בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2010 01:08 לינק ישיר 

אלעס פיין אין וואיל

נאר לשיטתך פארוואס ווילן נאך עד היום הזה כמעט יעדע ערנסטע יוד ליגען אינעם ביה''ח בגדר פין רבי'ן
לויט די פריעדיגע תגובות, מאכט דאס נישט קיין סענס
פארוואס האט ר' שלמה לייב זיך אזוי ג'עשנט'ט מיט זיין טאטע,
וואס איז געגאנגען אזוי בנפש פאר ר' יעקל ז''ל אין אלע אנדערע תלמידים פין רבי'ן צו ליגען דוקא אינעם געהעריגען ביה''ח

פארוואס לויפט עזריאל מיט אברהם בער מיט יודא אליעזר יקאבאוויטש פין איינעם צו צווייטען דרייען א קאפ?

אלא מאי
ווי שוין געשריבן





תוקן על ידי היראים ב- 15/07/2010 01:45:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2010 01:28 לינק ישיר 

מר. סקאטלמאן איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף דיר מסביר זיין וואס מיינט ליגען אונטערן פלויט דא אין די קרית יואלער ביה"ח
לאמיר נעמן אזא יוד ווי למשל ר' אליעזר חיים ע"ה עס איז מיין איך קע"ה א גרויסער משפחה ווען א אייניקעל פון ר' אליעזר חיים וועט ארויף גיין כ"ו אב צום ציון הק' פון רבין ז"ל אדער שובבים אדער ערב ר"ח אדער סתם אזוי א יומא דפגרא וואלט א יעדער נערמאלע אייניקעל צוגעגאנגען צינדען א ליכטעל אדער סתם אזוי ווער האט נישט געקענט ר' אליעזר חיים דא אין קרית יואל איך וואלט ווען צוגעגאנגען כסדר צו זיין קבר ווי איך טו געווענליך ווען איך ביים ציון פון רבינו הק'

און יעצט שטעלט זיך די פראגע ווי קען מען זיין אזוי רשעותדיג צו א טאטע און צוריקהאלטן אזוי פיל קאפיטלעך תהילים אזויפיל ליכטלעך
און מיינסטו נישט אז צו אזא יוד ווי ר' זלמן גראסבערג וואלט איך נישט געצינדען א ליכטעל ווען איך בין שוין במילא ביים ציון אוודאי יא
אלזא דאס איז די פראגע פארוואס האבן זיינע אייניקלעך נישט געקענט באקומען די מתנה צו קענען צוקומען גרינגערהייט צו זייער זיידע נאר א יעדע מעל וועלן זיי דארפן נעמען א קאר סערוויס און ווי פארשטייט זיך וועט דאס נישט זיין אזויפיל מעל ווי ער וואלט ווען געליגען אין ביה"ח

און דאס מיינט אונטערן פלויט !!! פארשטאנען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2010 03:31 לינק ישיר 

צו היראים: פארוואס יעדער טוט, ווייס איך נישט. איך קען דיר נאר זאגן פארוואס דער 'קלוגער איד'(רואה את הנולד) ר' אליעזר חיים ע"ה האט אזוי באפוילן.

צו סעפטיק_זל:
דריי נישט קיין קאפ, איך קען גענוג אייניקלעך פון ר' אליעזר חיים ע"ה וואס וועלן גערן גיין צום זיידן צינדן א לעכט און זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים, אפילו ס'וועט נעמען נאך א פאר מינוט...


 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 05:03 לינק ישיר 

צו סקאט:, איך פארשטיי פארוואס עס וועלן זיין אידן שונאי סאטמאר וואס וועלן דווקא
וועלן ליגן ביי די זאליס, און דאס איז נישט דער מדובר דא, ווייל אויף נישט צו געבן
חיזוק פאר די אהרונים, איז דאס פלאץ אויסדריקלעך נישט אויפן בית עולם,
דער נאטור פון מענטשן איז הנאה צו האבן פון זייער פעולות, אוי האט אהרן
געכאפט א פליק, איך האב היינט געוועלט פאר מענדל שוויממער נאר להכעיס ר'
אהרן, און איך וועל נישט אריין טרעטן אין די אהרונישע בוטשער סטאר ווייל איך
וויל נישט שטיצן די אהרונים, דאס איז אלעס בשעת מען לעבט און מען קען מיט
האלטן די נקמה אין דיין שונא, און דו גיסט א שמייכל און די האסט צו געפיקסט
די אהרונים, אבער אויפן בית עולם, טראכט א נארמאלער מענטש אביסל אנדערשט,
ווי איינער האט געברענגט, אז גיטע פריינט, ידידים און באקאנטע פירן זיך אז ווען אימער
מען גייט ארויף אויפן בית החיים גייט מען צו די גיטע פריינט מען צינד אן א לעכטל
און מען זאגט א קאפיטל תהילים, דאס פארלירט אויב מען ליגט ביי פאללאק'ס לאט, 
אמת, ביים יארצייט וועלן אלע קינדער אין אייניקלעך צו פארן אין טון וואס מען דארף
לעילוי נשמתו, אבער דער פארקער וואס מען האט ביים ליגן אין אלטן בית החיים
איז זיכער נישטא,

אינטערן פלויט מיינט פשוט אינטערן פלויט פונעם בית החיים ווי עס ליגן רבותינו זי''ע
פונקט ווי זיי קענען זאגן אז דער רבי זי''ע ליגט אינטערן פלויט פון פערלשטיין'ס בית החיים,
און אויב איז ר' אליעזר חיים ע''ה א "קליגער איד" מיט הייסן עהם לייגן ביי פאללאק, דאן
זענען דער פאיער רב ז''ל, ר' יעקל שווארץ און ר' יודל ברוין ע''ה און נאך צענדליגע אידן
און אידענעס גרויסע טיפשים!, ווייל רובא דרובא אנ''ש אפילו פונעם זאלונישער לאגער
זאגן קלאר אז זיי ווילן ליגן אין אלטן בית החיים, און א חוץ די פייערדיגע שונאים און די
אויסגערופענע מוסרים וואס מען וועט במילא נישט לייגן ביי אונז בלייבט נאר גאר א קליינער
מספר אידן וואס וועלן פארלאנגן צו ליגן מאחורי הפרגוד, דאס איז דער פאקט לעת עתה,
און עס זעט נישט אויס אז דאס זאל זיך טוישן אין די נעקסטע צוואנציג יאר ווי לאנג עס זענען
דא אידן וואס האבן זיך געווייקט ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, ביי זיי איז נאך יא א יחוס צו ליגן מיט
עהם אין איין בית החיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 06:31 לינק ישיר 

למען 'האמת' גערעדט, איז די עיקר ווי מ'ליגט אויבן אינעם עולם 'האמת', אין יעדע נפטר ווייסט דאס... קוקט אויס אז ר' אליעזר חיים ע"ה האט דאס געוויסט, בעסער געזאגט, 'געגלייבט' אביסעלע פאראויס, קוקט אויס אז ער האט פאראויס געזעהן וואס פאר א שטורעם ס'וועט אנמאכן ביי די ארונים, און ער האט געקענט באשטיין מיט צונעמען דעם זכות אינעם עולם 'האמת'...

און יענקעלע טייערע, יא! די זכות וואס ר' אליעזר חיים ע"ה נעמט מיט, וועגט איבער וויפיל לעכט זיינע אייניקלעך וועלן נאך צינדן ביי זיין ציון! ס'איז שוין צייט זאלסט אנקוקן זאכן מיט אן ערוואקסענעם און ערענסטע בליק.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 06:33 לינק ישיר 

טייערע אמת זאגער
טאקע פון די אייניקלעך וואס וועלן צופארן צו זייער זיידע האב איך גערעדט
איך האב ארויס געברענגט אז אפילו ווען זיי וועלן נישט קענען צופארן צו זייער זיידע צינדען א ליכטעל צו ווייל זיי וועלן נישט האבן דעמאלטס קיין צייט אדער ווייל זיי קענען נישט האבן קיין קאר סערוויס אדער ווען א אייניקעל וועט פארן פון זיין ישיבה מיט א באס און ער וועט נישט קענען צופארן אדער צוליב סיי וועלכע סיבה
וואלט אבער זייער זיידע יא באקומען א ליכטעל ווען ער זאל נישט ליגען אונטערן פלויט
היראים
איך האב זייער גוט געקענט אזא הייליגער יוד ווי ר' אליעזר חיים וואס האט זיך געדרייט מיט אונז דא און ק"י ער האט אונז געפענט א יעדו טאג די מקוה און גרויסן בימ"ד און עס איז נישט מסתבר אז ער זאל הייסען מען זאל אים לייגען דארט אויך א פלאטץ וואס עס וועט ארויס קומען מחלוקת
און די אלע תורות וואס מען פארקויפט אז ער איז געווארן גערעגט ווען מען האט בארירט די כבוד פון שארמאשער רב איז נישט מסתבר ווייל לדעתי איז עס געווען אין די "נ" יארן אויף אסאך א גרעסערן פארנעם און פארוואס איז ער לויט די אלע גוט זאגערס נישט דעמאלטס אוועק געלאפן פון ביהמ"ד פארוואס תיכף ווען מען האט געפענט פאללאקס לאט איז ער נישט געווען פון די וואס האבן זיך פארפליכטעט נאר מען האט געווארט ביז ער איז געליגען אויפן קראנקען בעט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2010 06:41 לינק ישיר 

לויט דיר אז די עיקר איז ווי מען ליגט אויבן און עולם האמת איז פארוואס האט מען איינגערעדט ר' אליעזר חיים אז מען וועט אים לייגן ווי נענטער צום אוהל עס איז דאך נישט קיין חילוק ווי מען ליגט אויף דער וועלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2010 06:47 לינק ישיר 

און דאס בין איך אויך כמעט זעכער אז ווען ר' אליעזר חיים זאל ווען וויסען ווי ווייט פאללאקס לאט איז פון אוהל וואלט ער ווען לכאורה קיינמאהל נישט מסכים געווען צוליגען דארט ווייל ווי איך הער האט מען צוגעזאגט אז מען וועט לייגען די נענסטע צום אוהל ווי אויך האט מען אים געזאגט אז דאס איז איין ביה"ח צוזאמען ממש אפאר טריט אוועק וואס ווען מען זאגט דאס פאר איינעם וואס האט קיינמאהל נישט געזען דאס פלאטץ פארשטייט ער אז דאס מיינט לכאורה אפאר מציבות ארויפציר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2010 18:38 לינק ישיר 

די_אמת כתב:
למען 'האמת' גערעדט, איז די עיקר ווי מ'ליגט אויבן אינעם עולם 'האמת', אין יעדע נפטר ווייסט דאס... קוקט אויס אז ר' אליעזר חיים ע"ה האט דאס געוויסט, בעסער געזאגט, 'געגלייבט' אביסעלע פאראויס, קוקט אויס אז ער האט פאראויס געזעהן וואס פאר א שטורעם ס'וועט אנמאכן ביי די ארונים, און ער האט געקענט באשטיין מיט צונעמען דעם זכות אינעם עולם 'האמת'...

און יענקעלע טייערע, יא! די זכות וואס ר' אליעזר חיים ע"ה נעמט מיט, וועגט איבער וויפיל לעכט זיינע אייניקלעך וועלן נאך צינדן ביי זיין ציון! ס'איז שוין צייט זאלסט אנקוקן זאכן מיט אן ערוואקסענעם און ערענסטע בליק. 


עפעס רעדן מיר נישט פון זעלבן ר' אליעזר חיים, דער ר' אליעזר חיים וואס
איך האב געקענט האט נישט געוואלט מאכן קיין שטורעמעס, ער האט נישט
געוואלט צופיקסן די אהרונים, און בכלל איז ער נישט געווען קיין צופיקסער, ער
האט קיין פליג נישט געטשעפעט, אדרבה, איך בין זיכער אז דער ר' אליעזר חיים
וואס איך האב געקענט, ווען ער האלט אז ער טיט וויי די אהרונים וואלט זיכער נישט
פארלאנגט צו ליגן ביי פאללאק, ער ליגט דארט ווייל "ער" האט אזוי מחליט געווען,
פארוואס? ווייס איך נישט, אבער אז ער האט געוואלט טשעפען איז זיכער אז נישט.

איך וויל דא זייער קלאר מאכן אז איך בין נישט דא משפיל זיין כבוד ר' אליעזר חיים ע''ה
און לאמת, עס טיט מיר נישט אזוי שטארק וויי אז ער איז נישט ביי אונז, איך שוין עהם אז ער
האט געמאכט אזא נארישן באשלוס ווען דער איינציגער פארלירער איז זיין אייגענע נשמה,
למה הדבר דומה, ווען איך זעה א אורחי פורחי אויף די גאס אינמיטן ווינטער ווען עס איז
ביטער קאלט אויף די גאס אין דער דרייט זיך ארום מיטן בלויזן העמד, איך לויף שנעל אהיים
כאפ עפעס א אלטן ראק און לויף צו צו דעם איד און דערלאנג עהם דאס, דער איד שרייט
צוריק, איך וויל גיין מיטן העמד, און איר קענט מיך נישט צווינגען אן צוטון א ראק, נו, טיט דאס
מיר וויי?, געוויס אז ניין, איך שוין נעבעך דעם פערזאן אז ער האט נעבעך נישט קיין שכל, אבער
דאס איז זיין החלטה און איך קען גארנישט טון, כן הדבר הזה, איך שוין דעם איד אז צוליב
סיבות וואס איך ווייס נישט האט ער געמאכט א החלטה וואס א באזעסענער מענטש האט
עד היום נישט געמאכט, במילט טיט דאס מיר עכט נישט אזוי וויי, אויב רעדט איר פון וויי טון, טיט
מיר באמת וויי אז ר' זלמן גראסבערג ע''ה וואס איז געווען א נאבעלער מענטש, א עוסק במצוות
תדיר, און האט קלאר געזאגט פאר זיין ברודער אז ער וויל ליגן אין אינזער בית החיים, און צוליב
געוויסע סיבות האט עהם די משפחה געדאמפט מאחורי הגדר, דאס טיט מיר וויי, (אגב, קלאפן
זיך שוין די משפחה דעם קאפ אין וואנט פאר דעם טפשות און רשעות וואס זיי האבן געטון פאר
זייער מאן/טאטע) אבער דאס טיט מיר וויי, און אויך טיט מיר אסאך מער וויי אז ר' אביגדור
יאקאבאוויטש ע''ה ליגט ביי אינז אין בית החיים אויף א מקום מכובד, ווען ער וואלט יא געדארפט
דארט ליגן מאחורי הגדר, אבער דאס אז מיר האבן נישט ר' אליעזר חיים איז אדורך צוטראגן,
קיינמאל קיין ערגערס,

עס וואלט מיר פיל פאכיג מער וויי געטון ווען רבי יוסף יושע גראס ז''ל און רבי שלום נחמן פיליפ ז''ל
וואלטן ווען געדארפט ליגן אין א בית החיים וואס די אהרונים וואלטן ווען געדארפט קויפן אויב שאול
פערשטיין'ס פלאן וואלט פארווירקטליכט געווארן, איך דאנק דעם באשעפער, אז ונהפוך הוא,
בדבר אשר זדו עליהם הרשעים האלו, שאול פערלשטיין האט פראלאמירט אז אויב צאלט מען
זיי נישט קיין מעמבערשיפ פארלירט דעם זכות קבורה אין ''הייליגן'' בית החיים, ונהפוך הוא...
מיר טאנצן פאר שמחה און מיר שרייען מיט א שבח והודי' אז "יענער" ליגט מאחורי הגדר
 אבי נישט אונז...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 20:14 לינק ישיר 

סקאטמאלען שרייבט:

"זיי קוקן עס אן אז דער נייער ביה"ח איז פונקט אזוי לעבן די רבי'ס ווי דער אלטער, ס'דאך סיי ווי אזוי אז א פשוט'ער המון עם איד לייגט מען אוועק א שיינע פאר הונדערט פיס אוועק פון די אוהל, זייערע נפטרים איז לאמיר זאגן א 100 פיס ווייטער, מאכט דאס טאקע אזוי אויס?

דאס וואס די אהרוניס זאגן אז ס'אונטערן פלויט איז סתם שטותים, ס'דאך באזונדערע חלקה פון א באזונדערע קהלה איז נישט שייך צו זאגן "אונטערן פלויט", לויט דעם איז אין ניו דשערסי ווי ס'דא פול מיט באזונדערע חלקה פון קהיולת שונות, איינס לעבנס אנדערן, יעדער אונטערן פלויט פונעם שכן,"

כ'האף אז דו האסט אליין באמערקט וויאזוי דיין 'נארמאלער זאלויני' (יש חיה כזו?) איז זיך סותר מיני' ובי'.

אויב דאס איז איין קהלה איז עס אונטער'ן פלויט, אויב ס'איז צוויי קהלות איז עס נישט אין איין ביה"ח.

לדוגמא, עמיצער וואס ליגט אין סאטמארע חלקה אין ניו זשוירזי, ליגט אינאיינעם מיט הגה"ק ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל? אדער הגה"ק מבאבוב זצ"ל?

אדער למשל אויב דער רבי זי"ע וואלט געלעגן אין ניו זשוירזי, וואלט עמיצער אין די ספינקא חלקה געלעגן נעבן רבי'ן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2010 20:54 לינק ישיר 

יענקעלע11 שרייבט
עס וואלט מיר פיל פאכיג מער וויי געטון ווען רבי יוסף יושע גראס ז''ל און רבי שלום נחמן פיליפ ז''ל
וואלטן ווען געדארפט ליגן אין א בית החיים וואס די אהרונים וואלטן ווען געדארפט קויפן אויב שאול
פערשטיין'ס פלאן וואלט פארווירקטליכט געווארן, איך דאנק דעם באשעפער, אז ונהפוך הוא,
בדבר אשר זדו עליהם הרשעים האלו, שאול פערלשטיין האט פראלאמירט אז אויב צאלט מען
זיי נישט קיין מעמבערשיפ פארלירט דעם זכות קבורה אין ''הייליגן'' בית החיים, ונהפוך הוא
מיר טאנצן פאר שמחה און מיר שרייען מיט א שבח והודי' אז "יענער" ליגט מאחורי הגדר
 אבי נישט אונז...

יענקעלע איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט
 דו האלטסט אין איין שרייבן וואספארא נארישע באשלוס א יוד מאכט אפילו ער איז א שונא פון ר' אהרנ'ס רעזשים צו ליגן אינעם נייעם בית החיים פון זיין קהלה,עס איז ווייטער פון רבי'ן זי'ע, און דו שוינסט אזוי שטארק די נשמות נעבעך וואס גייען נישט באקומען קיין לעכטעלעך מיט קאפיטלעך תהלים,
 און וויאזוי פארשטייסטו פלוצלונג אז אין פארקערטן מצב ווען מהרז''ל בלייבט ווען מיטן ביה''ח וואלטן ענקערע אלטע חסידים יא אהינגעגאנגען האלטסטו זיי טאקע פאר אזעלעכע וואנזיניגע טפשים צו פארקויפן ממש זייערע נשמות און נישט וועלן ליגן נענטער צום רבי'ן זי''ע ולשיטתם נענטער צו רבותיה''ק זי''ע? אתמהה





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 21:05 לינק ישיר 

וויזוי היסטאריע האט געוויסן זאגט מיין השערה אז אין 15-20 יאר ארום, משיח זאל אוואדי קומען פריער, אבער אויב ח"ו נישט, וועט לכאורה די מחלוקה שוין לאנג נישט זען רעלעווענט, (ס'וועלן זיין אפשר פרישע מחלוקת,) און עס וועט זיין א שיינער ברייטער אפענעם טויער צווישן די 2 חלקה'ס, דער בערלינער וואנט איז אויך נישט געשטאנען אויף אייביג, און דער וואנט וועט אויף אראפ גיין, מארק מיי ווארד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 21:25 לינק ישיר 

נו, טראכט איין מינוט און לאמיר זעהן צו דו קענסט אליין ארויף קומען
אויפן ענטפער, .........
נו,.... עס גייט נישט?..
לאמיך דיר ארויסהעלפן, לא הרי הארונים כהרי הזאליס, די זאליס האבן
ארויס געווארפן די אהרונים מיט חרפות און בושות, דער רבי יוסף יושע ע''ה
האט פון זיי געליטן בזיונות עצומות, זיי האבן עהם פיזיקל ארויס געווארפן
פון ראדני, און פונקט ווי די מוסרים וואלי פריעדמאן און יאנקל כהנא וכת דילי'
וועט נישט העלפן קיין מעמבערשיפ און זיי וועלן דארפן ליגן אינטערן פלויט פונקט
אזוי וואלט רבי יוסף יושע ע''ה געווען געצווינגען צו ליגן אינטערן פלויט אויב שאול'ס
פלענער וואלטן צושטאנד געקומען, פארשטאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 22:59 לינק ישיר 

יענקעלע
איך מיין אז דו ווייסט אויך אז דו האסט גארנישט געענטפערט,
איך מיין אז דו אליינס פארשטייסט אויך זייער גוט אז דא רעדט מען פון גרויסע געלטער און די זאליס ווען זיי וואלטן געהאט דעם בית החיים וואלטן זיי נישט געווען משוגע זיך ארומצושפילן מיט די אהרונים ווייל די פייט איז דא א ביזנעס פייט און מיר האבן זייער שטארק ליב א דאלער,
פונקט ווי דו פארשטייסט יעצט אז די אהרונים פרובירן זייער שטארק צופרידען צו שטעלן די זאליס, זיי קענען באקומען די שענסטע פלעצער ווי זיי פארלאנגען און יאסל ווייס רעדט זייער שיין צו זיי, עס שטעלט זיך ארויס אז ווי מער מען האט געהאקט אויף ר' אהרן בחיים קען מען באקומען היינט צוטאגס א שענערע חלקה ביי די אהרונים, פארוואס? נישט ווייל זיי ווילן, נישט ווייל זיי האבן אונז ליב, ניין! ווייל זיי דארפן אונזערע גרינע דאלארן, און זיי ווילן זיין די אויסשליסליכע בעלי בתים אויף די נפטרים און זייער משפחות, און איך מיין אז די אהרונים פארשטייען זייערע אויבערהארן און פאקן איין, די זעלבע זאך קיין ספק נישט ווען די זאליס וואלטן געהאט דעם ביה''ח וואלט ר' שלום נחמן ע''ה און ר' יוסף יושע ע'ה און ר' יקותיאל הערש ני''ו באקומען שיינע בכבודיג'ע פלעצער און ווען די אהרונים דארפן ווען מאכן א אייגענע ביה''ח  וואלטן זיי זיכער אהינגעגאנגען און פארווארפן זייערע נשמות און זיך דערווייטערט פון זייערע רבותיה''ק, און יענקעלע וואלט זיך זייער געפרייט אין געשריבן פוי ווער וויל דען ליגן מיט ר' אביגדור??
נאר אזויווי די מעשה איז ליידער פארקערט די אהרונים האבן דעם ביה''ח שוינט נעבעך יענקעלע אזוי שטארק
די נפטרים, נעבעך מאחורי הגדר, נעבעך קיין אייניקל, קיין תהלים, נישטא ווער זאל צונדן א לעכטל נעבעך,
נעבעך נישט אזוי נאנט צו רביה''ק, נעבעך וואס וועט זיין מיט ר' אליעזר חייםס נשמה? 
יענקעלע יענקעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 23:32 לינק ישיר 

העלד, זייער גיט ארויס געברענגט, און עס קען טאקע זיין אז ווען עס וואלט געווען
פארקערט וואלטן די אהרונים געמאכט א אייגענעם בית החיים און איר וואלט
געלאכט, און מיר וואלטן אוועק געלאפן, און ברוך השם אז היינט צו טאג לאכן מיר
און איר דארפט אוועק לויפן, חסדי השם כי לא תמנו, איין זאך איז זיכער אז אויב וואלט
געווען פארקערט און דער רבי שליט''א זאגט איין ווארט, מען טאר דארט נישט ליגן ווייל עס
איז קרקע גזולה, וואלט קיין איין אהרוני דארט נישט געליגן, אבער כהיום, ווען די בעלות אויפן
בית החיים איז בידינו, קען ענקער צדיק מיט זיין לישקע שרייען קרקע גזולה און
עס העלפט ענק ווי פאר א טויטן באנקעס, וסידור קידושין יוכיח, אויסער אפאר עזות
פנים'ער דערוואגט זיך קיינער נישט דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא,
און איך רעד נישט פון רבנים אוהדי רבינו שליט''א, איך רעד פון גאר נייטראלע און אפילו האלבע
שונאים, איין פסק הלכה פון הגאון הגדול רבי געציל שליט''א, און עס ווערט אנגענומען ווי
א פסק הלכה, קיינער האט נישט די חוצפה פון אהין צוקומען מסדר קידושין זיין, אייערע
דמעות שליש אז מען איז נעבעך מבזה דאס פארפאלק און אז מען טעראריזירט מחותנים
העלפט אייך גאר ווייניג, און אין ענקער מחוצפים האל איז געווען בערך אזויפיל חתונות ווי עס
ליגן נפטרים ביי פאללאק, און פונקט ווי עס טיט מיר נישט וויי אז עפעס א שרוגא מחוצף וכו'
האט חתונה געמאכט ביי דעם געאסר'טן האל, טיט מיר נישט וויי ווען איינער גייט צו ענק,
ווי לאנג רובא דרובא אידן מאכן דארט נישט חתונה און רובא דרובא נפטרים ל''ע לייגט
מען ביי אונז.

אבער צוגלייכן דעם כאראקטער פון די זאליס צו דעם כאראקטער פון די אהרונים איז אבסורד,
די זאליס זענען עזות פנים'ער און שלעגערס, מען האט געשלאגן און ארויס געווארפן רבי יוסף
יושע גראס ע''ה, מען האט געשלאגן און געשטויסן רבי חיים אליעזר גראס, מען האט געשלאגן
און ארויס געווארפן רבי יצחק ראזענבערג, און עס איז ברור כשמש אז ווען איר האט ווען בעלות
וואלט די אישוי נישט געווען נאר געלט, נאר פארן מינדעסטן חטא וואלט מען אויסגעשלאסן
געווארן פון א זכות אין בית החיים, אבער ביי אונז איז די אישוי נאר מעמבערשיפ, מיר אנערקענען
אלע אלטע קאנטראקטס, און די געלטער וואס מען בעט איז אויך נישט מער ווי 1000 דאלאר
און על פי רוב קען מען זיך דורך קומען פאר אפאר הונדערט דאלאר, (זעלבסטפארשטענדליך
אז מען רעדט פון אלגעמיינע אידן און נישט פון די מוסרים והולכי לערכאות ווי אויך פון די מתירי 
הערכאות, זיי וועט כל הון דעלמא נישט העלפן), אלזא ביטע גלייך נישט צו די צוויי פראקציעס,
עס איז אבסעלוט בכלל נישט קיין דמיון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext