בית פורומים אידישע געדאנק

YNET דערשרעקט זיך פון בחדרי, פרשת ישיבה דראגס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/7/2010 18:33 לינק ישיר 
YNET דערשרעקט זיך פון בחדרי, פרשת ישיבה דראגס

YNET באקאנט אלס "ידיעות אחרונות" איינע פון די גרעסטע פרייע מידיע קאמפעניס אין ארץ ישראל האט געמאלדן א "ברעיקינג" נייעס. אז פאליציי האט אריעסטירט 2 "חרדישע ישיבה" בחורים אין בן גריון ערעפארט פארן שווערצן דארג'ס.

די נייעס האט טאקע געבערעגט יעדעם אויפצוהייבן די אויגן ברעמען. אונזער בחדרי חרדים האט זיך נישט געפוילט און זיי זענען טאקע אנגעקומען צו שוידערליכע נייעס!

די 2 בחורים זענען שוין יארן צוריק ארויס לתרבות רעה, אויסגעטון דאס קאפל, לייגן נישט קיין תפילין, מחללי שבת וכו', זיי זענען מעמבער'ס אין א ארגאניזאציע וואס העלפט (ליידער) חסידישע בחורים אפצוגליטשן פון וועג (רח"ל). די בחורים זענען שוין יארן נישט קיין חרדים ואדרבה זיי העלפן נאך צו אנדערע בחורים אפצוגליטשן און ווי פארשטענדליך זענען זיי "נישט" קיין ישיבה בחורים.

עס האט זיך אנגעהויבן א טומעל דא אין בחדרי אז די "הנהלה" פון בחדרי זאל אריינגעבן א לאו סוט קעגן ידיעות אחרונות פארן באשמוצן די היימישע בכלל און די ישיבות בפרט. און דערמיט פארדינען נישט נאר זיך אנעמען פארן כבוד פון די חשובה בני הישיבות, נאר אויך אסאך פאבליסעטי פארן הנהלה פון בחדרי פארן אנפירן אזא קעיס.

YNET האט תיכף ומיד אראפגענומען דעם "גאנצען" נייעס, זיי קענען זיך נישט ארלויבן צו צייגן אז זיי ציטערן פארן לאו סוט, פארדעם קענען זיי נישט ארויסנעמען די ווערטער "חרדים" און "ישיבה" האבן זיי ליבערשט אויסגעמעקט דאס גאנצע...

ס'בלייב נאר איבער צו זען אויב די הנהלה פון בחדרי האט פרינט סקרינס און אויב זיי זענען נייגעריג אין די פאבליסעטי און געלט וואס אזא לאו סוט קען ברענגען



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2010 18:44 לינק ישיר 
Tel Aviv police showing the suitcases

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 18:46 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 18:50 לינק ישיר 

http://tweetphoto.com/31477201 Israeli police opening the false wall fr suitcase with drugs




תוקן על ידי SatmarNews ב- 08/07/2010 18:51:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 20:01 לינק ישיר 

איינער פון די בחורים גייען מיט א קאפל, פארוואס שרייבסטו אז ער האט שוין אויסגעטון די קאפל אפאר יאר צוריק און ער איז א פרייער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 21:37 לינק ישיר 

שוין א אלטע מנהג פון די פרייע פאברעכער זיך אנצוטון א קאפל ווען זיי קומען צום שופט, זיי האפן דערמיט צו צייגן פארן שופט אז זיי טיען שוין תשובה און אויך האפן זיי צו באקומען סימפאטיע פון די פרומע.

דא איז א בילד פון דעם זעלבן שגץ אן די קאפל ווי ער טרינק א לחיים צוזאמען מיט זיין "מורה דרך" אינם ארגאניזאציע וואס שטיפט בחורים צו כפירה רח"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2010 06:34 לינק ישיר 


מנהל איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיין נייעס אבער איך זע דאס אויף דער סייד היינט דאנערשטאג ביינאכט

דא האסטו די לינק
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3916853,00.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/7/2010 08:22 לינק ישיר 

מעג איך וויסן דעם נאמען פון די ארגעניזאציע וואס דו רעדסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/7/2010 08:52 לינק ישיר 

הוא מותיב והוא מפרק... "הלל". ד' ישמרינו ויצילנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > YNET דערשרעקט זיך פון בחדרי, פרשת ישיבה דראגס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext