כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט מוצאי שבת געווען מנחם אבל זיין ביי רבינו שליט"א. הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו האט אריינגעפירט דעם געהויבענעם גאסט אין דעם נייעם פראכטפולען ביהמ"ד וועלכע איז פארענדיגט געווארן דעם זומער, דער סקווירא רבי איז נתפעל געווארן פון דעם הערליכן מקום תורה, און ארויסגענומען פון טאש 300$ און געגעבן פאר ר' משה שמואל, זאגענדיג דערביי אז ער וויל האבן א חלק אין דעם געוואלדיגן הרבצת התורה.
|
|