|
|
| נשלח ב-15/7/2010 23:39 |
|
| |
יענקעלע סאררי פארן איבערהאקן, טאמער וועט די ביה"ח זיין אזא סוקסעס ווי די סידור קדושין, יו אר אין בעד טראבלל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2010 23:52 |
|
| |
אמן כן יהי רצון.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 00:06 |
|
| |
אמן!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 00:11 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | | יענקעלע סאררי פארן איבערהאקן, טאמער וועט די ביה"ח זיין אזא סוקסעס ווי די סידור קדושין, יו אר אין בעד טראבלל |
|
מיינסט צו זאגן אויב דער סידור קידושין וועט זיין אזא סוקסעס ווי די ביה"ח? יא יא
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 00:11 |
|
| |
מיט דעם בין איך מודה אז עס איז טאקע נישט גלייך די צוויי פראקציעס עס איז
טאקע נישט קיין
דומיון,
עטס טשעפעטס נישט קיין אומשולדיגע מענטשן, אודאי נישט קיין זקנים נאר פאר
עכט שולדיגע מענטשן ווי שונאים, מתנגדים, מוסרים,מהרסים, עזות פנימער,
פסולע קידושין ממזרים, בני המןס וכו' וכו',
ביי די וועי וואלט איהר דען געווען שאקירט אז דוד עקשטיין {בשליחות משה
גבאי...} אסר'ט דריסת הרגל פאר די געפערליכע מחוצפים די מחותנים וועלעכע
האבן זיך געוואגט חתונה צו מאכן אין די בני יואל זאל אקעגן די הוראה פון
דומ''ץ דמתא און אלע רבנים וועלעכע נעמען דאס אן פאר די "פסק הלכה" אז זיי
טארן נישט אריינטרעטן אין ביה''ח צום ציון הק' און צו די קבר פון זייערע
עלטערן ע''ה?? שטייט דען נישט אויס אזא זאך פון ענק?
פארשטייסט נישט אזא איד ווי ר' אליעזר חיים ע''ה האט געוואלט פארזיכערן אז
זיינע אייניקלעך אין אלע אומשטענדן זאלן יא קענען צוקומען זאגן תהלים און
צינדן א לעכטל? וועמען שוינסטו דא??
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 00:46 |
|
| |
העלד, דו האלסט באמת אז משה גבאי פירט נאך סאטמאר? אז דוד עקשטיין לאזט יאשקע מסור ארויף אויפן בית החיים, ווואלטן ר' אליעזר חיים'ס אייניקלעך אויך געקענט ארויף גיין, און זייט מען איז ב''ה פטור געווארן פון משה גבאי קענען אלע קינדער און אייניקלעך גיין צו זייער געליבטע'ס קברים, העלד, דו דארפסט זיין א היסטאריקער צו געדענקען די אינקוועזיציע פון משה גבאי, פילייכט געדענקסטו נאך משה גבאי'ס גאז קאמערן פון ילד שעשועים?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 01:12 |
|
| |
אודאי די אינקוויזיציע האט זיך געענדיגט ווי למשל קבורת ר' עוזיאל
פערלשטיין ע''ה
נאר וועגן אביסעלע טינט פון זיין פאטער, וכלשון דוד עקשטיין ער האט געארבעט
אקעגן די אינטערעסן פון קהל.
ארויסשיקן א יונג ווייבל פון מקוה מעג מען דאך ווייל עס איז א בעילת זנות
מאכן שמוציגע צעטלען און פאוני קאלס צו גאר חשובע רבנים ווייל זיי זענען
ל''ע מתירי ממזרים
א שמוציגע געמיינע מערכה פאר פארהייליגטע צדקה ווייל זיי אדווערטייזן רח''ל
אין פארווערטס
ועוד ועוד
אבער די ביה''ח נישט?
איך פרעג דיר נאכאמאל גלייבסטו נישט לויט די אויפפירונג פון די אהרונים די
לעצטע תקופה
אז זיי קענען אפמאכן נישט ארויפצולאזן קיין משפחה צו זייערע נאנטע וועלעכע
זענען באהאלטן אין אלטן ביה''ח?
וועט איינער דען זיין שאקירט??
עס וועט דאך זיין פארשטייט זיך מיט א הייליגע שלייער און מיט רעכט, יענער
איז דאך א מסור א בג''צניק א ממזר וכדו'
האט נישט רבי אליעזר חיים זיך גוט באווארענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 02:06 |
|
| |
העלד, איר האט א טיפער טעות, וויזוי איר פארשטייט דער חילוק וויזוי מ'האט זיך באנומען מיט די קונדן ביים ביה"ח איידער די גרינדונג פון די נייע זאלי ביה"ח, און נאכדעם,
אמשיל לך משל נאה, משל למה"ד, שטעלט אייך פאר איך שפאציר אריין מארגן אין ראדני סט. איך גיי אראפ אונטן צי די מקוה און איך וויל אריינגיין כאפן א טבילה זיך מטהר זיין פארן דאווענען ווי א חסידישער איד, שטעלט מיך אפ דער מקוה איד, אין פארלאנגט מקוה געלט, ענטפער איך איהם, אהובי וידידי, לאזט מיך גיין, איך האב גענצליך אויסגעצאלט פארן גאנצן חודש, דער מקוה איד קוקט מיך אן פון אינטן ביז אויבן, און פרעגט מיט וואונדער, וואס איר האסט אויסגעצאלט א חודש קארט? איך מיין איך זעה אייך יעצט צום ערשטן מאל, זייט ווען באצאלט איר שוין אזוי ערליך יעדן חודש, ענטפער איך, לכה"פ א 5 יאר צום גוטן, דער מקוה איד וואונדערט זיך, 5 יאר? וויזוי הייסט איר?! לאמיך נאכקוקן דעם ביכל, ענטפער איך, איך הייס פלוני אלמוני, דער מקוה איד גייט באקוקט דעם ביכל און טרעפט נישט קיין זכר פון מיין נאמען, ער קומט צוריק און פרעגט מיר? וויזוי איז דאס מעגליך אז אייער נאמען איז נישט פארשריבן אינען מקוה ביכל, ענטפער איך איהם, אה איר האט א טעות, איר האט געקוקט אינעם נישט ריכטיגן ביכל, מיין נאמען איז פארשריבן אינעם מקוה ביכל פון די הופער סטריט שול, דארט האביך ממש נעכטן אויסגעצאלט מיין גאנצע מקוה געלט, זיי מוחל לאז מיך שוין אריין! שרייט אויס דער מקוה איד, די אפגעפליקטער נערוון קראנקער! וואס פארברעגסטו מיין טייערע צייט, און פארדרייסט מיר א קאפ מיט דיין הופער שול! גיי דיר געזונטערהייט זיך טובל'ען אין הופער סט., אויב די וויסט זיך טובל'ען אין ראדני באצאל אין ראדני, איך פארליר מיך נישט און איך שריי צוריק, דו מיינט איך וועל מיך לאזן פון דיר! עטס זענטס די יחידים המשתלטים על הציבור! עטס זענטס מסרבים לדין, עטס האטס ציגעגאנבעט פון אונז די מקוה! אונזער קהל האט די עכטע לעדער-העד, וכו' וכו' דער מקוה איד טראכט נישט 2 רופט שנעל הצלה אין שיקט מיך גראד און אנשטאלט אריין.
עד כאן המשל,
דער נמשל,
איידער די זאליס האבן פארלאזט דעם ביה"ח אין זיך געגאנגען מאכן א נייע ביה"ח, און שאול פערלשטיין האט נאך געבאמבעלט אז אלעס בלייבט ביים אלטן זענען ליידער געווען געציילטע קורצקעפיגע זאליס וואס ווען ס'געקומען צו אוועקלייגן זייער באליבטן נפטר, און דער פארוואלטער פון ביה"ח האט זיי שיינערהייט פארלאנגט פאר די קרקע אין דמי קברה, האבן זיי מיט זייער קורצן שכל געענטפערט איך האב שוין באצאלט פאר שאול פערלשטיין, האט מען זיי איידעלערהייט מסביר געווען מיין טייערער פריינד, שאול פערלשטיין האט אייך מיס באגאנוועט, זיי מוחל רופט איהם צו די"ת, אבער מיר האבן גארנישט איינגלייגט מיט איהם, זענען געווען אפאר וואס האבן געבונטעוועט אין פארפירט מיט העליקאפטערס, געשריגן מ'פייניגט אבלים וכו' וכו', און זיך איינגערעט אז היות זיי זענען זאלי זשיהאדיסט וועט מען זיי געבן א חלקה בחנם, אין די צייט וואס יעדער אהרוני באצאלט טייער געלט
דאס איז געווען ביז ענקער נייער ביה"ח,
די רגע אבער ענקער נייער ביה"ח איז צישטאנד געקומען איז געווארן הרוחה, ווייל פון יענעם מאמענט איז שוין ענדליך יעדער געקומען צו די הכרה אז אויב מ'וויל ליגן אינעם ארגינעלן ביה"ח מיז מען נאר דילן ווי א נארמאלער מענטש מיט די אהרונים, און קיינער חלומ'ט שוין נישט צוקומען מיט העליקאפטערס, קיינער וואגט זיך נישט צו וויינען "מ'פייניגט אבלים" מ'פארהאדלט די זעלבע וועג וויזוי חברה קדישא האט געהאנדלט אלע יארן און אלעס ווערט מסודר לשביעית רצון פון יעדן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 04:03 |
|
| |
ראדני
דו האלטסט אז עס איז אזא איבערגעטריבענע חשש רחוק צו אסרן דריסת הרגל אין
בית החיים
פאר יודן וואס גייען אין בג''ץ און מוסרים און וועלעכע מאכן חתונה מיט
פסולע קידושין אדער ארבעטן אקעגן די אינטערעסן פון קהל אדער מיטגלידער פון
די בני המן ואס איז געאסרט פון אלע גדולים ובראשם די עדה החרדית
וכדומה אלע ענקערע "היייליגע" מערכות,
פארוואס דען נישט? מיט אביסל טינט פון א פעדער אז זיי זענען זיך מכניע,
שטעלן זיך צו ד''ת וויאזוי איך וויל
נעמען בלויז איבער קידושין וכדו' קענען זיי קומען מתפלל זיין דארט מיטן
גרעסטן כבוד, פארוואס נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 04:19 |
|
| |
סקאט, קיין נביא בין איך נישט, אבער טיר ארויף טיר אראפ דאס איז אינגאנצן נישט די טעמע.
קודם כל בין איף טיף איבערצייגט אז אפילו אויב ס'וועלן זיין אנדערע מחלוקת'ער, וועלן אבער די צוויי קהילות קיינמאל נישט שלום מאכן. יתכן א פייער שטילשטאנד, אבער נישט קיין שלום (און נישט וועגן די אהרונים).
ועל כולם, איין קהלה גייט עס זיכער קיינמאל נישט ווערן, אפילו לויט דיינע געמארקטע ווארדס, און במילא גייט עס אייביג בלייבן א באזונדערע חלקה, פונקט ווי מ'קען געהעריג ארומגיין אין ניו זשוירזי פון סאטמאר צו באבוב צו ספינקא, ס'איז אפילו אסאך נאנטער ווי די 'נאנטע' פאלאק'ס לאט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 05:17 |
|
| |
אז איך וועל באלד האבען צייט וועל איך שרייבען מער אי"ה, אבער אויף דעם ראדני_קינג מיז איך מגיב זיין. איך האב דיר שוין אמאל געזאגט אז דו זעהסט מיר ווי גאנץ א נערמאלע מענטש אין ממילא ווען דו רעדסט 'נערמאל', כאפסטו נישט ווי דו העלפסט גאר ארויס די אנדערע צד. ביסט מסביר אז די ארונים האבען ס"ה געזאגט אז מ'מוז זיי באצאלען אין ווילאנג זיי זענען אין קאנטראל דארף מען זיי באצאלען. ביסט 100% גערעכט. אין אט אזוי האבען די זאליס געטאן ווען 'זיי' זענען געווען בעה"ב. די זאליס האבען קיינמאל נישט אפגעהאלטען קיין קבורה. ס"ה האבען זיי געזאגט אז מען דארף זיי באצאלען. דעטס איט. די אלע מעשיות ווי מ'וויל דא פארוואנדלען ר' יוסף יושע גראס ז"ל אין א מארטירער איז נארישקייטען. זיי האבען געזאגט אז מ'דארף באצאלען אין אז נישט וועט מ'נישט קענען שטעלען קיין מצבה. קיינמאל נישט געסטראשעט צוליעב רעליגיע. די גאנצע מעשה פון אשת ר' בערל פרד"מ וואס איינער האט דא דערמאנט איז נאר געווען וועגען די נוסח המצבה, אבער קיינמאל נישט אפגעהאלטען קיין קבורה אדער אפילו ענליכס.
אין בנוגע וואס מ'רעדט דא ווער האט אין די אלטע צייטען אפגעהאלטען מענטשען פון ארויפגיין צום ציון אין די אלע אנדערע רדיפות בנוגע דעם ביה"ח. די זאליס ווייזען עס אן אויף די ארונים אין דע ארונים זאגען אז משה גבאי. איטערסאנט אז די נרדפים זעלבסט זענען גארנישט אזוי ברוגז אויף דעם משה'ן אין זיי ווייזען גאר אויף די ארונים. מיינט דאס עפעס?
תוקן על ידי Lechtiger ב- 16/07/2010 05:49:45
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 07:09 |
|
| |
איך זעה נישט וואס די ווילסט דא זאגן, לאמיר זאגן לו יצויר אז די אהרונים האבן געטאן א שרעקליכע עוולה מיטן צווינגן די פאר אויבער-חכמים, צו פארהאנדלען די קבורה געלט נאך פארן באערדיגן, וואס אגב, איז אלס אזוי געווען דער פראצעדור אלע יארן, און אזוי גייט עס ביי אלע חברה קדישא'ס פון סיי וועלכער קהלה, לאמיך דיר נאכגעבן אז די אהרונים וואלטן געדארפט באערדיגן יעדע זאלי בחנם, און זיך ארומרייסן מיט זיי הערשט ביי מציבה שטעלן, מסכים, איך וועל דיר נאכגעבן,
יעצט וואס איז דיין פוינט? אז פארדעם האבן די זאליס געמאכט א אייגענע ביה"ח ווייל די אהרונים האבן צי פרי געבעטן זייער געלט, ווען זיי בעטן ווען הערשט די געלט ביים מציבה שטעלן, וואלטן די זאליס געווען צופרידן און שיין באצאלט. אדער פארדעם באערדיגט מען שוין היינט בשלום ווייל די אהרונים האבן זיך געבראכן אז זיי זענען מסכים צו באערדיגן יעדן זאלי בחנם?
טראכט אביסל פאר די שרייבסט...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 07:51 |
|
| |
ווען מ'איז געקומען זאגן פארן ברך משה אז די בני יואל האבן געעפענט אן אייגענעם ביה"ח, האט ער זיך געגעבן א קאך אויף און אויסגעשריגן, "ס'זאל זיך קיינמאל נישט אנפילן"!!... זעהט אויס אז די ארונים ווילן שטארק מקיים זיין, זיין רצון(זיי הייסן דאך כלומרשטע שטערקערע חסידים) און ס'גייט זיי ממש בנפשו פארן יעדן נפטר וואס ווערט דארט באגראבן(די זאליס איז דאך איינס מיט בנ"י לשיטתם)
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 08:52 |
|
| |
ראדני, וואס האב איך דען ראנג געשריבען? איך האב גענוצט "דיינע" ווערטער אפצוענטפערען אנדערע ארונים. יאנקל אין אנדערע האבען פרובירט אראפצומאלען די זאליס ווי חיות פאר'ן פראקלאמירען -בימים ההם- אז מ'מוז זיי באצאלען מעמבערשיפ צו האבען א זכות קבורה. אין דערמיט האט יאנקל פרובירט צו פארוואנדלען אפאר חשוב'ע אידען ע"ה אין ארונישע מארטירער, אפילו די זאליס האבען קיינמאל געסטראשעט צוליעב רעליגיע אפיליעשען, נאר אז מ'מוז זיי באצאלען. דערפאר האב איך גענוצט "דיינע" ווערטער וואס דו האסט אנגערופען אזוינע מענטשען - ווען די מעשה איז געווען פאקערט - 'אויבער חכמים'. ווייל מ'צאלט פאר ווער ס'איז בעה"ב, אין בימים ההם איז עס געווען אדער האבען זיי זיך אזוי איינגערעדט - די זאליס. פארשטייסט שוין? אין אגב די ארונים האבען דא קלאר געשריבען אז די זאלישע "מוסרים" ווי ר' וואלף פר"מ ור' יאנקל כהנא אין די דיינים אז זיי וועט מען נישט נעמען אפילו פאר געלט (אפילו לשיטתי וואלט עס נישט פאסירט. ווייל די ארונים פרובירען נאך יעצט מיט אלע כוחות אז די נייע ביה"ח זאל נישט "מצליח" זיין). די זאליס האבען אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט אין אודאי נישט געטוען.
תוקן על ידי Lechtiger ב- 16/07/2010 09:35:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2010 21:12 |
|
| |
לעכטיגער
אזווי די קייסט שוין די צווייטע מאל איבער דיין ליגענט וועל איך דיר ענטפרן
ביי ר' בערל פרידמאן, האבען די זאליס קלאר נישט געוואלט לאזען באערדיגען, קענסט עס באשטעטיגען ביי די אייניקלעך און ארום
ביז מ'האט געסטראשעט די זאלי'ס מיט שריט, וואס אפי' דאן האבען זיי געגבן די לעצטע רייע (וואס איז שיין היינט אינמיטן) בתנאי אז מ'גייט נישט שרייבן 'ראה''ק' אויף די מציבה,
פארשטייט זיך אז מ'האט מורא געהאט אין טאקע נישט געשריבן לכתחילה
למעשה האט מען עס נאכדעם ציגעלייגט, ווי מ'האט שפעטער געטראפען א זאלי עס אראפקראצען וואס האט געפירט צו אומאנליכקייט
אין איז למעשה געווארען צירוקגעלייגט
אגב, וואס די שרייבסט וועגן משה גבאי
אוודאי זענען היינט א גרויסע חלק בני יואל נישט ברוגז אויף משה ווייל ער פייט מיז זיי אינאיינעם פאר זייער ציל, נאכדערצו ווען ער האט אויף די עלטערע יארען אזוי מבזה געווען דעם ברך משה ז''ל, וואס איז פאר זיי די שענסטע זאך ה''י
אין אפגערעדט אלע טענות ארויף אדער אראפ
דאס עצם גרונדען א אייגענע ביה''ח איז א שטארקע דורך פאל פאר די זאלי'ס, ליינט די פערל ווערטער פין קראך היט
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2807596&forum_id=16386
עס איז קיין פראגע, אז די ווערט פין פאללאקס ביה''ח קעגן די אלטע ביה''ח איז א חילוק פין אפאר טויזענט דאללער ביז $0
, אין וועגן דעם לייגט מען נישט דארט כעמט קיין שום ערעסטע מענטש אפי' פין די זאלי'ס, טראץ וואס עס איז בחינם, אזש די זאלי'ס האבען די וואך געהאנגען איז זייער שולן אז אפי' פאר די מציבה קען מען האבען א פעקעזש..... (דאס גאנצע רעדן פין קבורה איז דארט געווארען ווי א ביזנעס ווען מ'גייט ארויף צו אלטע יודן דרייען א קאפ, אין מ'זאגט צו גאלדענע הבטחות וכו' ומכלל הן כו
אין טאקע וועגן דעם איז דאס לייגען ר' אליעזר חיים אזא גרויסע נייעס - שיין קוקט מען אויס ווען מ'האט אזלכע נצחונות
וליומא דמילתא האב איך באקומען אין אישי
In these days u r better off being a Bnei Yoel then a Zali. B/Y looks out & r happy w/evry wedding, d Zalis look out & r happy w/evry death!
תוקן על ידי היראים ב- 16/07/2010 21:18:23
 |
|
|
|
|
|