בית פורומים כל העולם כולו

הספד רבינו (מהר"א) שליט"א על אמות הרבנית ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/7/2010 18:29 לינק ישיר 
הספד רבינו (מהר"א) שליט"א על אמות הרבנית ע"ה

איך האב יעצט באקומען די "מעיינות" אויף אימעיל

דארט איז געדרוקט די הספד פון רבינו שליט"א

איך האף גאסט וועט עס ווי שנעלער ארויפלייגן (איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט ארויף)

וועט איר זען אלע לגיונות וואס די זאליס פארקויפן




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 18:59 לינק ישיר 

וויאזוי זעט מען אין מעיינות וואס איז א אהרונישע גליון אז דאס וואס די זאליס פארקויפן איז ליגענט? און אפשר איז דער מעיינות א ליגנער?, איז דארט דא א טעיפ?,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 19:02 לינק ישיר 

וואלען
די קוקסט אויס אינערסאנט יעצט

די דארפסט פרוף'ן אז די זאלי'ס פין היידפארק זאגען ליגענט?
אין אז די וועסט הערן די טעיפ אין זעהן אז ס'איז אינגאנצען נישט ווי זיי זאגען
די האלטס אז זיי גייען זיך טוישען?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2010 20:41 לינק ישיר 

ס'האט געריסן ביים הארצן צו הערן א מקצת שבמקצת וואס א שיגץ שטוק די טרויעריג בארימטע שני בני רבינו (אחד מהיענקיס ואחד מ'עי בי סי מידיא..) האבן זיך געטרויעט אפצוטוען אין די לעצטע צען יאר!!! און דערמיט גורם געווען צער און עגמת נפש פאר אבינו רועינו כ"ק אדמו"ר הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע און פאר די אמה של מלכות הרבנית הצדיקת הריני כפרת משכבה!! עטץ מיינטס אז ס'נישט דא קיין פעמילי קארט וואס זאל האבן צושטערט ענקערע רשעות'דיגע מעשים איז נישטא קיין דין וחשבון אויפן עולם העליון???? עטץ מיינטס אז ווייל מ'האט ליידער נישט מצליח געווען אפצושטעלן ענקערע מעשים אויף די וועלט האט עטץ געוואונען די געים און פארטיג, מ'וועט מיט דעם פאקט פראוו'ן ביים בית דין של מעלה אז עטץ זענטס געווען גערעכט??? דער אייבישטער דארף נישט אריינשיקן קיין עוועליועטאר צו זען וואסארע שיינע קויטשעס מ'האט איינגעקויפט פ'קלומפערשט פארן רבי'ן!!! דער אייבישטער שיקט נישט קיין ריכטער זיך אראפזעצן און אינטערוויא'ן די כת ליצים-'שטוב מענטשן' (...)!!!! ער זעט אלעס! ווייסט אלעס!! און אויף אלעם באקומט מען באצאלט!!! ווען מ'מאכט חוזק אין בעבי פארום בשעת ס'שטייען טויזענטער אידן ביי א לווי' און מ'דארף ליידער צו זען וואו א קינד בעט איבער זיין מאמע לפני מטתה, אז ער האט נישט זוכה געווען איר צו באדינען ווי עס דארף צו זיין נאר ווייל............ די שני בני...... מיט זייערע שותפים הרשעים האבן באשלאסן פאר פאליטישע אינטערעסן אונטערצורייסן א משפחה מ'עצי התמרים, בשעת א אייניקל שטייט און זאגט פאר זיין באבע ביי איר לווי', באבע! איך קום דיר נאך אסאך מזל טוב'ס פון די לעצטע פאר יאר.......... !!!!! נישטא קיין ווערטער אויף די ליידיגייערס! ס'דא איין זכות אויף די שרייבערס אז זיי זענען קרעציג און די הייליגע ברך משה האט זיי געשאלטן אויף אייביג צו בלייבן קרעציג.. און אזוי אומוועלנדיג דערציילן זיי א יעדען איינעם ווער זיי זענען.... זייערע אומגעפיל'ישע תגובות שרייען ארויס; איך באלאנג צי די גרופע קרעציגע וואס הייסן בני זואל, מיר זענען נישט פון די זאליבאנער, מיר האבן אנדערע חשבונות, מיר דארפן זיך נאך אפרעכענען מיט דעם וואס האס האט אונז פארזיגלט אלץ גרוילהאפטיגע... עקלדיגע.. מיט צובויגענע ברילן... אלץ סעפטיק זיצער... א דאנק דעם ברך משה קוקן מיר אויס זויער ווי סואער פיקעל...! קיין איין נארמאלע מענטש וויל נישט קומען און ווארט מיט אונז... ממילא פרייען מיר זיך צו הערן ווי א קינד און א אייניקל פון דעם וואס האט אונז מסדר געווען אויף אייביג וויינט זיך אזוי אויס פאר זייער מאמע'ס/באבע'ס ארון!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2010 20:51 לינק ישיר 

