העלד זיסער, דו קענסט נאר ציילן, צען, ניין, אכט, זיבען, זעקס און אזוי ווייטער?
פארוואס הייבסטו נישט אן פון איינס, צוויי דריי פיר און ווייטער ארויף?
דער רבי שליט''א האט געפענט דאס בית המדרש נאכדעם ווי ר' חיים שיע האט זיך
מתרחק געווען פון עם, און געמאכט ר' זלמן לייב אלץ סאטמארער רבי פון מאנסי,
איז נאר רעכט אז דער רבי שליט''א וואס האט זיך מיט עם נישט געוואלט שלאגן
האט ער זיך געפענט א אייגן בית המדרש, און אויב ר' חיים שיעלע מעג מאכן ר' זלמן לייב
פאר רבי אין מאנסי איז פארוואס טאר נישט דער בארא פארק'ער רב שליט''א
מאכן רבינו שליט''א פאר רבי פון בארא פארק?, און לאמיר א קיק טוהן, ווער איז
געווען מער סאקסעפול, רבי בעריש אין מאכן רבינו שליט''א אלץ רבי אין בארא פארק
צו ר' חיים שיע אין מאכן זלמן לייב אלץ רבי אין מאנסי?

איך ווינדער מיך נישט אז ר' חיים שיע איז געקומען מנחם אבל זיין רבינו שליט''א אין
קרית יואל, דער ווינדער איז נאר אז די בעבי סיטער איז אנגעקומען,

קיינער באשמוצט נישט ר' יחזקאל גליק מער ווי ער אליין באשמיצט זיך, למעשה ער
דאווינט און לערנט יעדן טאג ביי אונז אין בית המדרש אין קרית יואל, און קיינער איז עם
נישט מבזה און מען שרייט עם נישט נאך, האט רבי יוסף יושע גראס ע''ה און להבחל''ח
רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער שליט''א געקענט לערנען אין ראדני? קלער אריין...
אזוי? דער ברך משה האט זיך עכט מצער געווען? און דריבער האט ער דערלאנגט
זיין אייגן בענקל פאר רבינו שליט''א ביי די חתונה פון ר' זלמן לייב אין ראדני, ווען ער האט
כמה פעמים פארלאנגט מען זאל ברענגען א בענקל פאר קרית יואלער רב און די מחוצפים
און בלוט צאפערס האבן עם פשוט אנגעפיפן, האט ער זיך אויפגעשטעלט און איבער
געגעבן זיין אייגן בענקל פאר רבי אהרן, הפנים דאס איז א דאנק דעם צער און עגמת נפש
וואס ער האט עם גורם געווען, הא? א חלה דעקל, איז א טיטל פאר ענק!!!