בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2010 22:15 לינק ישיר 

אלזא וואס פסק'נט דיין לויב אויף אזא פאל, דארף מען מפנה זיין? איז עס דומה צו די פסול'ע קידושין? מעג מען גיין מנחם אבל זיין? איז עס ווי א חתונה זעלבסט, אדער נאר ווי א שבע ברכות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 00:23 לינק ישיר 

עם עקש (לעכטיגער) תתפטל:

מיר ווילן צוערשט הערן וואס דער בג"ץ ד'קיעפ סטריט פסק'ט, אין פאל פון א נפטר וועלכע ווערט נקבר אין די קרקע גזולה, און ווערט באגראבן מיט די אהין-דעליווערטע-זאמד פון די רעביצין'ס סעפטיק הקדוש (עיין בילד ב'דער איד), טראץ וואס אלע זיינע קינדער זענען זאליס.

צו מעגן זיי גיין אויפן קבר אין טאג פון די יארצייט?

והשאלה נחלקת לכמה פנים כדלהלן:

צו זאג איך אז דאס איז "לא אפשר ולא קמכוין", לא אפשר ווייל זיי קענען דאך נישט מפנה זיין ווייל דער רשע געסטאפא וויטריאל וועט נישט לאזן, און עס איז לא קמכוין ווייל זיי האבן לגמרי נישט אינזין צו לייגן זייער פאטער אין א קרקע גזולה, נאר זיי טוען דאס פשוט על דעת פערלשטיין אז "אלעס בלייבט ביים אלטן". ממילא קען מען מתיר זיין.

אדער ניין, אפשר זאג איך אז הכל בתר רישא גרירא, און וויבאלד בשעת מיתה איז געווען "אפשר", ווייל זיי האבן געהאט די ברירה צו מקבר זיין מאחורי הגדר, און אז נישט איז עס דמם בראשם, און זיי טארן נישט גיין.


און יעצט, נניח אז מיר וועלן אננעמען אז עס הייסט אפשר ולא קמכוין, ווייל מען וואלט געקענט לייגן אין פאלאק'ס, וואס טוט זיך אבער אויב א חלק געשוויסטער זענען פון די נעלאגן, כמיין.. ארונים.

איז אזוי, אויב זענען די ערליכע אידן (די הולכי בג"ץ) די רוב, איז דאך ווייטער פשוט אז עס הייסט "אפשר", אויב אבער זענען די מהרסים ורשעים (די שטענדיגע מבקשים אויף די"ת) די רוב, איז דאך שוין לכאורה זיכער א "לא אפשר", ווייל וואס קען ער דען טוהן?.

מאידך גיסא קען אבער זיין א סברה, אז אפילו ער איז איינער אליין אין זיין משפחה, הייסט נאך אלס אפשר, ווייל ער וואלט זיך געברויכט אונטערווארפן אונטערן טראקטאר, א_ווי אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

אלזא, די שאלה איז א פארוויקעלטע, און מיר ווארטן אויף א קלארע פסק דין מפורש יוצא מפי הכהנים הגדולים משרתי הפארטיי (כמיין.. הנקודה).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2010 02:24 לינק ישיר 

פייוו, זיי נישט אזוי ווילד. ביד"צ דסאטמאר קומט איגאנצען נישט אריין אין בילד. ס"ה האט קהל מודיע געווען פאר ווער ס'וויל הערען, אז זיי אסר'ן זיך צו באנוצען מיט זייער קרקע. דער בי"ד האט גארנישט מוסיף געווען. (אגב, יעדער געדענקט דא ווען ענקער קהל האט פרובירט זייער נארישער מצה/חופה גזולה קאמפיין.) משא"כ סידור קידושין האט דאך הגאון הגדול דיין לאוב ציזאמען מיט ריעו ועמיתו הגאון הגדול דיין לאנדא - וואס דער וועלט איז נאך מסופק וועלעכער ס'גרעסער - קאמפליטלי גע'אסר'ט די קידושין אלס כלא היה און מ'דארף איבערמאכען די קידושין. אזוי אויך האבען די א.ד. גאונים - וואס די בי"ד עדה החדית שטעלען זיך אויך פאר זיי - גע'אסר'ט א טייל צונעמען ביי די חתונות.

למעשה, גייט ר' אליעזר חיים ע"ה ווערען אריינעשריבען אינעם פנקס?

מעג מען גיין מנחם אבל זיין?

 



תוקן על ידי Lechtiger ב- 13/07/2010 02:31:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 02:44 לינק ישיר 

לעכטיגער

כ'האב מורא די דאווענסט ביי די  ארונים
די האטס נישט געליינט יודא אליעזר'ס צעטליך לעצטענס
וועגן די גרויסע איסור פין באערדיגען אין די אלטע ביה''ח
ער שרייבט צווישען אנדערע ע''פ פסק פין די פילאפ וויינבערגער פרידמאן בי''ד ''איז די נייע חלקה נישט מקודש''

(לאכטס נישט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2010 02:46 לינק ישיר 

אבער למעשה מעג מען גיין מנחם אבל זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 02:56 לינק ישיר 

קודם זאג מיר
אויב מ'מעג גיין כ''ו אב צום ציון הק'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/7/2010 03:31 לינק ישיר 

איך זעה שוין ווי דו האלסט מיט דיין רעליגיע... מאכסט ליצנות פון ר' לאוב'ס איסור פון גיין אויף די חתונות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 15:19 לינק ישיר 

אזא בהמה'ישע קשיא פרעגט דער סייברעט,
לאמיר דיר צוריק פרעגן, אין סיגוט האט געהאנגען צעטלעך ביי די ארטאדאקסן מיט די מודעות פון די ספרדישע קהילה
(איך זאג נישט וואס איך האלט, נאר איך ענטפער אויף דיין קלאץ קשיא, פארוואס ס'הענגט נישט אין ווייסע שול)

אגב, אז דו ווילסט אזוי שטארק וויסן:
מ'זיצט אין מאנסי ביז דאנערשטאג, דערנאך אין זקנים 73 פארעסט #201
צופרידן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 22:38 לינק ישיר 

מ'זעהט דא כסדר ווי די ארונים רופען אן די נייע חלקה דקהל יטב לב (מהרז"ל) מיט אלע מינע לשונות: פאללאק, מאחורי הגדר, אינטערען פלויט, ביז גאר א קבורת חמור. מ'האט גענוצט דער פאקט אז די ערשטע פאר דרייסטע משפחות זענען געווען נעבעך ביי יונגע מענטשען, מסביר צו זיין דא אז קיין שום נערמאלע מענטש וועט נישט לייגען זיינע עלטערען אינעם נייעם ביה"ח, אין נאר אויסגעשפילטע מיט מאנ... לייגט מען דארט. אינטערסאנט איז נאר אז די וואס פארופען זיך גאר אלס די וואס טוען מכלומר'שט פאר די "ספעציעלע קינדער", אבער ווען זיי ווילען זענען זיי גאר די וואס רופען אן די קינדער מיט נעמען וואס ווערט באטראכט היינט צוטאגס אלס גאר געמיין. נאכ'ן גוט אנ'חזר'ן די תורות זענען זיי יעצט מיט די פטירה פון ר' אליעזר חיים געכאפט געווארען אין שאק. הייבט זיך אן א פרישע קייט מיט מעשיות. ר' אליעזר חיים איז אינגאנצען נישט געווען קיין זאליבאנער, (אבער וואס פארא גרויסע חסיד אין וואס ער האט געהאלטען פון מהר"א, דאס פארציילט מען נישט,) אין זיינע קינדער זאגען אלע אז ער האט נישט געוואוסט בחייכון פון די נייע ביה"ח. איי דעמאלט פארוואס האבען זיי געטאן אזא "ניוול המת", האיך יתקיימו שניהם? דא קומט שוין ר' עזריאל גליק אריין אינעם בילד אין מען נעמט זיך אים שעלטען. איי איז דען ר' עזריאל בעה"ב? האט דען דער איד נישט געהאט קיין קינדער? קומט איינער אין ריפארט אז איינער פון די קינדער האט עפעס יא פרובירט בדרכי נועם. פארשטיי איך נישט, אפצוהאלטען אזא דרגא פון "ניוול המת" איז עפעס בדרכי נועם גענוג??? אין ווי זענען געווען די אנדערע קינדער, גייט זיי עפעס נישט אן זייער טאטע'נס כבוד?

נאר דא קומט אריין די ארונישע וועג פון טראכטען.1) א מציאות מיינט ביי זיי גארנישט. ווי לאנג ס'פאטשט נישט אין פנים אזוי היליכיג כאפ'ן זיי נישט קיין מציאות. 2) זיי לערנען זיך זירא פונעם עבר. די כללים זענען נוגע נישט נאר ביי א בית עולם, אבער וויבאלד דאס איז דא די רעדע, לאמיר עס ניצען אלס משל. ווען עס איז נפטר געווארען האשה החשובה אשת הרב החסיד ר' שמעון ווייס ז"ל האט הנהלת בני יואל באשלאסען אז ס'שוין צייט צו האבען אן אייגענע ביה"ח ווייל אלס א זעלבסטשטענדיגע קהילה קומט צו האבען א אייגענע חלקה פאר אנ"ש לאחר מוע"ש. ס'געווען צוויי פראבלעמען. 1) טעכנישע וואס די "חסידים" האבען אינטערגעשטעלט, וואס דאס איז מען ב"ה בייגעקומען. 2) די געפיל אין די געוואוינטקייט צו די אלטע חלקה. פון די 2'טע פראבלעם האבען שוין די ארונים אליין קער גענומען, זיי האבין זיך אויפגעפירט טאקע אויפען בית עולם זעלבסט ווי וואנזיניגע מטורפים אז א חלק מענטשען האבען באשלאסען נישט צו ליגען דארט לאחר מוע"ש. מ'האט נישט געדארפט זיין א בני יואל פאר דעם. דער אייגענער מחותן פונעם ברך משה דער איהעלער רב האט אנגעזאגט אז ער וויל נישט ליגען אין סאטמאר. נישט נאר אין מאנרא נאר אפילו נישט אין ניו דזשערסי ווי עס ליגען אלע זיינע ברודער אינאיינעם. ער האט נישט געוואלט זיין אינטער די חיות.

דערפאר איז זייער פשוט אז נאך וואס די ארונים האבען באקומען דעם פאקטישען קאנטראל אויפ'ן ביה"ח האט יעדער געוואוסט אז ס'איז א פראגע פון צייט ווען די זאליס וועלען האבען אן אייגענעם חלקה. ס'איז זיי געלונגען צו קויפען שטח הארט נעבען די אלטע חלקה וואס סענטימענטעל איז עס א געוואלדיגע זאך, אבער זיי וואלטען עס געטאן אפילו מ'קען נישט האבען ממש דערנעבען. דער פאקט איז אז מ'האט געקויפט די שטח נאך פאר די פלוצימ'דיגע פטירה פון ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה, ס'איז נאר געווען א פראגע פון צייט. דא זענען שוין די ארונים געקומען צוהילף אין זיך אויפגעפירט ווי עס פאסט פאר זיי, אין מ'האט מקדש געווען די ביה"ח. יעדער האט פארשטאנען אז פון אנפאנג וועט זיין שווער, ובפרט ביי עלטערע מענטשען, וואס א טייל פון זיי האבען ארונישע קינדער אדער וואס מאן/ווייב ליגען שוין דארט. אבער ביי די ארונים האט מען געוואוסט אז קיינער גייט זיך נישט דארט לייגען ווייל ס'איז ממש א בזיון ווי א.ד. ס'האט זיי צוגעשפילט אז די ערשטע פאר זענען טאקע ליידער געווען אינגע מענטשען. ווען ס'האט זיך געמאכט אז מ'האט דארט געלייגט אן עלטערע איד פון איבער די אכטציג האבען זיי זיך נישט צירוקגעהאלטען פון ליצנות מאכ'ן פון א נפטר. שפעטער ווען מ'האט דארט געלייגט א אשה זקינה וחשובה, א מחותנת פונעם ברך משה, האט מען פשוט אייגענומען א שווייגעניש. יעצט מיט די פטירה פון הרב החסיד הישיש ר' אליעזר חיים ע"ה האט די גאנצע באלון געפלאצט אין מ'ווייסט נישט וואס צו זאגען.

זייט וויסען: אז ס'דא צענדליגער עלטערע חשוב'ע אידען וואס האבען אנגעזאגט אז נאך די 120 ווילען זיי ליגען אינעם נייעם חלקה דקהל יטב לב (מהרז"ל).

איך וואונטש א ברכת הדיוט אז די אלע אידען זאלען האבען אריכות ימים ושנים אין די פנקס שרייבער פונעם ביה"ח זאלען נישט האבען קיין ארבעט, משא"כ די פנקס שרייבער פון די חתונות זאל האבען ארבעט איבערען קאפ.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 23:08 לינק ישיר 

די מציאות איז

עס זענען שוין לעצטנס נפטר געווארען פילע אידן זקנים ונשאי פנים אפי' פין די זאלי'ס אין האבען נישט געוואלט דארט ליגען טראץ די פרעשור טאקע פין דעם בג''ץ'ניק וחבריו
אפי' נאך היינט צו טאגס זענען רוב נפטרים ביי פאללאק'ס ''טראגעדיעס''
 וואס עס איז נישט געווען שייך צו פרעגן דעם נפטר, אין די נאנטע וועלכע זענען זאלי'ס האבען געטוהן לויט זייער פארטיי ווילן
(אין איין פאל איז געווען אפי' וואס מ'האט געטוהן קעגן זיין קלארע רצון)

אין דאס איז יעצט איז יא געלונגען די ניוויל המת מיט א אייגענעם טאטען, טויטש נישט די פאקט אויף וואס די בית החיים איז געגרינדעט, אין טויטש נישט די פאקט אז די בית החיים איז נישט אינאיינעם מיט רבותיה''ק.
סיידן עס  וועט זיי געלונגען צו באקומען סיי וועלכע אלטע יוד.

ואשת רש''ל וויינבערגער יוכיח!

דער בית החיים האט מען געגרינדעט ווען איינער וואס איז נישט געווען קיין מעמבער איז נפטר געווארען
אין קהל דארף אזא צייט נישט אננעמן די נפטר- ספעציעל אין דעם פאל וד''ל
דאך האט קהל מסכים געווען בתנאי אז זיין פאטער שרייבט אינטער אז ער גייט ארויס פין קארט אין אויב ער האט טענה שטעלט ער זיך צו די''ת, אין ער האט געדארפט איינלייען אויף דעם 50 טויזענט דאללער ביי א שליש
אבער די רצון צו בלייבן אין קארט איז געווען שטערקער, ע''כ האט מען געגרינדעט א נייע ביה''ח
אין נאך עד היום הזה איז די גאנצע קאמפיין פאר די בית החיים - ארץ החיים קאמפיין שמיציג אין ביליג
מ'הענגט ריזיגע ליילעכער אין ביהמ''ד מיט נעגעטיווע האסיגע אויסדרוקן קעגן אידן

די שרייבסט:
זייט וויסען: אז ס'דא צענדליגער עלטערע חשוב'ע אידען וואס האבען אנגעזאגט אז נאך די 120 ווילען זיי ליגען אינעם נייעם חלקה דקהל יטב לב (מהרז"ל).
די האלטס שוין ביי ''צענדליגע עלטערע אידן'' רעדן מיט ביטע אויס ''10 דערפון'' וואס האבען שוין אנגעזאגט....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2010 02:16 לינק ישיר 

נעבעך ענקער ווייטאג איז אומגעהויער גרויס ווען אזא חשובער דערהויבענער יוד ווי רבי אליעזר חיים טייטלבוים זצ''ל האט מען באהאלטן למנוחת עולמים אינעם נייעם "ריינעם" חלקה פון קהל יטב לב סמוך ונראה צום ציון המצוינת פון רביה''ק מסאטמאר זצוק''ל.
רבי אליעזר חיים זצ''ל א פארצייטישער חסיד ועובד השם חסיד המתחסד עם קונו, מיחידי סגולה, א טיפ איד וואס ליידער זעהט מען שוין נישט היינט, זיין דאווענען מיט אזא ברען, זיין דביקות אין צדיקי אמת, זיין צוגעלאזנקייט צו יעדעם איינעם,זיין קאך לכל דבר שבקדושה, זיין אפגעהיטנקייט זיין יראת שמים זיין התמדה אין תורה,
אוי וויי געוואלד ווי נעמט מען נאך אזעלעכע יודן,???? געלעבט מיטן באשעפער 24 שעה א טאג 94 יאר!

לאחר מותו האט רבי אליעזר חיים זצ''ל אויך א גרויסע זכי' נטמן צו ווערן אין די נייע ריינע חלקה. תנצבה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 02:36 לינק ישיר 



תוקן על ידי Lechtiger ב- 14/07/2010 02:40:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 02:37 לינק ישיר 

העלד כתב:
אינעם נייעם "ריינעם" חלקה

אוי האסטו דיך גיט אויסגדריקט

אבער עס זענען די לעצטע 11 חדשים נפטר געווארען עטליכע צענדיגע הייליגע טייערע אידן אויפן זעלבן סטיל ווי ר' אליעזר חיים ע''ה אין אפשר נאך מער באקאנטע עובדי ד' - איך גיי קיינעם נישט מעסטן
אין זיי האבען יא געהאט די זכי' נקבר צו ווערן אין דעם ''נישט ריינעם ביה''ח'' (לשוטתך) אינאיינעם מיט רבותיה''ק ז''ל, אפי' פין זיי זענען געווען זאלי'ס
(צו ר' אליעזר חיים וועט מוחל זיין פאר די ניוויל המת ווייס איך נישט אין כ'וויל עס נישט דיסקאסען)

נאר נאך אזוויפיל דורךפעלער וואס עזריאל מיט י א יאקאבאוויטש האבען שוין געהאט די לעצטע 11 חדשים לויפענדיג פין שפיטול צו שפיטול, יא! אפי' בשעה שמיתו מוטל לפניהם, מיטן גוטן אין בייזען,
ווען יעדע נארמאלע עלטערע יוד אדער משפחה ווארפט זיי ארויס פין שטוב, קענען זיי זיך טרייסטן ענדליך נאך 11 חדשים איז געלונגן די ערשטע זקן אויפן סטיל ווי ר' אליעזר חיים

וויי פאר אזא ניצחון!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2010 02:40 לינק ישיר 

ווען איך האב געזאגט אז ביי די ארונים ווילאנג דאס מציאות פאטשט נישט אין פנים היליכיג כאפען זיי נישט, האב איך טאקע געמיינט אזוינע ווי היראים. איך בין מסביר אז א קהילה קומט צעזאמען מיט א בית החיים אין בתו"ד איז אריין געקומען ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה, כאפט ער זיך ארויף דערויף אז די ארונים האבען געהאט א רעכט אפצוהאלטען די קבורה ווייל ער איז נישט געווען א מעמבער. מיסטער היראים איז דאס געווען די שמועס צו קהל'ס (מהר"א) מהלך איז געווען אויסגעהאלטען צו נישט? ווי קומט עס אריין דא? מ'האט גערעדט אז נאכדעם וואס די ארונים האבען באקומען קאנטראל אויפען ביה"ח איז געווען א דבר פשוט אז ס'איז א פראגע פון צייט ווען די זאליס וועלען האבען אן אייגענעם. אדרבא לייען איבער מיין תגובה.

נאר זעהט אויס אז דו האסט גראדואירט פונעם ישיבה על קברו אין ביי דיר מיינט א ביה"ח א פלאץ ווי מ'שטעלט אויף בודקעס אין מ'מאכט א קארניוועל אין מ'מאכט איבערקערענישען פון צייט צו צייט. אבער ביי נערמאלע מענטשען איז דאס א פלאץ ווי מ'לייגט אוועק דאס געביין לאחר מאה ועשרים, אין מ'פירט זיך אויף דארט מיט גרויס יראת הכבוד. ווי וועלט זיך אויס א מענטש ווי צו ליגען? געווענליך גייט מען צו די קהילה ווי מען באלאנגט. ס'האט גארנישט דירעקט מיט קיין אבותינו ורבותינו. אודאי איז דא א ענין פון ושכבתי עם אבותי אין אזוי אויך די געפיל צו א רבי, אבער נישט דאס איז די וועג ווי ס'ארבעט. ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלען צו טראגען א סיגעטער חסיד פון נירעדהאז קיין סיגעט ווייל דארט ליגט זיין רבי. אזוי אויך נאכען טיילונג האט זיך קיינער נישט געלייגט אינעם אלט'ן בית עולם. יעדער גייט דארט ווי מען באלאנגט. אין נאכאמאל יעדער געהעריגע קהילה האט א חלקת קבורה פאר זייערע מעמבערס צו זיי האבען א רבי וואס ליגט דארט צו נישט. קהל יטב לב ד'סאטמאר האט געהאט א חלקה אין לאנג איילענד נאך אין די סאמע ערשטע יאר'ן. דער ברך משה אפילו זייענדיג א נעפיו פונעם רבי'ן, האט זיין קהילה עצי חיים סיגעט געהאט אן אייגענעם חלקה, אין ווילאנג ער איז נישט געווארען סאטמאר רב איז דאס מסתמא געווען זיין פלאן פאר אים אויך.

אלזא נאכאמאל ס'איז געווען א דבר פשוט אז קהל (מהרז"ל) גייט האבען אן אייגענעם חלקה. די פאקט איז אז די שטח איז אפגעקויפט געווארען נאך פאר די פטירה פון ר' עוזיאל ע"ה אין ס'איז נאכנישט געווען א טשענס עס צו מאכ'ן גרייט על כל צרה שלא תבוא. אבער אין באזיץ איז עס שוין געווען.

צו ס'דא שוועריקייטען אין אנפאנג? יא!
צו ס'גייט נאך זיין זאלי'שע אידען וואס מען וועט לייגען אינעם אלט'ן חלק? יא!
אבער דאס איז אויך א פאקט אז אסאך היימישע אידען האבען געלאזט וויסען אז זיי ווילען ליג'ן לאחר מוע"ש אינעם נייעם חלק. אין ר' אליעזר חיים ע"ה ואשת ר' נתן ט"ב ע"ה יוכיח. זאג דו אליין פארוואס האבען די צוויי חשוב'ע משפחות געלייגט דארט זייערע עלטערען? ווילסט וויסען נאך נעמען וואס האבען אזוי באפוילען? איים סארי אבער איך רעכ'ן זיך פאר א 'סעמי' נערמאלע מענטש, אין איך שמועס נישט אויס ברבים מענטשען וואס לעבען נאך וועגען נאך זייער הונדערט אין צוואנציג... אין איך בין נישט געווען אין די עי. קעי. ביזנעס, סאו אפילו נישט ברבים רעד איך דערפון מיט סענסעטיוויטי...אז דו ווילסט קענסטו פרעגען גוטזאגער..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 02:41 לינק ישיר 

יעקעל שווארץ ע"ה האט עטץ נישט, צען מאל מער פין ר' אליעזר חיים ע"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.