|
|
| נשלח ב-14/7/2010 05:10 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס מען טענה'ט זיך ארום, איז דען עפעס א פראגע צו די זאלי קהילה האט געדארפט צו שטעלן א בית החיים פאר זייערע מעמבערס, און איז דען א פראגע אז דארט גייט זיין פלענטי נפטרים, אזוי אז נאך די מאה ועשרים פון דעם גז''ל וועט ער דארט האבן פלענטי אויף קאמפאני, מימינו וואלי פריעדמאן, משמאלו יאנקל כהנא, א חלק פון די לישקע, דזשאסט אין פראנט פון ר' עזריאל גליק, (זאלן זיי אלע לעבן עד מאה ועשרים שנה), דער מדובר איז דא פון וואס פאר א פראצענט אידן וואס קענען און זענען ערלויבט צו ליגן אין בית החיים צוזאמען מיט רבותינו הקדושים וועלן לאזן צוואה אז מען זאל זיי מטמין זיין אין די זאלי בית החיים, די שאלה איז צו ס'וועט זיין 1 פראצענט צו 4 פראצענט צו גאר 10 פראצענט, לעת עתה האלט מען ביי אינטער איין פראצענט, פארגעסט נישט, מיר רעדן פון אזעלעכע וואס קענען און זענען יא ערלויבט צו ליגן ביי אונז, און אזעלעכע וואס פארלאנגען קלאר אז זיי ווילן דארט ליגן, ר' זלמן גראסבערג ע''ה האט קלאר געזאגט פאר זיין ברודער אז ער וויל ליגן ביי אונז, און כפי השמיעה האט ר' מרדכי פר''מ ע''ה אויך פארלאנגט אז מען זאל עהם מטמין זיין ביי אונז, ר' עזריאל פערלשטיין ע''ה און ר' יעקב יואל באנדא ע''ה האט מען דארט געלייגט בדלית ברירה, בלייבט נאר אצינד ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע''ה וואס די גאנצע זאך איז א מיסטערי, אפילו די ערענסטע זאליס פארשטייען נישט וואס דא איז געשעהן, איך האב גערעדט מיט א עלטערן איד אין בארא פארק, א איד וואס איז נוטה שטארק לצד הזאלונים, דאס מיינט אז ער האט אונז נישט ליב, ער גיט געלט פאר די זאליס, זאגט ער מיר, אז ביי עהם איז קיין פראגע נישט אז ער וויל ליגן אין איין בית החיים מיטן דברי יואל זי''ע, און ער איז נישט משיג וויאזוי מען האט געלייגט ר' אליעזר חיים ז''ל מאחורי הגדר, אלזא פון מאל צומאל וועלן די זאליס האבן א שמחה מיט נאך א נפטר אין זייער בית החיים, אבער רובא דרובא אנשי שלומינו חסידי סאטמאר (וואס זענען היינט צו טאג העכער בני שישים, וואס האבן נאך געהאט א שייכות מיטן הייליגן דברי יואל זי''ע) וועלן געוויס וועלן ליגן ביי אונז.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 05:15 |
|
| |
ר' שלמה לייב וויינבערגער האט געלייגט זיין אייגענעם טאטן אין אלטן בית החיים, ר' זלמן לייב האט מסכים געווען מען זאל לייגן זיין מאמע אין אלטן בית החיים, און א צענדליגע נפטרים וואס זענען אויסדריקלעך נישט קיין אהרונים האט מען געלייגט אין אלטן בית החיים, במילא איז נאר רעכט אז די זאליס טאנצן פאר שמחה ווען זיי האבן ענדליך דערווישט ר' אליעזר חיים טייטלבום ז''ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 06:11 |
|
| |
אה מ'האלט שוין ערגעץ. מ'פארשטייט שוין אז ס'איז נישט מער ווי נערמאל אז די זאליס זאלען האבען א ביה"ח ווי אלע אידישע קהילות. נאר מר. יאנקל פון בי. פי. איז מסביר אז מיט דעם אלעם ווילען נישט דארט ליגען עלטערע אידען. אין ר' אליעזר חיים ז"ל איז אים א מיסטערי אין איינער וואס איז נוטה צו די זאליס האט אים אפילו געזאגט אז ער פארשטייט נישט ווי אזוי מ'האט אים געלייגט 'מאחורי הגדר' (נא אפשר פרעגסטו די משפחה, דו האסט דאך איבעראל קאנעקשאנס...). אזוי אויך "ווייסט ער" אפילו פון צוויי אינגע מענטשען וואס האבען נישט געוואלט דארט ליגען, מ'האט זיי פשוט גע'גנב'ט. נא, קענסטו ניצען די זעלבע תירוץ פאר רא"ח...איך האב פאר דיר זייער א פשוט'ער עצה. ס'זאל זיך נישט מאכען, אבער אויב ס'מאכט זיך אז נאך אן אנגעזעהנער איד גייט אוועק פון די וועלט אין מ'לייגט אים ביי פאללאק... קענסטו שוין יעצט למפרע דערקלערען אז מ'האט אים גע'גנב'ט אין ער האט עכט נישט געוואלט...והא ראי' הרב יאנקל פון ב.פ./היידפארק האט דאך מסביר געווען אז ס'קען נישט זיין אז איינער מבן שישים ולמעלה זאל וועלען דארט ליגען...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 17:00 |
|
| |
לעכטיגער קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס עס האט באוואויגן ר' אליעזר חיים צו ליגן דארט אינטערן פלויט? יא, עס איז א מיסטערי, פונקט ווי ביי אייך איז א מיסטערי פארוואס ר' יעקל שווארץ ע''ה האט אזוי געברענט צו ליגן ביי אונז, און פונקט ווי איר פארשטייט נישט פארוואס ר' יודל ברוין ע''ה און נאך צענדליגע אידן וואס האבן מפורש פארלאנגט צו ליגן אין אלטן בית החיים, איז אונז א מיסטערי פארוואס האט ר' אליעזר חיים ע''ה וואס איז געווען א נארמאלער איד, ער האט געקענט ליגן אין איין בית החיים מיט רבינו הק' בעל דברי יואל, ער האט געהאט א אויסגעצאלטע חלקה ביי אונז, סא, פארוואס ליגט ער דארט? איך פארשטיי נישט, אפשר קענסטו מיר דאס עקספלעינען אויף א נארמאלן אויפן,
אצינד האב איך געהערט א סברא העולה על הדעת, איינער זאגט אז זיין זון משה דוד איז א נאנטע משפחה מיט פאללאק'ס לאט, ער איז א פאללאק איידעם. דאס מאכט שוין סענס, אויב איז עס א משפחה אינטערעס פארשטיי איך שוין...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 19:00 |
|
| |
כראנאלאגיע און פאקטן איבער די ביה"ח אין מאנרא
(דאס איז אן אלטער ארטיקל וואס איך האב געשריבן פאר א צייט צוריק איך בין עס ווידער מעתיק צוליב די אקטועלקייט)
איך האב אריינגעטראכט א גאר אינטערסאנטער היכי תמצא וואס דא האט פאסירט, איבער די גרויסע מחלוקה פון קהל ייטב לב וומ"ב, אירע אלע בנינים, די מעמבערשיפ, און בעיקר דער ביה"ח
כידוע לכל, ווי נאר די מחלוקה האט אויסגעבראכן, האט ר' זלמן לייב אינגאנצן דעראבערט די קהלה מיט די מוסדות אין וומ"ב, די אהרונים האבן געשריגן חי וקיים פלניא גזלנא, אז זיי זענען לעולם די לעגיטימע בעלי בתים, אבער ס'אט נישט געהאלפן קיין פודינו, זיי זענען געבליבן נקי מכל, [איך רעד פון וומ"ב]
דער תוצאה דערפין איז געווען אז די אהרונים לחרפתם זענען עמטליך געווארן א "שפלינטער" קהלה אין וומ"ב, וואס האט זיך פורד געווען פון די ארגינעלער קהלה, און ר' זלמן לייב דער "דע-פאקטא" ארגינעלע הויפט סאטמארע קהלה, וויפיל די אהרונים האבן מסביר געווען מיט לאנגע פשט'לעך אז זיי זענען די ארגינעלע קהלה, זענען זיי אלס געווען דאס גענאר פון שטאט, די מציאות איז אז ר' זלמן לייב זיצט אין ראדני און ר' אהרן און עפעס א נייער בנין אין הופער
דער בלויזער פאקט אז די זאליס זענען אלס געווען די מוחזקים, זיך געזעצן באקוועם אין די אלטע אפיסעס, פארפיגט אויף די פינאנצן, און זענען געווען די נתבעים און קארט, און האבן אלס אפציעל געהייסן אז זיי האבן "געווינען" אין קארט, דאס האט געגעבן א שטארקע און פארזיכערטע גלויבן און קאנפידענס, פארן יעדן רעכטדענקער מענטש, אז זיי זענען די איינציגע וואס מעגן לעגאל זיך פאריפן קהל יטב לב, און דאס וואס די אהרונים פארופן זיך אלס קהל ייטב לב איז אומלעגאל און קעגן די קלארע קארט פסקים, און סוף כל סוף וועט עס די קארט אפשטעלן
נאך די לעצטע אלבעני פסק כ"א כסלו תשס"ח, ווי אודך, האבן די זאליס גרויס געווינען, האבן די זאליס כ"א כסלו ביי זייער דינער, אויך פארופן א גענעראל פארזאמלונג מטעם הקהלה, דארט האט שאול פערלשטיין פארקלאמירט, א נייער תקנה מטעם הקהלה, אז ווער עס באצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר זייער קהלה פאר 3 יאר, פארלירט זיין זכות אלס חבר הקהלה, און האט מער נישט קיין זכות צו געניסן פון די בענעפיטן וואס א מעמבער האט, דאס האט געמיינט ער ווארפט ארויס אלע אהרונים פון די קהלה און נעמט צו אלע זייערע בעניפיטן,
יעצט פון וועלכער בענעפיטן האט ער גערעט? די שמות טראק? די בוטשער? די אשר יצר פאפיר און די ראדני ביהכ"ס? די פרישטיגס אין ראדני? פארוואס פאר א גוט יאר זאל א אהרוני שפירן א קראץ צו געבן געלט פאר זייער ארכי שונא פאר די אלע הבלים, יא אוואדי ס'האט שטארק וויי געטאן פאר די אהרונים אז זיי האבן פארלוירן די בנינים, אבער דאס איז דאך שוין ממילא פארפאלן פארוואס זאלן זיי צוליב דעם אויף להבא זיין אנגעוויזן און די זאליס, זיי האבן זיך געמאכט זייער אייגענע נייע שולן מוסדות, קעמפ, בעקערי, בוטשער וכדומה, צו וואס ברויך איך דיר?
אלא מאי פון וועלעכער בענעפיטן האט פערלשטיין גערעדט? עס קען נאר זיין איין זאך: דער בית החיים. עפעס אנדערש האט עס נישט געקענט מיינען כמבואר לעיל, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער תקנה האט געלויטעט אז אלע אהרונים זענען פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסגעווארפן פון די קהלה, און אויב זיי וויל אנהאלטן זייער חלקה אין בית החיים מוזן זיי צאלן מעמבערשיפ פאר זייערע ארכי שונאים,
נאך יענעם גענעראל פארזאמלונג זענען די זאליס אהיימגעגאנגען מיט זייער א אויפגעהויבענע מאראל, זיי האבן דא געזעהן פאר זייער אויגן דער לעצטער נאגל אין די אהרונים ארון, דא האבן זיי געוואנען אין אלבעני, דער ראה"ק האט יעצט ארויסגעווארפן אלע אהרונים, אלע סאטמאר חסידים משאר המדינות האבן דאן געהאלטן אז אויב מ'וויל נישט זיין קיין אויבערחכם אין גיין מיטן שטרום זאל מען צאלן מעמבערשיפ פאר די זאליס, און די אהרונים זענען געווען זייער זייער און א שמאלן מצב. די זאליס האבן נאר געהאט איין גרויסע פראבלעם, אז למעשה איז דער ביה"ח אין מאנרא נישט אין וומ"ב, און די אהרונים זענען דארט די ידו על העליונה, זיי פירן דארט אלעס כאדם העושה בתוך שלו, נו וויזוי געט מען זיך דא איין עצה, וויזוי פירט מען דא אויס די נייע גזירה פון כ"א כסלו, צו ענדליך ארויסווארפן די אהרונים פון די קהלה,
דא דארף מען זיך אפשטעלן פאר א רגע, און זיך קאנצעטרירן אויף א געוויסער פונקט וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די השתלשלות פון די קארט, נאך יעדער קארט פסק וואס ווי געווענליך האבן אלע קארטס געזאגט פה אחד אז ס'איז א רעליגיעזער אישו און די קארטס קענען נישט אריין רעדן אין די ענינים, און די זאליס האבן געפייערט זייער געווינס, האט זייער צייטונג "דער איד" פארשטייצעך ברייט באריכטעט די געווינס, האבן זיי שטענדיג געשריבן א גרויסער קאסטליכער ליגענט, וואס איז דאס האט זיי צום סוף געקאסט זייער גאנצער מעמבערשיפ געלט מיטן ביה"ח, וועלכער ליגענט? אז מ'קלאמפערשט האט דער קארט געפסק'נט אז נאר די ערליכע ראשי הקהלה [זאליס], וואס איז געשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר שליט"א מיט די חברי הבי"ד זענען די לעגיטימע פירער, דער אמת איז אז זיי האבן זיך געקענט גרינג פארשלייערן מיט דעם ליגענט, ווייל אין מציאות זענען זיי דאך אפציעל געווען די געווינער, און זיי זענען געבליבן ביים רידער, ממילא האבן זיי אלס געקענט זאגן פאר זייער שטיצער, קוק אונז זעמיר ביים רידער ממילא האט אוואדי דאס דער קארט געפסקנ'ט, אבער דער ריינער אמת איז געווען לא דובים ולא יער, דער קארט האט בלויז זיך אנטזאגט צו פסק'ן און היות זיי זענען געווען די מוחזקים איז פשוט אין פראקטיק נישט געווען וויזוי זיי ארויסצושטעלן.
פאר א ביישפיל זעה דא:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2316229&whichpage=5#R_10
יעצט, נחזיר צו דעם נייעם גזירה פון פערלשטיין, נאך די אלבעני פסק האבן די זאלי לויערס געהאלטן אז לעגאל זענען זיי די אויסשליסליכע בעלי בתים פון די קהלה אין וומ"ב, און היות די קהלה אין וומ"ב איז דאך בעה"ב אויפן ביה"ח זענען זיי אטאמאטיש בעה"ב אויפן ביה"ח,
לאור הנ"ל זענען די זאליס געגאנגען אין געריכט מיט א שפוגל נייער תביעה קעגן די אהרונים, אז געוואלד! די אהרונים זענען פאלנער גנבים און שוואונדלערס, מיר זאליס זענען די געווינערס פון אלע קארטס אנגהויבן פון ברוקלין ביז ארויף אלבעני, וואס דאס מיינט [לשיטתם] אז נאר זיי זענען די אויסשליסליכע בעלי בתים פון קהל וומ"ב, גייען די פארברעכערס אהרונים אין פעלשעווען די לעטערהעדס, קאלעקטן אומלעגאל מעמבערשיפ, ניצן יענעמס נאמען, וכדומה, די אלע דעמאגאגיע וואס זיי האבן אלס געשריבן און דער איד נאך די א"ג געווינסן האבן זיי יעצט געטענה'ט פארן געריכט,
אבער דא האט פאסירט דער גרויסער חורבן מיט די זאליס, דער דשאדש, אמבראזשיא, האט ארויסגעזאגט קלאר ברחל בתך אז די זאליס לעבן שוין כמעט 10 יאר אין א מיסן טעות, און קיין שום קארט האט זיי קיינמאל נישט געגעבן קיין שום בעלות, ווייל דער סעקולער געריכט קען נישט אנטשידן פאר דער בעה"ב איז,
אגב נאך דער אמבראזשיא פסק האט עס "דער איד" באריכטעט אלס א "שטארקע געווינס", רעד פון פיטערן שטרוי
[די זאליס האבן אפילט דעם פסק אין פארלוירן]
דא האט פאסירט 2 זאכן, לא די וואס דער גאנצער פערלשטיין גזירה איז גענצליך ציבלאזן געווארן, זענען פון איין טאג אויפן אנדערן אלע מעמבערס פון די קהלה געווארן אנגעוויזן אויף די "שפלינטער" קהלה אין הופער סטריט, וואס פארלירט שוין 10 יאר אלע קארטס, ר' זלמן לייב'ס קהלה איז פלוצלינג מער נישט געווען די דע-פאקטא סאטמארע קהלה פון די וועלט, זיי זענען געווארן רעדוצירט צו א לאקאלער קהלה אין וומ"ב כאחד הקהלות [אן קיין ביה"ח אויפן מאמענט], קען זיי די גרעסטע קהלה אין די וועלט, ס'נישט קיין נפק"מ, אבער קיינער איז נישט אנגעוויזן אויף זיי, ווייטער די ארונים, וואס האבן עמטליך פארלוירן אלע קארטס [חוץ דער לעצטער] אן קיין איין אלטע בנין אין וומ"ב זענען געווארן די דע-פאקטא קהלה, און פלוצלינג די זאלונישע מעמבערשיפ סטעיטמענטס זענען געווארן אנגעקוקט אלס פאנאטיש און פאר בלויז די עקסטרעמע זאליס,
א האלבער יאר נאך זייער פארליסט, ווען איינער פון זייער גרעסטער ראשי הקהלה זענען ל"ע געווען אנגעוויזן אויפן ביה"ח, האבן זיי בלית ברירה און איילעניש געמוזט מקדש א נייער ביה"ח און מאנרא, אז פשוט זייער מענטשן זאלן נישט זיין געצווינגן צו צאלן מעמבערשיפ פאר זייערע ארכי שונאים
זעלבסטפארשטענדליך אז דער נייער ביה"ח האט זיי נישט צוריקגעשטעלט זייער סטאטוס אלס דער דע-פאקטא קהלה פון סאטמאר, עס האט זיי נישט צוריק געגעבן די מעגליכקייט פון אויספירן די פערלשטיין גזירה, און די אהרונים זענען ווייטער געבליבן מיטן ארגינעלן ביה"ח ווי די סאטמארע אדמורי"ם זענען נטמן. אטאמאטיש האט זיי דער שמש שלמה וו"ב איבערגלאזט, ווייל ער האט פשוט געזעהן במו עיניו אז ער האט דא נישט וואס צי זוכן, כל זמן ער איז געווען דער שמש פון די עמטליכע גרויס-קהל ווי אלע מעמבערס צאלן דיוס האט נאך א פשט צו בלאבן דארט, אבער סתם זיין א שלעפער און א לאקאלער וומ"ב קהלה? וואס איז דער מציאה?
ס'ממש א בחינה פון בדבר אשר זדו עליהם,
פארוואס שרייב איך די אלע זאכן, דאס זענען דאך אלטע אויסגעדראשענע דברים ידועים, איינס ווייל ס'פשוט א אינטערסאנטע היכי תמצא אז דער פארלירער "שפלינטער" קהלה וואס איז ארויס נקי מכל פון אלע נכסים, איז אחרי ככלות הכל געווארן דער ידו על העליונה לגבי גרויס קהל, אפי' נאך דעם וואס די זאליס האבן זייער נייער ביה"ח זענען נאך אלס דער ידו על העליונה, דער אלטער ביה"ח איז נאך אלס לכו"ע אינטערסאנטער ווי דער נייער,
שנית היות דער ספינער הידוע פארמעגליך ספינט שוין ווייטער זיינע סארקאסטישע לצנות, און פיטערט ווייטער שטרוי פאר זיינע הינגעריגע קעלבער, און איינע פון זיינע המצאות איז אז דאס וואס די זאליס האבן אפגעקויפט זייער נייער ביה"ח איז גאר דער גרעסטער מפלה פאר די אהרונים, וויל איך דא אלס אן עקזעמפל ווייזן מיט אפענע פאקטן וואס איז ידוע לכל, וואסערע לוזער ער איז און ווי ליגנעריש זיינע סחורה זענען, ועל הכלל כולו יצא.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 20:12 |
|
| |
קראך היט - א מעדאל
גיט ארויסגעברענגט, טרוקענע פאקטען מיט אומלייקעןבארע מציאות
אין לעכטיגער די זאלסט מיר מוחל זיין
אפגערעדט ווי נעריש די קוקסט אויס ''מיט אזא ניצחון'' נעבעך
אבער לדוגמא די קורצה צייט וואס די זאלי'ס האבען זיך משתלט געווען אויפן ביה''ח, אין געלייגט עליונים למטה ותחתונים למעלה, אין טעראזירט וועלכע נפטר ס'נישט געגאנגען אין שפאן - ווער געדענקט דען נישט וויפיל בלוט ס'האט געקאסט ביז מ'האט געקענט באערדיגען אשת הרה''ח ר' בערל פר''מ, אין נאך סטראשען די זאלי'ס האט זיך ענדליך געקענט קומן לקבורה,
אין די טעראר אויף משפחת האפמען אז מ'גייט אראפברעכן די מציבה איז אויך פאר יעדן באקאנט וכו' כו'
טראץ דעם איז פאר די ארונים - עכ''פ דערווייל נישט בייגעפאלען צו גרונדען א אייגענע ביה''ח, טראץ וואס די לייגסט עס אראפ מיט אזא זיכערקייט
דארט האט מען געוויסט פין ושכבתי עם אבותי, יעדער האט געוואלט ליגען אינאיינעם מיט רבותיה''ק ז''ל, אין מ'איז געווען גרייט צו צאלען מעמבערשיפ פאר דעם וואס האט ב'גנב'ט אלע בנינים אין וויל נישט קומן צו די''ת ווייל יעדער וויל ליגען אינאיינעם מיט רבותיה''ק
און ברענג מיר נישט קיין ראי' פין אוהעל, ווייל דארט האבען עס די נעלאגען פארכאפט, אין מיט זיי האט נישט געמעגט דיעלן
מ'האט דארט נישט געמעגט זיין קיין מעמבער, אין פארשטייט זיך אז מ'האט אין זייער ביה''ח נישט געקענט ליגען, נאכדערצו אז די קענסט די פארשטעלן אז זיי וואלטען געלייגט די גרעסטע נעלאגישע בעלי עבירה מיט חסידישע אידן אינאיינעם - אויף וואס יעדער איז שוין מוחל
נאר וואס דען, דא איז געקומען א פאנטשער
אז די ארונים האבען געזאגט פאר פערלשטיין, אינז דארף מיר דיר נישט נעמען לויט די תקנות הקהילה אז די ווילסט מיט זאלען דיך יא נעמען געב אביסל טונט פין א פעדער, אין ''טוה וואס די תורה הייסט''
האט מען דאך נישט געוואלט דאס טוהן, מ'וויל ליידער ענדערש בלייבן אין קארט, האט מען אין איילעניש געמאכט א ביה''ח אין געגלייגט דעם מת כדומן על פני השדה ביי פאללאקס בעק יארד, אין טאקע וועגן דעם וויל נישט קיין כמעט קיין איין נארמאלע מענטשן דארט ליגען
אין דאס איז די סיבה פארוואס די ארץ החיים קאמפיין איז אין דער ערד, אזש מ'דארף פאנדרעיזן אויף א זעלטענעם קינדערישען אין שמיציגען מהלך, וואס לאזט איבער דעם גאנצען ביה''ח אלס א נעגעטיוו פאריעקט פאר תאוות ניצחון
אין דאס איז די סיבה פארוואס בג''ץ,ניק והולך בערכעות עזריאל גליק, אברהם בער יאקבאוויטש אין דער מסור והולך בערכעות יודא אליעזר יאקאבאוויטש לויפן פין איין שפיטול צו די צווייטע אין פין איין אלטע יוד פין די צווייטע
זיי זארגען זיך נאך זייער 120, אין זיי ווילן נישט אויסקוקען ווי פערלשטיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 20:55 |
|
| |
צוריק צום פאינט פאר א מינוט, איך האב נעכטן גערעדט צו די משפחה פון ר' אליעזר חיים ע"ה. קיינער האט נישט ארויסגעריקט פון עם א חתימה, נישט קיין זרילע און נישט קיין שמילע, די נפטר ע"ה אליינס האט עס פארלאנגט, בפה און בכתב.
אגב, ר' אליעזר חיים ע"ה פלעגט דאווענען יארן לאנג אינעם גרויסן ווייסן שול, ביז די פרשה פון סידור קידושין, ס'האט אים זייער וויי געטוהן אז מ'איז אזוי מבזה דעם שארמאשער רב שליט"א, איז ער אוועקגעגאנגן פון דארט. קוקט אויס אז ער האט געוואלט אוועקגיין פון זיי, און ס'זאל בלייבן א נאך-טעם נאך אויך...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 21:12 |
|
| |
זעהט אויס אז די האטס נאר גערעדט מיט מ' ד' אדער ביזטו סתם א...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:09 |
|
| |
איך האב מיטגעהאלטן פאר ער איז אוועק און נאכדעם, (זיינע אייניקלעך זענען מיינע קרובים) און איך ווייס אביסל מער פון דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:26 |
|
| |
די אמת, עס זעהט נישט אויס ווי דו זאגסט אמת, ווייל... וואס האט מבזה זיין דעם שארמאשער מיט ליגן מאחורי הגדר? האבן דען רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי''ע מבזה געווען דעם שארמאשער?, פארוואס האט ער נישט געוואלט ליגן לעבן זיי? וועמען האט ער אפגעטון? נאר זיך אליין, ער האט זיך מבזה געווען, איז ער דען געווען ביי פאללאק'ס לאט נאך בניית הכותל? איך בין זיכער אז ניין! ווייל אויב יא, איז זיכער אז דער ברך משה איז געווען גערעכט אז א איד אריבער די שמונים קען נישט מאכן קיין נארמאלן דעסישאן, ינוח בשלום על משכבו, אבער דער דעסישאן מאכט לגמרי נישט קיין סענס. דער זאגט אז דער סידור קידושין עפאכע האט עם אויפגערעגט, נו, האט ער געדארפט לאזן צוואה אז מען קען מער נישט נעמען רבי אהרן פאר סידור קידושין אין זיין משפחה, האט עהם דוד עקשטיין אויפגערעגט, האט ער געדארפט לאזן צוואה נישט צו ליגן לעבן דוד עקשטיין, אבער אוועק צו לויפן פון דעם רוה ארט פון די רעבעצין זעהט עפעס אויס אז די רעבעצין האט עהם אויפגערעגט, אפשר איז ער יעצט געוואויר געווארן אז די רעבעצין האט אוועק געגעבן די נכסי הקהל פאר די ביטאנגעס און האט נישט געוואלט ליגן לעבן איר, WHO KNOWS.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:38 |
|
| |
די קענסט מיר אפשר זאגן איין נארמאלע סיבה וואס איז שלעכט צי ליגן אינעם נייעם בית החיים? ס'הייסט נישט קבר ישראל?... זיי מעגן עפעס נישט מאכן אן אייגענעם בית החיים?!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 23:49 |
|
| |
קיינער זאגט נישט אז ס'איז שלעכט דארט צו ליגן, אבער אז מען האט א טשויעס איז דען נישט חשובער צו ליגן מיט רבותינו זי''ע?, קומט מען דען נישט פון קענעדע דא צו ליגן? כאטש דארט איז דאך אויך דא בתי חיים, און געוויס איז דאס אויך קבר ישראל, עם כל זה איז א זכי' צו ליגן אין איין בית החיים מיט א צדיק וקדוש, זעסטו דען נישט אז נארמאלע מענטשן וואס זענען אויסדריקלעך נישט געווען אוהדים פון די אהרונים און האבן נישט באלאנגט צום אהרונישער לאגער, להיפוך זיי זענען גאר געווען געגנערס, עם כל זה האבן זיי געמאכט די החלטה צו ליגן אין בית החיים אשר שם חלקת מחוקק צפון, ס'איז א דבר פשוט מאוד,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2010 00:13 |
|
| |
נאר פון קענעדע? פארוואס זאגסטו נישט לאנדאן אויך? ס'דא א געוויסע בהמישע משפחה וואס האט דאס אויך געטאן... אין לו יהא אז ס'איז נערמאל איז דאס אויך נאר ווען ס'איז "מיין" קהילה. אז איך האלט אז די מענטשען וואס פארפיגען דערויף זענען ... גייט מען נישט אהין. אזוי האט אויך ר' שמעון ווייס אין ר' לייבעלע גליק אין אנדערע פון די גאר חשוב'ע רבינ'ס חסידים פארשטאנען. אין איך האב שוין דערמאנט דער איהעלער רב וואס האט מוותר געווען צו ליגען 'הארט' נעבען זיינע ברודער. קומסט מיר פאר ווי ווען א פולשטענדיגע ארוני בלייבט נאך היינט צוטאגס דאווענען אין ראדני ווייל די רבי זי"ע האט דארט געדאווענט... די גאנצע זאך איז א געפיל אין סענטימענטעל. ווער ס'ווייסט דער טעם פון א אוהל ווייסט אז ס'איז ווי אן עקסטרע ביה"ח, מיט דעם אלעם האבען מענטשען איה"נ טאקע נאך אלס א געפיל צו דעם פלאץ. פאר דעם איז טאקע געלונגען צו קויפען שטח ממש הארט דערנעבען פאר די מענטשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2010 00:17 |
|
| |
יענקעלע איך וועל דיר מסביר זיין זייער סברה, וואס איך האב גערעט פערזענליך צו א נארמאלער זאלוני,
זיי קוקן עס אן אז דער נייער ביה"ח איז פונקט אזוי לעבן די רבי'ס ווי דער אלטער, ס'דאך סיי ווי אזוי אז א פשוט'ער המון עם איד לייגט מען אוועק א שיינע פאר הונדערט פיס אוועק פון די אוהל, זייערע נפטרים איז לאמיר זאגן א 100 פיס ווייטער, מאכט דאס טאקע אזוי אויס?
דאס וואס די אהרוניס זאגן אז ס'אונטערן פלויט איז סתם שטותים, ס'דאך באזונדערע חלקה פון א באזונדערע קהלה איז נישט שייך צו זאגן "אונטערן פלויט", לויט דעם איז אין ניו דשערסי ווי ס'דא פול מיט באזונדערע חלקה פון קהיולת שונות, איינס לעבנס אנדערן, יעדער אונטערן פלויט פונעם שכן,
יעצט היות די שקצים די אהרוניס (לשיטתם פארשטייט זיך) האבן יעצט די שליטה אויפן אלטן ביה"ח, און מיטן דארט מקבר זיין געבט מען זיי מאראלישע און פינאנציעלע חיזוק, ממילא כדי זיי נישט צו געבן די חיזוק ווילן די זאלוניס דוקא ליגן אינעם נייעם חלקה,
אוואדי איז בעסער צו ליגן אין די אלטע קיינער זאגט נישט אז נישט, אבער יעצט ווען ס'א שעת חירום און מ'טאר חלילה נישט געבן קיין חיזוק פאר די עוקרי הדת (לשיטתם פארשטייט זיך) איז פאר זיי מער ניחא צו אוועקוקן אויף דעם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2010 00:22 |
|
| |
אבער די מענטשען האבן אפגעמאכט אז זיי ווילן ענדרעש זיין אינעם נייעם בית החיים, ווי איידער זיין אונטער די ארונים (אפילו לאחר מאה ועשרים) פרעג דיך נאך אביסל היסטאריע, ביים 'טיילונג פון אונגארן' האבן רוב ערליכע קהילות געדארפט גרינדן נייע בתי חיים, און די נעלאגען פון 'יענע צייט' האבן געזאגט די זעלבע זאך וואס די ארונים זאגן 'היינט'...
|
|
|
|
|