די חברה זענען זייער באטראפעצט אז מען האט מגלה געווען מקצת קלונם ברבים

איינער האט מיר היינט נאכגעזאגט א גוט ווארט פונעם מנחת אלעזר

דער מנחת אלעזר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף איינעם און געזאגט ער איז "א כלב"

האט מען אים געפרעגט, ס'איז נישט שיין אזוי צו רעדן

האט ער געזאגט "זיין מעג ער, זאגן טאר מען נישט"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 20:51 לינק ישיר 

דא האט איר דעם הספד

 

http://www.mysatmar.com/docs/mayu/5770matos_masei.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 20:55 לינק ישיר 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 00:14 לינק ישיר 
הספד רבינו שליט"א על אמו הצדיקת ע"ה

http://www.mysatmar.com/docs/hesped.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 00:47 לינק ישיר 

עס איז דא א געוואלדיגע פראבלעם צווישן די זאליס
ווי אזוי מאכט מען רבינו שליט"א'ס דרשה פאר א חוזק דא זעצט מען יאשקעלע צום קאמפיוטער דא ארבעט מען אויף פאטאשאפ פונעם פראטעסט אז לכה"פ אויב נישט חוזק זאל כאטש קיינער נישט רעדען דערפין

ניין זאליבאנצעלעך מיר וועלן געדענקן די מינוט וואס דער ר זאליקאה האט זיך אויסגעדרייט צו משה גבאי מיט אזא מין אויפן פנים ווי איינער פרעגט מען קען גארנישט טון דאס אפצושטעלען

אין בבשות האט משה'לע נישט מער ווי געקענט שטיין און שווייגן

יעצט האלטס עטס נאך אלץ אז מיר האבן א פראבלעם דערמיט אויב יא ענטפערט מיר איין פראגע ביטע צו די זאך
פארוואס זענען די ארונים געווען די צי מעלדען די ווערטער אין נישט יאשקע אדער יאסעלע פליט  איך מיין איר ווייסט אויך דער תירוץ

נאר וואס יא די אפציע פון רעדען פונעם פראטעסט איז זייער א גוטע אבער מיר וועלן אייך דערמאנען פון צייט צי צייט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 08:03 לינק ישיר 
א לענגערע אנאליז

איך בין מעתיק ווארט ביי ווארט וואס איך האב געשריבן אין א זאלוניש געשטימטע פורום, איך האב עס געשריבן אין פארזעצונגען

ליינט און האט הנאה:

יעצט וועל איך זאגן מיין באמערקונג, פארשטייט זיך פון אן ארונישן שטאנדפונקט, אזוי זאל געהערט ווערן ביידע זייטן פונעם אבזערוואציע, און האבן א תוכנ'פולע דיבאטע בדרכי נועם.

במאמר המוסגר, וויל איך בעטן מ'זאל פרובירן ווי ווייט מעגליך נישט צו פארקיכן צו ווייט פונעם נושא ווייל עס איז זייער עלול אז מ'זאל מיר אנקומען ביז ר' אהרן'ס געבורטס, ווייל איין אבזערוואציע קען גרינג פירן צו א צווייטע.

יעצט אזוי, איך האלט אז דאס קענען ביידע צדדים עגריען אז ס'נישט קיין יושר צו דן זיין א פרעמדע משפחה אין זאגן אז ווען א קינד איז מספיד זיין אייגענע עלטערן פון איבער 80 יאר, איז עס "קראקעדיל טרערן" אין ער מאכט זיך, נישט קיין נפק"מ וויפיל נגיעות עס קען זיין ארום, פארגעסט נישט אז זי איז נישט געווארן זיין מאמע ווען די סאטמארע חאזעריי האט זיך אנגעהויבן, זי איז געווען זיין מאמע ווען רוב פון אונז האט מיטאמאל געוויסט ווער ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב איז, ווען די מאמע האט זיי געפעמפערט, געטראגן אין חדר, געבאדן, געמאכט זייערע פיאות, געקישט, געהאדעוועט און געפלעקט, ביז די חתונה, און אזוי ווייטער די אלע יונגע יארן, קען מיר אונז נישט קומען, ווילד פרעמדע מענטשן און גיין זאגן אז ס'קראקדיל טרערן, ווייל און דיין פאליטישע קאפ האט די רביצין נאר עקזיסטירט די לעצטע 10 יאר,

אפגערעט צו סתם חוזק מאכן די וועג וויזוי ער וויינט, איז פשוט אומענטשליך און געמיין, קיינער גלייכט נישט צו וויינען אין פובליק, און ס'א הכרח, וואס מאכט זיך און ביטערע אומשטענדן,

יעצט העמיר זיך נעמען צים נעקסטן שלב:

בעצם איז ר' אהרן'ס הספד [אויסער דעם איינעם זאץ, אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב, וואס איך וועל באזונדער אויסשמועסן] געווען א געוואלדיגער הספד, באמת פאסיג פאר א רב ואדמו"ר, ווי א אדם גדול, כדרכו, זייער ארגינעל, אייגענע אינטערסאנטע רעיונות, אנגהויבן פונעם רעיון יש "אם" למסורת, נאכדעם ווי ער האט משלב געווען די פסוקים אשה "יראת" ה' היא תתהלל און "ראשית" חכמה יראת השם, מיטן רש"י אויפן פסוק מראש צורים אראנו ומגבעות אשרנו, זאגט רש"י אני מסתכל ב"ראשיתה", נאכדעם ווייטער בא הכתוב ויחסו אחר "אהרן", ווי ער האט מרמז געווען די אבות פונעם מאמע, וכדומה, וכדומה, בכלל זיין עצם וועג וויזוי ער האט גערעט ווי די בכיות האבן זיך אזוי ציביסלעך געהויבן, איז זייער מעורר הלב, ווייל עס קלינגט זייער נאטורליך, פארפאלן ר' אהרן טויג דערצו, און ער איז ידיעה אין די וועלט פאר דעם, אוואדי דער זאלי וועט עס קיינמאל נישט מודה זיין און קיינער ערווארט עס נישט, אבער ער איז ידועה אלס איינער וואס האט אלס גרייט אויף יעדן פאל זייער פאסיגע אייגענע רעיונות, ס'דערמאנט מיך זייער ווי די וועג וויזוי דער רבי ז"ל בעל דבר"י פלעגט זאגן דברי התעוררת, אויך אלס געהאט ארגינעלע אייגענע רעיונות, דברים נחמדים, געזאגט אלעס שטאט און מיט א שטיקל תניעה,  און אויך די דמעות ובכיות איז אויך געגאנגען אויף דעם סגנון, יעצט צרייסט מיך נישט אז איך בין מדמה ר' אהרן צום רבי'ן, לגמרי נישט, איך רעד נאר פון דעם איינעם פרט דער סטיל וויזוי ר' אהרן זאגט דברי התעוררת,

אויב איך זאל צישטעלן ר' אהרן'ס הספד צו די איבריגע מספידים איז עס מיינע אויגן מיטמאל דומה, ר' אהרן'ס הספד איז און א קלאס פאר זיך, אין אלע הינזיכט, און תוכן, און סגנון, און התעוררת ס'איז אן אנדערע לעוועל אינגאנצן,

וואס יא, ר' ליפא'ס הספד איז אויך געווען זייער מעורר הלב, ווי א אמת'ער קינד וואס בענקט נאר א מאמע, איך בין זייער נתעורר געווארן פין זיין הספד, ר' זלמן לייב איז לכאורה געווען די שוואכסטע, איך ווייס נישט פארוואס, זייןר דרשה איז געווען איין לאנגע גלייכן טאן, זייער שלאפעדיג, זייער אומקלאר, צאמגעכאפט ווערטער, איך בין איהם נישט דן אז ער האט ח"ו זיך געמאכט, איך מאך נישט חוזק, קען זיין ער איז געווען אויסגעמיטשעט צו וואס, אבער למעשה איז עס געווען זייער שוואך,

יעצט וועל איך מיך קאנצעטרירן אויף דעם לאנג ערווארטע אנאליז אויף דעם איינעם זאץ פון הספד,

איז אזוי, קודם, וויל איך ארויסברענגען אז פאר ר' ליפא מיטן מאנסיער רביצין הינדא, זיך צו גרויסן אז זיי האבן זיך אזוי פיזיש אוועקגעגעבן פארן וואוילזיין און געזונט פון די עלטערן און די צייט וואס ר' אהרן גארנישט, איז סתם א טיפשות, ר' אהרן איז קיינמאל נישט געווען אין קיין פאזיציע ער זאל קענען טון עפעס פאר זיי, קוים וואס ער איז געווען ביכולת צו זאגן א גוטן טאג פאר זיינע עלטערן, עכ"פ זיכער נישט אויף דעם אופן וואס א געווענליכע קינד קען, די איינציגע וועג וויזוי ער וואלט געקענט זיך מטפל זיין מיט זיינע עלטערן איז נאר דורכן גיין אין פעמילי קארט, פארלאנגען די אפיטרופוס-שאפט, און דאס פונקטליך האט ער דאך געטאן אן ערפאלג, און ס'נישטא קיין שום סיבה צו קלערן אז אלימלא ווען ר' אהרן וואלט געווען דער אפיטפרופוס וואלטן די עלטערן באקומען עפעס שוואכערע באדינונגען, ווי וואס ליפא האט געטאן, ר' אהרן און רביצין סאשע, זענען ידוע אז זיי האבן ציטריט און פראטעקציע צו די גרעסטע דאקטורים, זיי האבן א מיליטער פון משרתים און יוצא משרתיו, וואס וואלטן זייער שיין קעיר גענומען פון זיי,

און איך וויל ח"ו נישט מינימיזירן ליפא'ס געטריישאפט, שכרו הרבה מאוד, אבער ליפא ט"ב איז נישט דער איינציגער קינד אויף דער וועלט וואס באדינט אלטע אינוואלידע עלטערן, דאס איז א סדר העולם זייט די וועלט שטייט, מיין באבע זאל ריען אין לעכטיג גן-עדן, האט אויך ליידער בסוף ימיו געדארפו ציקומען צו אסאך הילף, איר האט נישט קיין אהנונג וואסארא מסירת נפש פעטער ברוך מעכיל זז"ג האט זיך אוועקגעגעבן און קיינער האט איהם נישט אויסגערומט ביי קיין לוי' און זיכער נישט פאר טויזענטער מענטשן, עטס מיינטס אז פעטער ברוך מעכיל העט באקומען ווייניגער שכר ווי ליפא טייטלבוים, און מרת הינדל הלברשטם,

יעצט פאר איך גיי ווייטער דארף איך מקדים זיין 2 קריטיש וויכטיגע הקדמות, איינס איז א מאמר חז"ל אין מס' קידושין לא ע"א, און דער צווייטער איז א רעקארדירטע קאסעטע פון לערך שנת תשס"ד,

דער מאמר חז"ל זאגט אזוי:
תני אבימי בריה דרבי אבהו, יש מאכיל לאביו פסיוני וטורדו מן העולם, ויש מטחינו בריחים ומביאו לחיי העולם הבא
ד"מ, עס קען זיין א היכי תמצא וואס איינער זאל געבן צו עסן פאר זיין פאטער פעטע גענז אבער ער וועט גאר נענש ווערן דערפאר, און אין די זעלבע צייט קען זיין א היכי תמצא וואס איינער זאל זעצן זיין פאטער ארבעטן ביטער שווער ביי א מיל און גאר זוכה זיין צו עולם הבא, פארציילט אונז די גמרא אין ירושלמי אז איינער האט געגעבן צו פיטערן די טאטע פעטע גענז, און די פאטער האט איהם געפרעגט פון וואנעט האסטו אזעלכע טייערע פליישן האט דער זוהן געענפערט, "שווייג! און נעמדעך קייען" ווי איינער זאגט ס'נישט דיין עסק, נעמדעך פרעסן, ווייטער איז געווען א אלטער טאטע וואס די רעגירונג האט איהם געלאזט רופן צו שווערע צוואנגס ארבעט, האט דער זוהן געזאגט, "טאטע דו בלייב דא טון די גרינגערע ארבעט, ביים מיל, און איך וועל גיין אנשטאט דיר צו די רעגירונג",

היוצא לנו מזה פון דעם מאמר חז"ל אז די מצוות כיבוד אב ואם ווערט נישט געמאסטן פון וואס מ'זעהט אויבערפלעכליך, עס ווענד זיך און די ארומיגע אומשטענדן אין די וועג וויזוי מ'גייט זיך צו צי די עלטערן,

יעצט לשבר את האוזן בימינו אלו, וויזוי ס'קען זיין אזא היכי תמצא, אמשיל לך משל נאה, משל למה"ד, איינער פארט אויף וואקאציע קיין פלארידע מיט זיין פאמילע, זיצנדיג אויפן עראפלאן מערקט ער א אלטער ריטייערטער איד ציזאמען מיטן זוהן, און ווי עס קוקט אויס לפי ראות העין, באגלייט דער זוהן דעם אלטן טאטן ביז פלארידע איהם צו באדינען, נו, וואס קען דען זיין א שענערע זאך פון דעם? דערווייל ווייסט קיינער, אז ממש יענעם נאכט איז די חתונה פונעם עלצטן אור-אייניקל פון דעם אלטען טאטען און דער זוהן שלעפט איהם אוועק און א זמן וואס ער גייט קיינמאל קיין פלארידע ווייל ער פירט א פאליטיק מיטן ברודער, דאס מיינט מאכיל לאביו פסיונו, מ'פירט דעם פאטער צו שיינע קור-ערטער, אבער טורדו מן העולם, די זעלבע פארקערט, לאמיר זאגן איין טאג עפענט איר אויף די חרדישע צייטונג און זעהט א גרויסע בילד מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "רבם דקרו", און עס ווערט באריכטעט מיט גרויס דראמאטיע אז א "אייגען" קינד רופט א "אייגן" טאטע אין געריכט, און דער צייטונג לייגט גרויס דגוש אויף די ווערטער "אייגן" קינד, "אייגן" טאטע, און ווייניג דגוש אויף די עצם תוכן פון די א"ג קלאגע, נו, אזוי לפי ראות העין, וואס קען דען זיין א געמיינערע זאך ווי דעם, דערווייל שטעלט זיך ארויס אז ווי וואס ווען, דא רעט מען פון א זוהן וואס פארלאנגט פשוט די אפטרופוס אויף זיינע עלטערן ווייל דער ברודער ליידער אביוזד די פאטער מיטן טאג און נאכט דערקיטשן און העצן און אים פייניקן ווייל ער האלט אזוי וועט ער אפטין זיין ברודער, דאס מיינט מטחינו ברחיים, ער שלעפט אים מעגליך אראפ אין געריכט, אבער מביאו לחיי העולם הבא, ווייל דאס וועט אפראטעווען זיין פאטער מפני נוגשיו,

כל האמור לעיל איז נאר א משל איך זאג נישט צו ס'איז אזוי טאקע געווען צו נישט, נאר פשוט לשבר את האוזן פארשטייט זיך גוט עפעס ע"פ משל

דאס איז דער ערשטער הקדמה,

הקדמה 2, דער באקאנטער קאסעט פון שאול פערלשטיין מיטן ברך משה, ווי ער העצט דעם ברך משה קעגן זיין אייגן זוהן, און דער ברך משה אין גרויס אנגסט פרובירט בכל אופן עס נישט מקבל זיין, אבער פערלשטיין לאזט נישט נאך און דרייט און שרייט, דער אמת איז איך וויל לעולם נישט עפענען אלטע וואונדען און חלילה באשמוצן ר' שאול קען זיין ער האט שוין תשובה געטאן, און איך וויל חלילה נישט מעורר זיין אן אלטע איבה וואס חסידי ר' אהרן באקומען ווען זיי הערן די טעיפ, אבער די מציאות איז אז דער קאסעט איז פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן פון די גאנצע קורות הסאטמארע מחלוקה, און ליידער מוז דאס ארויפגעברענגט ווערן

איך ווייס אז די זאליס שרייען חי וקיים אז ס'קיין שום עוולה נישט געווען די העצן, און זיי האבן הויפנס תירוצים, מ'ווייס מיר דאס אלעס, אבער דער פאקט איז אז דערווייל האט נאך קיינער נישט אפגעלייקנט אינעם אטענטישקייט פונעם קאסעט, און דער שכל זאגט אז דאס איז אוואדי נישט געווען די איינציגע מאל, און לפי ראות העין קוקט עס אויס מילד גערעט, זייער עקלדיג,

לפי זה, איז אזוי ר' אהרן אין די איבריגע חלק המשפחה דעימיה, האבן מיט רעכט געהאלטן אז אלס חיוב כיבוד אב ואם ברויך ער טאן כל מה שבידו צו ווי שנעלער אפשטעלן די צער ועגמת נפש פון זיין טאטע, און דער אמת איז יעדער האט געקענט זעהן אז אין יענע שווערע תקופה פונעם ברך משה האט מען געזען אז ער איז נעבעך זייער ציגעלייגט און נישט גוט געלאנט, און ס'לייגט זיך אויפן שכל אז ליידער איז דאס פון די ווייטאג אז זיין זוהן האט לויט זיינע אפטרופסים, אויף דער עלטער מורד געווען אין איהם

פאר ר' אהרן צו אפשטעלן דעם פייניקונג, אט דער סארט כיבוד אב איז אינגאנצן אן אנדערע סארט כיבוד אב ווי געווענליכע כיבוד אב, געווענליך ווען איינער טוט עפעס פאר די עלטערן אפי' ווען ס'קומט אן זייער שווער, איז עס פארט א רעספעקטירטפולער אקט, א אקט וואס מ'קען זיך גרויסן דערמיט, און נעמען כבוד, אבער דער סארט כיבוד אב האט ר' אהרן זיך געדארפט אריינווארפן אין מאראסט, און טאן עפעס וואס לפי ראות העין האט עס אויסגעקוקט ווי א דבר בזוי, גיין אין קארט, דאס איז שוין א גרויסע נסיון געווען, פארשטייט זיך אז ר' זלמן לייב האט זיכער געמאכט אז זאל טאקע זיין לפום צערא אגרא, און אויפגעשפילט מיט סענזאציע, די גאנצע קארט, מיט בילדער אין גרויסער קידוש לבנה אותיות, וכו'

יעצט מיט די 2 הקדמות וועל איך ציטרעטן צום הספד זעלבסט, נאר קודם וויל איך זאגן א זייטיגע וויכטיגע נאטיץ, איך האלט אז פאר ר' אהרן און ווי אויך די חלק משפחה וואס איז מיטגעשטאנען מיט איהם, איז די פטירה פון די עלטערן אסאך א טיפערע צער ווי די אנדערע קינדער, ווייל ליפא און רז"ל האבן פארלוירן זייער עלטערן אין די טאג פון די פטירה, אבער ליידער ר' אהרן ודעימיה האבן אין א געוויסן זין שוין פארלוירן זייערע באליבטע עלטער 7-10 יאר פריער, דאס איז זייערע א פיינפולער זאך, אז מ'נעמט מיט געוואלד אוועק זיינע אייגענע בלוט אין פלייש, נאך בחייו, מ'האט אלס געקענט זעהן אויף ר' אהרן'ס פנים ביי זיינע אייגענע שמחות, בחייו פון זיין טאטען, ער האט אויסגעקוקט ווי א אבל, בלי גוזמא, מ'האט געקענט זעהן אז ער איז אין א טיפער צער, ליידער בימי שמחתו, און יעצט ווען ער האט זיך געזעגנט פון זיי לנצח, האט עס נאטורליך שטארק אויסגעקלאפט די טיפער ווייטוג אין זיך אויסגעגעבן,

יעצט דער הספד; איך האלט אז ר' אהרן'ס עיקר זארג דורכאויס די תקופה, אויסער זיין פערזענליכע ווייטאג אז ער האט נישט געהאט קיין ציטריט צו די עלטערן, איז ער בעיקר געווען באזארגט אז אפשר האט ער נישט גענוג געטאן צו מציל זיין זיינע עלטערן מפני נוגשיו, [און איך טרוי מיך צו זאגן אזא שארפע אויסדרוק "נוגשיו", "פייניקער", צוליב די פערלשטיין קאסעט, וועגן דעם האב איך מקדים געווען דעם וויכטיגן הקדמה], ער האט זיך געזארגט צו ער קען זאגן רואיגערהייט ידינו לא שפכו הדם הזה, ממילא באותו זמן וואס ער האט מפייס געווען זיין מאמע, תיכף נאכן זאגן די ווערטער "מאמע זיי מיר מוחל" האט ער געזאגט איך האב געטאן כ"מ שידי מגעת צו מכבד זיין די עלטערן, איך האלט אז ער האט און ספעציפיש געמיינט די פעמילי קעיס, ווי ער האט זיך משפיל ומבזה געווען פאר די גאנצע וועלט און מיט מסירות נפש געטאן אלעס צו פארגרינגערן דאס לעבן פון די עלטערן, און בעולם האמת ווייסט מען דעם אמת, אז ס'קען אמאל זיין א זוהן זאל זעצן דעם טאטן ארבעטן שווער ביי א מיל און גאר טאן די שענסטע פאר די עלטערן, דאס איז געווען א פיוס והתנצלות ווען ער האט זיך געזעגנט פון די עלטערן,

איך האלט אויף אזוי ווייט אז ר' אהרן האט געהאט עפעס א אויסטערלישער סייעתא דשמיא מיטן פעמילי קעיס, ווען ער טוט עס ווען נישט וואלט ער זיך אפשר קיינמאל נישט געקענט מוחל זיין אז אפשר האט ער נישט גענוג געטאן צו מציל זיין זיינע עלטערן

זעלבסטפארשטענדליך אז פאר ר' ליפא און ר' זלמן לייב האט עס זייער נישט געשמעקט, איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן געשפירט אז זי וויל זיך באגראבן לכאורה, אבער אויב נעמען זיי קרעדיט פאר זייערע שיינע מעשים און זייער געטריישאפט צו זייערע עלטערן, ווי זיי האבן מאכיל געווען פסיוני, מעג ר' אהרן אויך נעמען קרעדיט פאר זיין מסירות נפש פאר זיינער עלטערן, אפשר טאקע מטחינו ברחיים, אבער, מביאו לחיי העולם הבא!

עד כאן דער אנדערע זייט פון די מטבע, וואס איך האלט אז עס אלס יושר מעג עס עכ"פ געהערט ווערן.

איך וויל נאר זאגן א הבהרה וגלוי דעת, אז איך ווייס באמת נישט צו איך וועל קענען רעאגירן אויף אלע תגובות, פאר 2 סיבות, איינס איך האב נישט קיין סאך צייט, ושנית והוא העיקר, אז היות די סאטמאער מחולקה איז שוין קע"ה צום גוטן 10 יאר אלט, און אלע טענות ומענות זענען שוין אויסגעקייט געווארן אויף היידפארק צען טויזנט מאל, בלי גוזמא, און איך ווייס שוין סייווי פונקטליך וואס די תשובות וועלן זיין, האב איך פשוט נישט קיין געדולד זיך צו אריינלאזן אין לאנגע פארצויגענע וויכיחים אויף ענינים וואס יעדער ווייסט שוין ממילא וואס די צדדי הטענות זענען, למשל אזא איינער ווי פארמעגליך וועט לכאורה זאגן אז איך בין א חלה דעקל און קיי שטרוי, מסכים איך לאז, אן אנדערער וועט זאגן אז רא"ט איז געפערליכער שייגאץ און ס'קומט אים אהיים, א דריטער וועט זאגן אז אלעס איז ליגנט, א פערטער תנא קמא, וועט שפילן cool, און זאגן אז "די וועלט רייסט זיך פאר געלעכטער פון אהרן", זאג איך אייך מיינע פריינד איך ווייס שוין פאראויס די אלע זאכן, דאס גאנצע ציל וואס איך האב דא איז בלויז ארויסברענגן דעם אנדערן זייט פונעם מטבע, ותו לא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 10:12 לינק ישיר 

ראדני קינג איך האב נישט קיין ווערטער. א מעדאל איז צו ווייניג און צו קליין דיר צו געבן פאר אזא פראכטפולע שטיקל וואס דו האסט דא אראפגעשריבן.

איך האב שוין זייער לאנג נישט געזעןח אזא געלונגען ארטיקל. עס רירט צו אזעלכע האקעלע און ווייטאגליכע נושאים, אבער האסט עס געמאכט אזוי שיין, איידל, מעסיג, אמת'דיג אבזערוויירט, און ועל כולם איז עס נאך גאנץ בקיצור, אבער אין דעם קיצור האסטו מצליח געווען אריינצולייגן אלע נקודות

דו ביסט א גלענצענדער שרייבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הספד רבינו (מהר"א) שליט"א על אמות הרבנית ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext