בית פורומים מנשה לוסטיג

אנא יכנס כל הפישתן הזה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/7/2010 02:50 לינק ישיר 
אנא יכנס כל הפישתן הזה?

  א גוטן ערב שבת קודש!

יא כ'האב גע'ענדיגט א וואך ארבעט אין קראם. א וואך מיט עקספיריענס, סיי מיט מענטשן סיי מיט זיך אליין.. און זיך געלערנט דא דארט אין לעבן לעקציעס, און זיך היבש צעלאכט אויף געוויסע פעלער, ווי ס'האט מיר געקאסט א גלאטע לאך פארן שפאטישער פרייז.

אבער וואס כ'האב מיך היינט צעלאכט, איז שוין א לענגערע געלעכטער.. דהיינו? הערט אויס!

ס'שטייט מנשה'לע אין קרעמל, און טוהט אפרעכענען פאר קליענטן אין די לאנגע רייהעס, יעדער קויפט זיך איין זעקלעך און פעקלעך, איינער מער כשר'ס איינער מער געזונטערס, א באבע א יונגעל א ווייבעלע א א גאסט, יעדער האט עפעס מציאות געפונען, און קומט צום החלטה, ווען ס'איז די שעה טובה ומוצלחת, זיך צו שטעלן פארן רעכענער, און זיך אויסצאלן די תענוגים, צו צרכים ווי איר ווילט עס רופען..

אבער איינע א ווייבעלע, גארנישט אזוי יונג אבער אויכעט נישט אלט, שפאצירט ארום צווישן די שורות, און קלויבט און זאמעלט, ווי אלץ מער, און וואס אמאל נאך און נאך.. און ווערט נישט פארטיג. כ'האב שוין אנגעהויבן קלערן, אפשר א בר מצוה אין שטוב, אה! לכאורה א שבע ברכות.. ניין, מ'מאכט יעצט נישט קיין חתונות.

אה, קען זיין א יום הולדת, א וואכנאכט א ברית א פארטי, א שלישי למילה א חמישים לנישואים.. א זילבערנע חתונה א גאלדענע חתונה.. א יונגע פרוי זאל זיך אזוי אנקלייבן.. כ'מיין אלעס צוזאמען אלע שמחות פונעם גאנצן בלאק! איז נאך אלץ גענוג און נאך, וואס זי זאמעלט ווי א פלייסיגע בין.

און גארנישט קיין בין.. אויסגעהארעוועטע פנים, פארפלאמט און פאר'דאגה'ט, אפשר דאך איז דא 'איין' זאך וואס איך האב נאכנישט געקויפט..

וואס איז דאס..??

די גליקליכע אויסגעהאפטע שעה איז אנגעקומען.. און בשעה טובה ומוצלחת, איז זי אנגעקומען צו פארן מיט א קאראוואן פון וועגעלעך, צום רעכענען טיש. און עס שלענגלען זיך וועגענער, מיט כל טיב וטוב הבאים מצרימה.. כ'ווער שוין זאט און איך ברעך שוין, פון אריינקוקען אין אזא זאמל בארג.

ס'הייבט זיך אן! זי הייבט אן מיט די קוים אויסגעהארעוועטע הענט, ארויפלאדענען סחורה אויפן רעכענער טישל. איך געב א וואונק דעם ערל, זאל צולייגן א האנט. און מ'ווערט נישט פארטיג..

קוים געענדיגט אויסליידיגן דעם צווייטן וואגן, צייגט זי אז זי האט א דריטע.. דער גוי ווייזט מיר לאכעדיג.. ס'דא געלט ביי ענק.. וואס? אבער איך ווייס דאך יא, אז געלט איז נישט אלעס, קודם כל דארף מען האבן א מאגן ווי א ים התיכון, דאס צוקענען פארלענדען בעפאר די דאטומען לויפן אפ..

צווייטענס, איך קאן דאך מיין שטעטעלע.. און דא רעדט מען נישט פון איינער וואס געלט איז ביי זיי א ארטיקל.. וויי זיי האבן נישט קיין סאך פון די סארט חפצים..

אבער דאס געלעכטער איז נישט בכח זיך איינהאלטן, ווען זי שלעפט צו א פערטע וואגאן.. דאס אויכעט פרעג איך? און זי ענטפערט מיט זיכערקייט, 'אוודאי'. און ס'פארט א באן.. די ציפערן אויפן ביל לויפן ארויף מיט גרויס אפעטיט. און קיינעם קימערט נישט.. נאר דער גוי וויל כאפן א אטעם, אבער ער אטעמט הויעך ווען ער צעלאכט זיך.. זי שלעפט צו א פינפטע וואגן..

מיין יודיש הארץ האט זיך יעצט מיט הימלישע כוחות איינגעהאלטן פון געלעכטער אויספלאץ, אויף א שטורמישן קראפט. און כ'האב מיך נאך איינגעהאלטן ביז.. דאס זעקסטע וואגן מיט באקסעס, פרוכט, משקאות, געבייסעכטס געקייעכטס, געלעקעכטס, געשמירעכטס.. אוי באשעפער..און זי שלעפט צו א זיבעטע וואגן...

און געבט א הויעכע אטעם.. 'דאס איז עס'..!!! ווי איינער זאגט, כ'דארף דאך עפעס איבערלאזן פאר מארגן.. אוי מארגן איז שבת? אקעי כ'וועל משלים זיין.. זאגט זיך די אטמאספער ארום איר, מיט פאר'פארעטע הענט און פארשמייכטע מינע..

באצאלען? עמ.. עמ.. מיין קארטל ווערט גוט אין אפאר טעג.. עמ..מיין מאן גייט רעדן מיטן באלעבאס.. איך צאל יעצט קודם.. וויפיל איז עס??? אקעי.. איר האט רעשט פון א טשעק פון פיר הונדערט?

אבער עס קאסט דאך אסאך מער..?

יא מיין מאן גייט זיך פאר'רעכענען.. איך געב יעצט פופציג די איבריגע אם ירצה השם איך האף צו באצאלן אם ירצה השם.. עמ.. נעקסטע מאל..ח

נישט אלעס קען מען פארציילן. ממילא מוז איך דא באצייטענס סטאפען שרייבן.. אבער איך גלייב אז א שיינעם טיי ציבור לייענער, וועלן מיר נישט גלייבן די סטארי.. וואלט איך אייך געראטן.. צו פרעגן פריוואט די צייט ווען די באלבוסטע קומט געווענליך מאכן א 'אבלאווע' אויפן געשעפט. און איר וועט זוכה זיין אליינס צו שמייכלען.. טאקע נישט יעדן טאג אזאנס.. אבער איין מאל צוויי מאל א חודש איז אויכעט ווערד א שמייכעל פון מזרח ביזן ווייטן מערב עק פון די באק ציינער...

גוט שבת. און מיסיס 'הרוצה'טע בעילומ'טע שמה' ''א גוטן אפעטיט..''




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > אנא יכנס כל הפישתן הזה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext