו האט שוין עטליכע מאל געריפען צו דין תורה..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:47 לינק ישיר 

האט מען אמאל געשיקט א הזמנה פאר ר' זלמן לייב'ן איבער די ירושה?

איך פרעג זייער ערענסט,

שיק די הזמנה, און לאז איהם מסרב זיין, אזוי ביסטו יוצא ידי שניהם, קענסט נישט שרייען גזולה ווען די פארלאנגסט עס נישט פון איהם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 21:50 לינק ישיר 

ווען איינער ברעכט אריין ביי דיר און שטוב וועסטו אים אויך רופן צו דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2010 21:59 לינק ישיר 

פארוואס נישט? איך וועל אפשר רופן פאליציי אויך, אבער עווענטועל פארוואס זאל איך אים נישט רופן צו די"ת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ג תמוז תש"ע: גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext